די כוואליע פון אראבישע רציחות אין די גאסן פון ארץ ישראל האט, ווי עס שיינט, זיך אביסל בארואיגט. שטיל איז נאכנישט, הגם שטעכערייען הערט מען שוין כמעט נישט, ברוך השם. שטיינער ווארפן זיי נאך, די פראים, און צינד-באמבעס אויך. דאס איז אבער שוין "נארמאל". מיט'ן אויבערשטנס הילף און מיט'ן ריכטיגן השתדלות וועלן אויך די אנדערע ווילדערייען זיך אפשטעלן.
ווי יעדעס מאל אין אזעלכע פאלן, הערט מען שמועות בשם דעם און יענעם גדול/מקובל, וואס פארטייטשן די געשעענישן אלס די לעצטע שטופעס ערב דער גאולה. גדולים רעדן (עכ"פ אנדערע רעדן בשמם), און זוכערס געפינען רמזים און קלארע אנצוהערענישן אז דאס איז עס; יעצט איינמאל איז עס ערנסט און אט אט קומט די שפיל צו א סוף.
כ'ווייס נישט צי ס'איז פאראן עפעס האפט אין די ציטאטן וואס גייען יעצט ארום; כ'ווייס אויך נישט צי די מאמרים פון די פריערדיגע גדולים וועגן דער תקופת הגאולה שילדערן ווירקליך אונזערע צייטן. כ'גלייב אבער יא אז מיר שטייען באמת אין איינער פון די לעצטע, אבער נישט ממש דער לעצטער, פאזע פאר דער גאולה. אזוי איז זייער משמע פון די געשעענישן נישט נאר אין ארץ ישראל, נאר איבער דער וועלט. די אבנארמאלע שינויים און באוועגונגען וואס שפילן זיך אויס אין די טעג איז אטעם-פארכאפנד. קוקט אויף די רייבערייען צווישן אמעריקע און רוסלאנד, דער מערב-וועלט און דער אראבישער וועלט, דער אראבישער וועלט זעלבסט צווישן זיך – און דער אומ'רחמנות'דיגער אפהענטיגקייט און שלימ'מזל וואס באגלייט יעדן שריט וואס אמעריקע און אייראפע טוען נאר. מיט ווייניגער ווי צען יאר צוריק וואלט קיינער זיך נישט אויסגע'משל'ט אזא מצב.
ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס די וועלט טרעפט זיך אין כאאס. אבער קיינמאל, אפילו אין דער לעצטער וועלט-מלחמה, איז די וועלט געווען אזוי קריגעריש, מיט אזוי קאנפליקטן און אזויפיל צדדים און צידי צדדים. ביי דער ערשטער און צווייטער וועלט-קריג זענען געווען צוויי קלארע זייטן און אלע האבן פארשטאנען וואס עס שפילט זיך אפ. ס'איז געווען א שאלה פון ווער וועט זיגן; אבער ווער עס קריגט זיך, וואו יעדער שטייט, און ווער שטייט מיט וועמען איז געווען זייער קלאר. היינט איז אנדערש; היינט איז די וועלט פול מיט קאנפליקטן און קריגערייען מכל המינים, און צווישן די זייטן איז אויך נישט פאראן קיין פאראייניגטער פראנט אויף כמעט גארנישט.
ארץ ישראל געפינט זיך אויך אין א מאדנער, פיקאנטער סיטואציע מסתמא ווי קיינמאל פריער אין די לעצטע צוויי טויזנט יאר. דאס לאנד קעמפט פאר איר עקזיסטענץ, אבער כמעט די גאנצע וועלט קוקט איר אן ווי דעם שלעכטן צד. אייראפע און אמעריקע, די פירערס פון דער היינטיגער ציוויליזירטער וועלט, באצייכענען ארץ ישראל אין בעסטן פאל ווי "אייניגע שולדיגע" און שטעלן איר אויף איין שטאפל מיט די פרימיטיווע פראים. דער שקר איז אזוי גרויס, ווערט אזויפיל איבערגעזאגט, מיט אזויפיל זיכערקייט, דורך אזויפיל "נארמאלע מענטשן", אז אסאך פון אונז טראגן זיך, ביודעים אדער בלא יודעים, ארום מיט א געפיל אז ארץ ישראל איז פארט נישט אינגאנצן גערעכט.
