בלאט 1 פון 1

מעשה שטן הצליח

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 11:33 pm
דורך ליפא
יאנקל איז א ביזנעס מאן שוין סך יארן ער פירט פארצווייגטע געשעפטן און ער באנוצט זיך ביז לעצטענס מיט א פשוטע טעלעפאן פאר זיין ביזנעס. דעם זומער האט יאנקל געקויפט א שיינע גוטע סמארט פאון, און עס איז אריבער דער זומער דערציילט יאנקל פאר זיין חבר דאס אומגלויבליכע, זיין ביזנעס פראפיטן האבן זיך געהויבן מיט גאנצע 37 און א האלב פראצענט זייט ער האט דעם סמארט פאון.

(נישט געזען אין א אידישע צייטונג.)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 12:18 am
דורך קאווע טרינקער
מיין חבר האט א גראסערי, ער פלעיגט אויפמאכן שפעיט אינדערפרי ווייל ביז ער האט געענדיגט דאווענען, חק, מקוה, תיקון... איז שוין געווען 8:30..
איין אינדערפרי האט ער מחליט געווען צו דאווענען שחרית קצרה ביי זיך אינדערהיים, ער האט געעפענט דעם געשעפט 7:30. נאך 40 טעג נישט דאווענען מיט מנין, נישט לייגען רבינו תם'ס, נישט גיין אין מקוה האבן זיך זיינע סעילס געהויבן מיט 25 פראצענט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:30 am
דורך [NAMELESS]
מיין חבר, זכריה, האט געפלעגט צו כאפן די חצות מנין יעדן טאג, און פארשטייט זיך אז מ'דאווענט אזוי שפעט פלעגט מער נישט פארבלייבן קיין 'תיקון' אין ביהמ"ד. אפאר וואכן צוריק האט ער אנגעהויבן דאווענען יעדן טאג מיטן אכט אזייגער מנין, זייט דעמאלס האט זיך זיין וואג געהויבן מיט 25 פונט...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:38 am
דורך [NAMELESS]
עט ליעסט ער'ז מזכה די אנדערע אידן פונ'ם מנין זאל נישט צונעמען נאך וואג....

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:58 am
דורך [NAMELESS]
מיין רב האט זייער מעריץ געווען אן עושר וואס האט אוועקגעלייגט דעם סמארטפאן און דעם קומענדיגן יאר געמאכט מער מיט א מיליאן דאלער פון א יאר פריער.
וואס דער רב האט אויסגעלאזט איז אז דער עושר האט זעכצן א האלב סעקרעטעריעס און מיידלעך און מענעדדזערס וואס טוען אלעס וואס פעלט זיך אויס און פעלט זיך נישט אויס צו טון - אלעס וואס איז געליבן פאר אים צו טון אויפ׳ן סמארט פאון איז געווען אנצוקומען וואס שנעלער וואס העכער אין קענדי קראש
און ווי נאר ער האט געסטאפט פארברענגען צייט מיט שטותים האט ער אויסגענוצט די צייט פאר מאכן נייע ביזנעס - און ס׳איז געלונגען!

אן אנדערער עושר האט אויפגענומען - און נעמט נאכאלץ אויף - יונגעלייט פון 9 ביז 5 מיט׳ן תנאי אז אימעיל ווערט געענטפערט 24/6 --- און ער טוט זיך אויף אז ער האט א פלעינע פליפ פאון!

דער אלטער זעצער האט א פליפ פאון און פאדערט פון זיינע יונגעלייטלעך ארבעטער צו האבן עקסעס אפילו פון בעסקיסע - אכשיר דרא.
ק/פ

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:48 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אוי דער אמת איז ארויס... טאקע מעשה שטן הצליח...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:31 am
דורך טמיר
זעט אויס ווי סתם א וויץ. ווער קען נישט אליין צוברעכן אן אייפאן?
אפשר האב איך פשוט נישט געכאפט די דזשאק[emoji47]

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 7:42 pm
דורך גר ותושב
דער זעלבער גוט הארציגער וואס טראגט זיך אן צו נעמען דיין איי פאון (און עס צוברעכן) פארקויפט געניצטע איי פאונס

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 5:49 pm
דורך אוריאל
טמיר - זעט מיר אויס ווי סתם א וויץ ווער קען נישט אליין
צוברעכן א אייפאון?
פרעגסט פיין....
1) ווער ס'האט נישט....
2) דו....
3) איך....