ארץ ישראל שטייט נישט ווייט פון זיך טרעפן באלאגערט דורך די אומות העולם. מען פרובירט איר באיקאטירן פון אלע זייטן, און מען מאכט איר ענג אין די וועלטס-ארגאניזאציעס. דאס איז גענוי וויאזוי א באלאגערונג אויף א לאנד דריקט זיך אויס אין היינטיגע מושגים.
ס'איז אויך דאס ערשטע מאל זינט חורבן בית שני וואס מען שלאגט זיך מיט אידן איבער'ן הר הבית. דער אנגעגעבענער אויסרייד צו די אראבישע ווילדערייען איז דער הר הבית. אבער וואס, באשעפער אין הימל, איז יעצט געשען אז די בני ישמאעל האבן זיך אזוי צעלאזט? קיינער האט נישט געביטן דעם סטאטוסקווא. אידן זענען תמיד דארט ארויף און קיינער האט נישט געטשעפעט מיט די אראבער וואס גייען ארויף צו דעם מעטשעט וואס שטייט דארט. דוקא פארקערט: די אראבער זענען די וואס צעקירן און מאכן ענג די אידן וואס גייען דארט ארויף. די אידישע באזוכער אויפ'ן הר הבית טוען גארנישט. ניטאמאל דאווענען זיי דארט אויבן. דער אזויגערופענער סטאטוסקווא דיקטירט אז יעדער זאל מעגן ארויפגיין אויפ'ן בארג און דאווענען. דער הר הבית געפינט זיך אונטער'ן קאנטראל פון ארץ ישראל, וואס וואלט געהאט די ברירה צו לחלוטין פארמאכן דאס פלאץ פאר אראבער. למעשה גיט ארץ ישראל מער רעכטן אויפ'ן הר הבית ווי די אידן. די אראבער ווילדעווען דארט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, און ארץ ישראל באגייט זיך מיט זיי מיט זיידענע הענטשיך און צוימט אלס מער דעם אידישן צוטריט.
ווי עס שיינט איז פאראן דא א העכערער כוח וואס טרייבט די אראבער צו א קאמף אויפ'ן הר הבית. אנדערש וועלן אידן דעם הר הבית קיינמאל נישט געהעריג צוריקפירן צו אידישע הענט און דערקלערן אונזער בעלות אויף דעם דאזיגן בארג. די אראבער שטעכן און שעדיגן און שרייען "אל אקצא" בשעת יעדער ווייסט אז קיינער האט אל אקצא'ן און זיינע באזוכער נישט געטשעפעט. די אראבער האבן דא אריינגעברענגט דעם הר הבית אין פאקוס און ס'איז זייער מסתבר אז נאך דעם וואס דער מצב וועט זיך בארואיגן וועט דער געדאנק פון ארויפגיין אהין, פון זען דעם בארג ווי אונזערס אן אייגנטום יעצט באשר הוא שם און נישט ווי א שטיק הלכתא למשיחא ריעל עסטעיט.
און די אראבער? זיי וועלן ממשיך צו זיין ווילדעווען, ווי זיי טוען יעדע שטיק צייט. זיי וועלן מארדן און טעראריזירן ביז ס'וועט באמת נישט בלייבן קיין אנדערע ברירה ווי זיך אפטיילן פון זיי. ס'וועט שוין נישט זיין קיין אידאלאגישער ענין אויף וועלכן די לינקע אין לאנד וועלן קענען מחולק זיין, ווייל דאס מציאות וועט נישט איבערלאזן קיין אנדערע ברירה.
דאס אלץ, דער כאאס אויף דער וועלט, דער מצב אין ארץ ישראל, און דער אלגעמיינער מצב פון אנגסט אין וועלכן זייער אסאך יחידים געפינען זיך לאזט זיך שווער איבערזעצן אנדערש ווי אן אנזאג אויף א גורל'דיגער איבערגאנגס תקופה, דורכאויס וועלכער די וועלט אנטוויקלט און גרייט זיך צו אריינצוגיין אין א נייער שטופע.
כאאס און אנגסט ערב שלום און גאולה
- בר-כוכבא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 365 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
כאאס און אנגסט ערב שלום און גאולה
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: כאאס און אנגסט ערב שלום און גאולה
נו העמיר זיך איבערצייגען !! העמיר שוין זעען צי בר כוכבא ווייסט וואס ער רעדט !
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
ארץ ישראל איז א געאגראפישע טעריטאריע (גראדע נישט סינאנים מיט די טעריטאריע פון מדנ"י, אדער מדנ"י אדמיניסטרירטע לאנד) נישט אן ענטיטי וואס קען קעמפן פאר איר עקזיסטעץ, זיין שולדיג אדער אומשולדיג אויף סיי וועלכע שטאפל אדער זיין אינגאנצן אדער טיילווייז אומגערעכט.
וואס מיינט דאס, א טייפאו?
דיין פארגלייכן רייבערייען צווישן לענדער בשעת די צווייטע וועלט קריג צו היינט איז אומלאגיש. טאקע 'ווייל' די וועלט איז געווען אן אזא שווערע קאנפליקט איבער איר צוקונפט האבן די לענדער אוועקגעקוקט פון זייטיגע דיפערענצן, ופשוט.
___
גראדע גלייך איך דווקא יא דיין סטיל פון שרייבן.
זיי וועלן מארדן און טעראריזירן ביז ס'וועט באמת נישט בלייבן קיין אנדערע ברירה ווי זיך אפטיילן פון זיי. ס'וועט שוין נישט זיין קיין אידאלאגישער ענין אויף וועלכן די לינקע אין לאנד וועלן קענען מחולק זיין, ווייל דאס מציאות וועט נישט איבערלאזן קיין אנדערע ברירה.
וואס מיינט דאס, א טייפאו?
דיין פארגלייכן רייבערייען צווישן לענדער בשעת די צווייטע וועלט קריג צו היינט איז אומלאגיש. טאקע 'ווייל' די וועלט איז געווען אן אזא שווערע קאנפליקט איבער איר צוקונפט האבן די לענדער אוועקגעקוקט פון זייטיגע דיפערענצן, ופשוט.
___
גראדע גלייך איך דווקא יא דיין סטיל פון שרייבן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: כאאס און אנגסט ערב שלום און גאולה
בר-כוכבא האט געשריבן:
ווי עס שיינט איז פאראן דא א העכערער כוח וואס טרייבט די אראבער צו א קאמף אויפ'ן הר הבית.
געהערט פון איינעם א פשט זאגט ער אז אזוי ווי מיר האלטן שוין נענטער ווי ווייטער צום גאולה און שרו של ישמעאל זעיט אז מען גייט צונעמען די הר הבית מידו איז אין גיבור כמתייאש פרובירט ער אנצודרייען ווי מער.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 58
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:05 am
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
בס"ד
מרן הרב שמואל אליהו שליט"א על נבואת נתן בן ה-15. חשוב לקרוא:
שמעתי את הדברים על עלית הנשמה של נתן בן ה-15 שהיה במות קליני. עלית הנשמה מוכרת מהגמרא וממקורות חז"ל ואנחנו מתייחסים אליהם בזהירות. לכן אפשר בהחלט לקבל את דבריו שהמשיח חי בארץ. כי היא מאומתת ממקורות אחרים.
בשנת תשנ"ב שמעתי את מו"ר אבא הרה"ג אליהו זצוק"ל מדבר עם האדמו"ר מחב"ד זצוק"ל שהמשיח כבר כאן, ואנשים סוגרים לפעמים את הדלת בפניו. על כן בוודאי שהגאולה והתגלות המשיח קרובים! אנחנו כבר בתוך הגאולה כמה וכמה שנים. כך נמסר למו"ר אבא מהבבא סאלי זיע"א.
גם מה שאמר כי אומות העולם מתקנאים בנו, ומעורבות בהתנגדות אלינו כמה מאות שנים. כך היה במלחמת העולם השניה. כשהיטלר גיבש את כל מדינות אירופה נגדנו, גם הרוסים שהיו אויבים שלו נלחמו נגדנו. גם הערבים כרתו אתו ברית, אפילו האמריקאים שהיו יכולים להציל את עם ישראל מהשמד בהפצצת מחנות ההשמדה - לא נקפו אצבע. גם הבריטים צידדו בערבים נגדנו. וזה ממש התגשמות התיאור של מלחמת גוג ומגוג. במיוחד כשחצי מתושבי ירושלים הלכו בגולה במלחמת העצמאות.
ומה שאמר כי אובמה הוא גוג, אינני יודע. אבל ברור כי הוא שונא ישראל גדול, די לשמוע אותו אומר כי ישראל אחראית למסע הרצח של אויביה הערבים כדי להבין שהוא לא ידיד שלנו כלל.
מה שאמר כי ימותו כמה מיליונים מעם ישראל, צה"ל לא יחזיק מעמד, דאע"ש יחטפו אנשים, תפרוץ מלחמת עולם שלישית בין הגויים, וכן אמר כי שתי פצצות אטום יפלו בתל אביב ובחיפה. אינני מסכים עמו. יש כח בתפילות לבטל גזירות רעות. אם נתחזק בתפילה – ננצל כולנו. ובזה לא יתפלל אדם רק על עצמו אלא על כל העם.
כמה פעמים ראיתי הגיעו לרב אליהו זצוק"ל אנשים שרואים רחוק וסיפרו לו שהם ראו חזיונות קשים, והרב זצ"ל לא אמר להם: שקר ראיתם, או שאתם בודים מלבכם, אלא אמר להם: הראו להם חזיון הקשה מהשמים כדי שתתפללו שהוא לא תתקיים. כך נתפלל נתחזק ונחזור בתשובה.
וכך שמעתי ממו"ר אבא זצוק"ל כי כל נבואות הפורעניות לא חייבות לבא. כמו שהיה עם חזקיהו ועם נינוה, שחזרו בתשובה ולא באה הפורענות. ואע"פ שה' אמר כי גלות מצרים תהי' ארבע מאות שנה היא הייתה רק מאתים ועשר. בגלל קושי הגלות, החשיב ה' את ארבע מאות שנה מלידת יצחק כגלות ויצאו אחרי 210 שנה.
כך גם רצה הקב"ה להחשיב את סנחריב לגוג ומגוג ואת חזקיהו למשיח. אבל לא היו זכויות מספיק לעם ישראל בימי חזקיה שלא אמרו שירה. מזה נלמד כי כשיש זכות לעם ישראל ה' יכול להחשיב את היטלר לגוג ומגוג וזה כבר מאחרינו.
חזקו ואמצו.
כי קרובה ישועתי לבא וצדקתי להגלות.

ישראל קאפקע האט געשריבן:ארץ ישראל איז א געאגראפישע טעריטאריע (גראדע נישט סינאנים מיט די טעריטאריע פון מדנ"י, אדער מדנ"י אדמיניסטרירטע לאנד) נישט אן ענטיטי וואס קען קעמפן פאר איר עקזיסטעץ, זיין שולדיג אדער אומשולדיג אויף סיי וועלכע שטאפל אדער זיין אינגאנצן אדער טיילווייז אומגערעכט.
און אמעריקע (און אלע אנדערע לענדער פון דער וועלט) זענען וואס: מענטשליכע קערפערס?
ישראל קאפקע האט געשריבן:זיי וועלן מארדן און טעראריזירן ביז ס'וועט באמת נישט בלייבן קיין אנדערע ברירה ווי זיך אפטיילן פון זיי. ס'וועט שוין נישט זיין קיין אידאלאגישער ענין אויף וועלכן די לינקע אין לאנד וועלן קענען מחולק זיין, ווייל דאס מציאות וועט נישט איבערלאזן קיין אנדערע ברירה.
וואס מיינט דאס, א טייפאו?
אויף וואס באציט זיך דיין פראגע?
ישראל קאפקע האט געשריבן:דיין פארגלייכן רייבערייען צווישן לענדער בשעת די צווייטע וועלט קריג צו היינט איז אומלאגיש. טאקע 'ווייל' די וועלט איז געווען אן אזא שווערע קאנפליקט איבער איר צוקונפט האבן די לענדער אוועקגעקוקט פון זייטיגע דיפערענצן, ופשוט.
ובכן? למעשה איז היינט אנדערש. למאי נפקא מינא די סיבה?
ישראל קאפקע האט געשריבן:גראדע גלייך איך דווקא יא דיין סטיל פון שרייבן.
יישר כוח.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
בר-כוכבא האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:ארץ ישראל איז א געאגראפישע טעריטאריע (גראדע נישט סינאנים מיט די טעריטאריע פון מדנ"י, אדער מדנ"י אדמיניסטרירטע לאנד) נישט אן ענטיטי וואס קען קעמפן פאר איר עקזיסטעץ, זיין שולדיג אדער אומשולדיג אויף סיי וועלכע שטאפל אדער זיין אינגאנצן אדער טיילווייז אומגערעכט.
און אמעריקע (און אלע אנדערע לענדער פון דער וועלט) זענען וואס: מענטשליכע קערפערס?
ניין, לענדער.
מדנ"י, אלס לאנד פונקט ווי אמעריקע און מאזאמביק, קען זיין אדער נישט זיין, די אלע זאכן וואס דו שרייבסט. ארץ ישראל אלס געאגראפישע טעריטאריע קען נישט.ישראל קאפקע האט געשריבן:זיי וועלן מארדן און טעראריזירן ביז ס'וועט באמת נישט בלייבן קיין אנדערע ברירה ווי זיך אפטיילן פון זיי. ס'וועט שוין נישט זיין קיין אידאלאגישער ענין אויף וועלכן די לינקע אין לאנד וועלן קענען מחולק זיין, ווייל דאס מציאות וועט נישט איבערלאזן קיין אנדערע ברירה.
וואס מיינט דאס, א טייפאו?
אויף וואס באציט זיך דיין פראגע?
פון דעם זאץ איז משמע אז די לינקע זענען זיך מחולק אויף די נויט פון זיך אפטיילן פון די פאלעסטינער באפערלקערונג.
אויף דעם פרעג איך אויב דו האסט געמיינט די רעכטע, און די אנגעצייכנטע ווארט איז פשוט א טעות.
אויב נישט זיי מסביר.ישראל קאפקע האט געשריבן:דיין פארגלייכן רייבערייען צווישן לענדער בשעת די צווייטע וועלט קריג צו היינט איז אומלאגיש. טאקע 'ווייל' די וועלט איז געווען אן אזא שווערע קאנפליקט איבער איר צוקונפט האבן די לענדער אוועקגעקוקט פון זייטיגע דיפערענצן, ופשוט.
ובכן? למעשה איז היינט אנדערש. למאי נפקא מינא די סיבה?
ובכן וויייזט דאס נישט אויף אומסטאביליטעט, כאאס און אנגסט, נאר אדרבה, אז די וועלט האט נישט קיין לעבנסוויכטיגע פראבלעמען שפילט מען זיך ארום מיט נארישקייטן.ישראל קאפקע האט געשריבן:גראדע גלייך איך דווקא יא דיין סטיל פון שרייבן.
יישר כוח.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- בר-כוכבא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 365 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
ישראל קאפקע האט געשריבן:מדנ"י, אלס לאנד פונקט ווי אמעריקע און מאזאמביק, קען זיין אדער נישט זיין, די אלע זאכן וואס דו שרייבסט. ארץ ישראל אלס געאגראפישע טעריטאריע קען נישט.
ארץ ישראל איז נישט קיין געאגראפישע טעריטאריע? איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט.
לגבי דער שיטה פון די לינקע: זיי האלטן אז מען דארף אוועקגעבן טיילן פונעם לאנד פאר די אראבערס, ווייל אזוי וועלן די אראבער זיך בארואיגן און אויפהערן דערגיין ארץ ישראל די יארן. אין אנדערע ווערטער: זיי רעדן וועגן באשאפן א ניי לאנד, פאלעסטינע, וואס זאל דינען אלס היימלאנד פאר די אראבער פון געגנט. עס נעמט אבער נישט אריין ארויסצושיקן די ארץ ישראל אראבער פון לאנד.
וועגן דעם פארגלייך צו דער צווייטער וועלט-מלחמה: יתכן אז דו ביזט גערעכט, אבער מיך קומט די סיבה מער פאר ווי די וועלט איז מער צערייצט און אומסטאביל ווי דעמאלט.
[tag]בראשית[/tag], דעמאלט איז שרונ'ס הר הבית באזוך געווען דער אנגעגעבענער אויסרייד פארוואס די אראבער האבן אנגעהויבן מארדן. אינעם המשך האט מען אבער גערעדט וועגן שלום און אוועקגעבן שטחים און כמעט נישט דערמאנט דעם הר הבית. אזוי עכ"פ ליגט מיר אין קאפ. היינט שלאגט מען זיך איבער דעם הר הבית ממש. אבאס פארלאנגט נישט קיין שלום געשפרעכן, נאר אז אידן זאל נישט ארויפגעלאזט ווערן אויפן בארג.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב