הבא להרגך השכם להרגו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

הבא להרגך השכם להרגו

שליחה דורך פליקער »

הבא להרגך השכם להרגו

און ליכט פון די לעצטע אנטוויקלינגען אין ארץ ישראל, האב איך אנגעהויבן אריין קלערן וואס איז אינזער פראבלעים, פארוואס ווען א מענטש ווערט אטאקירט, נעמט ער מאכן נערישע קאלקעלאציעס, ער גיבט זיך געוועינטלעך אינטער, בעיט זיך ביים מערדער, פראבירט זיך דורך קומען מיטנעם, אנטלויפן אדער שרייען, אדער פשוט פאכן מיט די הענט בשעת יענער שטעכט, פראסקעט, נאר נישט וואס מען ברויך.

און חז"ל שטייט הבא להרגך השכם להרגו, מען לערנט דאס ארויס פון א פסוק, צרור את המדינים, פארוואס שטייט נישט השכם און זיי אים מסביר אז ער זאל רחמנות האבן אויף דיין אימשילדיגע פיצל קינד, אדער ווייב אדער טאטע מאמע, אדער השכם ו'לייג זיך אראפ און זיי און שריי שמע ישראל, ווייל די אלע זאכן העלפן נאר צי צים אייגענעם מערדעריי, וויפיל ווידיא'ס איך זעי פון מענטשן וואס ווערן אטאקירט, זעי איך א זייער אינטערעסאנטע זאך רוב מאל העלפט דער הרוג צו צים אייגענעם מערדעריי.

ווי אזוי איך קיק עס אן איז אזוי, אז דער מערדער ווען ער מערדערט האט איין זאך אין זיין מוח ער וויל שעידיגן, שעידיגן שעידיגן, ער טראכט גארנישט מער, איין זאך און עס איז זייער גרינג צי טיען, דעריבער איז ער געוועינטליך מצליח, משא"כ דער נרדף ער נעמט טראכטן טויזנט זאכן וואס ער טאר דאן נישט טראכטן דאס טראכט ער, ער\זי הייבט אן טראכטן וואס זאל איך טיען, וואס וועט זיין מיט די קינדער, גייט עס וויי טיען, ועוד נערישקייטן וואס העלפן נישט, די תורה לערנעט אינז א לעקציע, ביטע טראכט נאר איין זאך, נעם אויך טראכטן פון שעידיגן שעידיגן שעידיגן.

על כן אן קיין שום ציטער, אן קיין שום הכנות, נעם זיך שעידיגן, ווייל ווי ווייסן מיר שוין היינט אז איין זאך קען העלפן און עס איז נאר יענעם צי שעידיגן, ממילא ווען אימעצער קומט דיך קעיגן מיט א קלארע ווילן דיך צי שעידיגן, דאן שעידיג יענעם.

די מציעות צייגט ווען מען קוקט איבער ווידיאס פון וויילאנץ, זעיט מען אז ציריק וויילאנץ וואלט געהאלפן, אבער די סיבה פארוואס דער געטראפענער טיילט נישט קיין מכות איז נישט ווייל ער קען נישט, און איז נאר ווייל ער ווייסט נישט אז נאר דאס וועט אים ראטאווען, דערפאר זאגט אים נישט זיין מוח אז ער זאל אויסניצן א געלעיגענהייט און אים אריין ריקן א געזינטען מכה, נאר קומט אויפ מיט וואזשנע המצאות וואס ארבייטן נישט און זענען צימאל פאטאל.

קאמפעטישן פייטינג, מיר זענען זייער ציגעוואוינט צי זעין געשלעיגן וואס זענען על פי רוב געווידמעט פאר קאמפעטישן פייטינג, ווי צים ביישפיל באקסינג, קאראדי אדער קראוומעגא, דאס גיבט די איינרעדעניש אז נאר מיט טאקטיקן ווערט מען געראטעוועט, וואס מיר נעמען נישט אין מוח איז עס איז דארט א געים, און אז ביי אזא געים ווען איינער ווערט טאקע פארווינדעט דאן איז דער באקסינג מעטש פארטיג, יעדער ווערט פארגרוילט, אלעס אנטלויפט, א נארמאלע ציווילאזירטער מאן קען נישט זעין קיין עכטע עקסידענט, ווען מען זעיט א פיס זיך ציטיילן און צוויי אדער ווי איינער גיבט דעים אנדערן א באקס ווי ער טאר נישט און ער פאלט אויפן ארט ציזאם, איז געים אווער, פארוואס, ווייל עס איז נישט קיין עכטע פייט, זיי האבן כל מיני געזעצן קעיגן א עכטע פליק, קיינער וועט נישט זעין א שטויס אינדע בצים כאטש דאס ענדיגט דאך די פייט, אבער די רול איז אז אויב איינער געבט אים א צישטויס דעים ברית, דאן איז ער גאר א פארלירער, ווייל יעדער וויל אהיים גיין גאנץ, עס איז נאר א טעקניק קאמפעטישן, נישט ווער עס קען וועימען דערהרגנען, אבער א עכטע פייט ווי מען הרג'ט זיך איינער דעים צווייטן קוקט אויס אינגאנצען אנדערש, קיינער מאכט נישט קיין שום טאנץ מענאווערס, מען גייט מיטן מעסער און שטעכט ביז איינער שטארבט, עס איז זייער גרויליג אבער א פאקט.

דערפאר קומען די אלע טעכניקן פון קאראטי נישט אריין ביי א עכטע פייט, עס איז נישט דא קיין באקסינג הענטשקעס ביי א עכטע פייט, עס איז נאר הרגע אדער ווער געהרגעט, און אויב זאל מען פראבירן אלע ערליי טעכניקן וועט עס זעלטן העלפן, און פאר אפאר סיבות, איינס ווייל עס איז גאר שווער זיך אויסצילערנען, עס נעמט יארן זיך אויסצילערנען, און פראפעקטירן יעדע מאנאווער, און ווען עס קומט די עכטע פייט ברויך אנהייבן אויפשטויבן די קעמערלעך פון מוח וואס זענען איצט בדעת סכנה גאר פארשטייפט, און דער עיקר וואס מען ברויך טיען ווערט פארגעסן, שעידיג יענעם קודם, השכם להרגו, נישט קיין חיליק ווי אזוי, ניץ אויס א אפערטוניטי און דערלאנג איינס ווי עס ברויך צי זיין, גיב אים ווי לאנג יענער פגר'ט אדער ווערט אימשעידלעך, און עס איז גאר ווינדערלעך אז עס איז זייער גרינג צי טיען אויב ווייסט מען וואס מען ברויך צי טיען, עס איז נישט שווער זיך אויסצילערנען, און אזוי לאנג ווי דער מוח איז גרייט יענעם צי אימשעדליכען וועט זיין מוח אויפקומען מיט די מהלך עס צי טיען, אויב וועט זיין מוח טראכטן דאן פיפציג אנדער וועיגן ארויס וועט ער לכאורה פארלירן די קריג.

נאך א טעות וואס מען מאכט כסדר איז א פחד פונעם מערדער, אז יענער איז דאך זייער גרויס פיל גרעסער, שטערקער, מער געבויט, מער פלינקער, און וועט זיכער געווינען, אקעי ממילא לייג זיך אראפ און זאג שמע, דאס איז א שוידערליכע טעות, ווייל אויב איז מען גרייט צי טיילן מכות וועט יענער כאפן נישט קיין חיליק ווי גרויס און שטאלץ ער איז, נעמט א ראיה פון דוד מלך ישראל, ער האט מיט איין פיצי שטיינדל אינעם ריכטיגן פלאץ אראפ געריקט גלית, אפילו ער איז געוועין א קליינער פימפענוטער, משה רבינו האט מיט א האק ביי עוג'ס קנעכל אים געמאכט אימשעידלעך אפילו די זין איז אנגעקומען ביי זיין האלז, און זיין קנעכל איז געוועין דרייסיג איילן אינדע הייעך. פארשטייט זיך אז עס איז געוועין א נס, אבער איך מיין אז די נס איז געוועין די קאראש וואס זיי האבן געהאט אויך, דאס איז א גרויסע עסק, מען מיז דאס כסדר חזר'ן קיין מאל נישט אויפגעיבן אפילו חרב חדב מנחת על צווארו, איז נאך אלס דא צייט אוועק צי ריקן יענעם'ס דיכט, א ציבראכנע קני טוט נאך אלס שוידערלעך וויי, זיין קאלער ביין גייט זיך גענוי ציברעכן ווי א צווייטן'ס, מען ברויך נאר זיין גרייט עס צוברעכן, מען זעיט ביי גרויסע געלערנטע באקסערס ווען זיי כאפן א זעץ ביי די מילצען פאלן זיי ציזאם אויפן פלאץ אפילו ער איז א געבוירענער באקסער.

רוב עכטע מערדער'ס וואס זענען מצליח צי דערהרגנען א צווייטען, ווען מען קוקט איבער זייער היסטאריע זענען זיי על פי רוב תפיסה חיות, בכלל נישט קיין פראפעסיאנאלע חברה, קיין מאל זיך נישט געלערנט ווי אזוי מען ברויך שטעכן מיט א מעסער אדער ניצן סיי וועלכע געווער, פיל מאל ברויכן זיי שטעכן צעינליגע מאל איידער איין שטעך האט כדי להמית, שטעלט זיך די שאלה פארוואס זעהען זיי מצליח, די תירוץ איז ווי פריער געזאגט , ווייל זיי ווילן הרגנען, זיי באניצען זיך מיט וויילאנץ, האבן נישט גארנישט אינזין חוץ דאס, סיי ווי לאנג עס וועט נעמען, דערפאר אפילו מען ווערט געשטאכן מיינט דאס בכלל נישט אז מען קען נישט געיבן יענעם מכות להמית, וטילאנג מען איז קאנטשעס האט מען א טשאנץ יענעם צי דערהרגענען, און אהיים גיין, דער וואס פראבירט נישט בלייבט טאקע געוועינטלעך טויט.

איצט נאך איינמאל בקיצור אלע נייע רולס,

יעדער קען ווערן געשעידיגט

יעדער קען שעידיגן

סייז שטארקייט פלינקייט איז בכלל נישט נוגע ווען איך בין דער ערשטער וואס גיבט דעים שיס שטעך אדער מכה אינעם ריכטיגן פלאץ.

די איינציגע זאך וואס ראטעוועט פון א געפאר איז דיין מוח, וויליקייט צי ענטפערן וויילאנץ מיט וויילאנץ, געווער איז נאר א געצייג אינעם האנט פון א מערדער, דער געווער איז בכלל נישט שילדיג, נאר דער מערדער איז, און יעדע מענטש איז א געווער ווען ער נעמט ניצט דאס אלס א געווער.

געווער האט איין פרינצעפל פארס עגענס מעסס, ווען א קויל פליט איז עס פארס עגענסט מעסס און די מעסס ווערט פארשוועכט דאן ווערט מען געשעידיגט, ווען מען ניצט א עלענבויגן אדער א קני צי ציברעכן יענעם'ס האלז אדער פיס, דאס האט די רווחים גענוי ווי א ביקס אדער מעסער.

ווען איך האב וועין א ביקס, דאס איז א גרויסער טעות אויך, צי ניצן א ביקס און אראפקניידלען א צווייטען ברויך מען קודם האבן די רצון, מען ברויך אפמאכן אז איך האב נישט קיין אנדערע וועיג ארויס דאן ניצט מין דעים ביקס, אבער אויב האט מען שוין דעים רצון, די החלטה גמירה דאן סארפרייזינגלי איז דער ביקס נאר א שטער, ווייל עס איז נישט דא קיין צייט, א ביקס איז נאר גיט ווען מען שטייט ווייט פונעם מערדער, כאטשיג פערציג פיפציג פיס און מען שרייט פריז, מיט א אויסגעשטרעקטע ביקס, אבער כמעט קיין מאל פאסירט נישט אזוי קיין וויילאנץ, געוועינטלעך איז עס איינער לאקערט און קומט פון אינטען, אדער ביי א עי-טי-עם מאשין, צי פליצלינגע אימגעראכטענע איבערפאל, דאן איז נישט דא קיין צייט פאר קיין ביקסן, דאן ברויך מען א שטויס טיען אין די מעשה אריין וכדומה.

איצט צים פונקט וויפיל געוועיר האט א מענטש וואס זענען אים אלס צי די האנט אפילו פליצלינג, לאמיר זעין די וויכטיגסטע געווער איז מיין מוח, מיין החלטה מקיים צי זיין השכם להורגו, האלטן די איינע זאך פארן מוח מ'גיימר שעידיגן שעידיגן שעידיגן, יעדע זאך וואס איך גיי פון איצט טיען אויפן אטאקירער גייט ביי אים עפעס ציברעכן, ביז ער גייט זיך מער נישט קענען רירן אנקאנטשעס אדער טויט, איך האב צוויי הענט צוויי פיס, ציזאמען איז פיר, מיין קאפ קען איך ניצן, מיין פויסט, מיין ארעם, עלענבויגן, קני מיין קערפער וואס אפילו איך וועיג קנאפ איז עס פארט א געשמאקע הינדערט זיבעציג פונט פון קראפט, מיין שיך פארענט און מיין היל דאס איז די שיך פון אינטען, בקיצור אזוי מיר נישט דיר נישט בין איך באוואפענט ביז די ציין.

לאמיר איצט א טראכט געיבן וואס קען איך אלס שעידיגן ביים מערדער איינס צוויי, וואס שרייט ארויס ביי אים אלעס ביז דארט, ביטע איך גיי זיין וואויל אבער פליז טאטש נישט דארט, סיניש קיין פער פייט, גראבעל אים ארויס די אויגן, די בענעפיטן זענען ווי פאלגענד, עס טוט גאר שטארק וויי פאר עטליכע סקונדעס וועט ער גארנישט טיען נאר טראכטן פון באשיצן זיינע אויגן, און די עטליכע סקונדעס איז געניג צייט אויפציזיכן נאך א פלאץ אפיר נעמען נאך א געווער פונעם ארסינאל וואס מיר האבן פריער אויסגערעכנט און אריין טיילן, נעם דיין האנט מיטן גאנצען כוח פון דיין קערפער און שיס אים אויס איין אויג אויפ אמאל, גראבעל עס ארויס צי ראטעווען דיין לעיבן, נאך א מעלה מיטן אויג איז אז עס שטארצט ארויס, ער קען עס נישט אזוי גרינג באשיצען, און כדי ער זאל דיך וועלן שעידיגן וועט ער מיזן האבן אויגן, און אויב האסטו איינגענימען זיין אויג, איז שוין ידך על העליונה.

איך הער מענטשען איצט שרייען ער גייט דאך ווערן זייער אויפגערעיגט, ער גייט זיך נישט לאזן, ער האט דאך א מעסער, אלע מיני תירוצים, דאס איז נאר ווייל דו פארענטפערסט איצט מיט אלע מיני תירוצים, ווייל דו ווילסט אים נאך נישט עכט הרג'ן, דו ביזט נאך נישט זיכער אז דו האסט נישט קיין אנדערע וועיג ארויס, דאס איז טאקע א גרויסע פראבלעים, און דאס איז דיין היים ארבייט, טראכט אריין און דיינע זיסע קינדערלעך וואס פארלאזן זיך אז דו גייסט אהיים קומען, און דיין ווייב און עלטערן וואס זענען נישט נייגעריג און קיין תירוצים פארוואס דו ביזט טויט אויפן ערד געשענדעט, זיי ווילן דו זאלסט אהיים קומען נישט קיין חיליק וויפיל פָּאר אויגן דו האסט ארויסגענימען אינעם פראצעדור.

היינט ווערט מען זייער גרינג פארמישט מיט געוועינטליכע וויילאנץ וואס איר האט שוין מסתם אמאל געזעין, אזא זעלבסט שטאלץ וואס ווערט דערנידערט דורך א ווילדע מענטש וואס שניידט אריין אינעם ווען ער דרייווט, אדער ווען איינער איז און א גוסטא צי מאכן לעיבעדיג, און בייסט אריין און א צווייטען וואס שפירט זיך געטראפן, א געשלעיג ברעכט אויס, אדער ווען איינער וויל עפעס פון א צווייטן און יענער האלט אים נישט ביים געיבן ווי א בעינקל און א באר, דאס ווערט אנגעריפן א באר פייט, איינער וואס פארקוקט זיך און א אשת איש, און יענעם'ס חברה מאן שפירט זיך געטראפן און נעמט זיך רידערן, הגם דאס קען זיך אויך ענדיגן מערדערלעך, אבער איך רעד נישט פון אזא סאציאלע וויילאנץ, ווייל דאס בדרך כלל קען ווערן פארמיטן דורך זיך אינטערגעיבן פארן גרויסן ריזיגן באלי וואס וויל פשוט פארשפרייטן שרעק, צייגן דאמינאנץ, נאר אויב דער צווייטער ווערט נישט אפגעשראקן פונעם גרויסן שרעקעדיגן מאן וואס ווארפט אן א פחד, דאן ווערט די געשלעיג צימאל מערדערלעך, אבער ווי נאר איינער פון די צוויי געבן זיך אינטער דאן איז ג'ענדיגט די געשלעיג, העכסענט וועט מען איינעם אויסלאכן אז ער איז נישט אזא שטאלצע פארך, זיין שרעק וועט ווערן פארמינערט, זיין דאמינאנץ וועט ווערן איבער געגעיבן פארן זיגער, אבער לעיבן קען ער בלייבן, מיר רעדן פון ווילאנץ וואס איז נישט סאציאל בכלל, איינער ווערט איבערגעפאלן פון אינטען, איינער ווערט סאקער פאנטשט, דאס איז א פאנטש אין קאפ פון אינטען אדער אימבאמערקטערהייט, ווייל ער וויל אים זעין טויט מחמת איזהו סיבה, אדער ווייל ער וויל אים בארויבן אדער ווייל ער איז א סאשיאפעט, אדער שיכור, אדער פארויכערט מיט דראג'ס, נישט קיין חיליק די סיבה, אויב קען ער זיך נאר רירען און טראכטן, ווי נאר זיין מוח איז גאנץ דאן איז ער גרייט און בארעכטיגט ארויסצינעמען יענעם'ס אויגן ווי נאר ער קען.

ניצן חכמה פאר א טאקטיק וועט דיר אויך מאכן פארדינען צימאל ביי געוויסע סינאריא'ס א סקונדע צוויי, וואס קען אמאל געיבן געניג צייט אפצישאצן ווי גענוי יענעם'ס אות ברית קודש געפינט זיך, און מיט זיין קני אריין שמעטרן דערין מיט א גאנצע רצון עס צי ציפליקן, און אויב געלינגט עס ווערט יענער פארלאזירט פאר א פאר סקונדעס וואס דער אטאקירטער וועט זיין א נוגע בדבר, און בלייבן פארלאזירט, און דאס וועט עפענען געניג צייט אז ער זאל נעמען איצט זיין ביין ווי עס ליגט דער האנט זייגער, און אריין שמעטערן דערמיט און זיין האלז אריין, פילייכט ציברעכן זיין קנה דער ווינט פייפ און ציזעצן זיין קאלער ביין, דאן וועט זיין געניג צייט צי ציברעכן די אנדערע זייט און אזוי ווייטער.

די האלז האט דריי זייטן, פארנט ווי מ'שעכט, און די צוויי זייטן, זיי שטארצן אלע מאל ארויס, דאן איז דא גלייך דערנעיבן די קאלער ביינער איינס אויף יעדע זייט, און ווי דערמאנט פריער מיט די אלנע ביין דארט ווי מ'האלט די זייגער, דערמיט ווען מען ניצט דעים גאנצן וואג פונעם גוף ווי מען וואלט געהאקט האלץ מיט א האק, אים וועלן אזוי ווי אפהאקן דעים קאפ, אוי לייגט דאס איינעם אראפ אינטער א סקונדע, אויב טראכט מען דאס איבער קען מען עס טיען פון סיי וועלכע זייט מ'שטייט, און אפילו פון אינטען, עס ברויך טאקע פראקטיק אבער גאר גרינג זיך אויסצילערנען.

מיט די עלענבויגן איז גאר גרינג אריין פארן ווי א טראק פארט אריין אין שניי, אריין און זיין סאלער פלעקסעס, דאס איז גלייך אינטער די ריפ קעידזש, דארט איז דא א קנעכעלע אריין קנאקן דערין מיט א ווילן יענעם צי מאכן אימשעידלעך, און גענוי דאס געשעיט, יענער פרירט ווי א פאקסי פאפ.

די פיס איז גאר גרינג יענעם צי ציברעכן מיט דיינע פיס, פשוט דורך אויף א 45 דעגרי ענגעל אריין שמעטערן פון העכער די קנעכל אויף אריין, עס ארבייט אפילו פון אינעווייניג אויף ארויס / אדער \ אראפ פארן מיט דיינע אריין און זיינע, ער קען נישט בלייבן שטיין, אזוי איז פארפרוירן אויפן ערד פאר געניג צייט אים צי ציברעכן ס'האלז, ווי פריער געשמיסט.

אלע זאכן זענען געוועינטליך לויט די סטאטיסטיק נישט נוגע פאר ציוויליזירטע בירגער, אבער די וועלט טוישט זיך גאר שנעל, ווי מיר זעיען נעבעך און ארץ ישראל, און איך זעי נעבעך ווי מען פארקויפט מעיס, אינגעלייט לערנען זיך טעכניקן, אפילו פרויען זעי איך שוין בילדער ווי אזוי מען זאל בלאקירן א מעסער, אבער אלע נפטרים אין ארץ ישראל פון מעסער'ס האבן שניטן פון דיפענץ, עס העלפט נישט דיפענץ, דאס איז וויילאנץ, נאר יענעם פארוויילאנצען העלפט, און א מוח וואס איז גרייט צי הרג'ן, זאל דער באשעפער יעדעם היטן און באשירעמען פון אלדאס בייז.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב געמיינט ער'ז א פלעינע [tag]פליקער[/tag], און דא אנטפלעקט זיך א געלערענטער 'ציפער און שטויסער'.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

Wow mam!!
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

Re: הבא להרגך השכם להרגו

שליחה דורך קאסטנער »

העי ברא! יו וואנט טא גא פירסט?..
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

שליחה דורך ברוך בער »

אינטערשטער שורה זאגט איר גוט, ווערט נישט דערהרגערט אן א פראוו צו צוריקדערלאנגען חאטש און אפשר אויך בלייבן לעבן. ווען די זעקס מיליאן האבן דעם מהלך וואלטן נאך האלב געלעבט.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: הבא להרגך השכם להרגו

שליחה דורך פליקער »

ברוך בער האט געשריבן:אינטערשטער שורה זאגט איר גוט, ווערט נישט דערהרגערט אן א פראוו צו צוריקדערלאנגען חאטש און אפשר אויך בלייבן לעבן. ווען די זעקס מיליאן האבן דעם מהלך וואלטן נאך האלב געלעבט.

זייער שווער צי זאגן אז עס וואלט געהאלפן, אדער רעדיצירט זי סכום, ווייל א מלחמה ספעציעל די צווייטע וועלט קריג איז נקמה געוועין גאר שטארק פארהייליגט, און זיי האבן געניצט מעטאדן פון פארנערן, דאס איז גאר שווער צי בייקומען, אבער דאס איז אמאל סיכער אז ווען די חברה וואלטן אנפאנג ווען זיי האבן אריין געטריבן דעם עולם אין געטא'ס, אויב דאן וואלטן די נאצי'ס געכאפט מכות אדיר געשאסן געווארן, וואלט די וועלט געוואויר געווארן פריער, און וואלט נישט געוועין קיין זעקס מיליאן, אבער אין אוישוויץ איז שוין געוועין צי שפעיט.

נאך א זאך זיי האבן נישט געהאט ממילא ווי צי גיין, סיניש געוועין וואס צי עסן, זיי זענען דאך אויסגעגאנגען פאר הינגער, דאס מאכט אויך די זאך אנדערש, הגם זיי האבן אויך אויסגהינגערט דעם עולם, אבער דאס איז נאך אלס געוועין די בעסטע שאנס אויף א ראציאן עסן, זענען זיי געווארן ציביסלעך אויס מענטשען בכלל, קיין שום ראציאנאלע טראכט איז נישט געוועין מעיגלעך צי ארגענעזירן, על כן איז דאס נישט די שמיעס דא, מיט דעם וועלן מיר ענדיגן די שמיעס און ציריק צים אשכול, וויילענץ פאר ווילאנץ, גארנישט העלפט נישט.

און ווי א ענטפער פאר'ן געוואגטע אינגעל, איך בין נישט קיין געלערענטער שלעיגער בכלל, איך ציטער אינדע הויזלעך, אבער קאראש מיט פחד זענען נישט קיין שום סתירה, קאראש איז א החלטה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פליקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דער חילוק פון באקסינג און אנדערע שפילן ביז די מצב אין ארץ ישראל איז דער שאק וואס מען ווערט פלוצלינג אטאקירט. מען איז נישט גרייט דערויף. די שאק מאכט מען זאל נישט טראכטן גראד און פארגעסן די אלע גוטע פלענער. ביז מען אריענטירט זיך און מען נעמט אינאכט וואס דא איז געשען איז שוין דער רוצח נישט אין געגענט, ער ציעט אפ מיט זיין קנעכל און ביצים אינאיינעם, און דו קענסט גיין בארן קלאפן.

דאס איז אמאל זיכער אז דיין ארטיקל איז איינץ און א גוטץ, און איז געשריבן געווארן אונטערן רושם פון היציגע נקמה....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: הבא להרגך השכם להרגו

שליחה דורך פליקער »

הייליגע שמעקעדיג דו ברעינגס ארויס מיין פונקט, מען ברויך ארבייטן אויף זיך, אפילו מען איז געשטאכן קען מען און ברויך מען נאך אלס יענעם אימשעידליך מאכן, און אפילו איבערלעיבן, מען ברויך זיין געראכטן אלע מאל צי אפשאצן די מצב, און דערהרגענען יענעם ווי לאנג די מוח פינקציאנירט, און די פיס שטויסט, און יענער האט בצים, ניץ אויס די געלעיגענהייט, און וועט איבער דרייען די מצב לטוב פאר דיר, און מעיגלעך נאך אהיים קומען און פארציילן די מעשה פאר די קומענדיגע גענעראציעס, נאר ער וועט נישט זיין קיין קדוש, נאר מאכן יענעם פאר א קדוש וטהור...
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פליקער האט געשריבן:הייליגע שמעקעדיג .

:like
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך ווייס נישט צו אין די היסטאריע פון קאווע שטיבל איז שוין געשריבן געווארן אזא געוואגטער און למעשה'דיגער ארטיקל ווי דער ארטיקל פון פליקער. נאך אזא ארטיקל בין איך שטאלץ מיט קאווע שטיבל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

מעסער דעפענץ קליפ. ער הייבט טאקע אן מיט דעם אז מ'דארף צוגיין צו דעם מיט א גראדען קאפ אויף הריגה. און אז דער מעסער מאן האט נאר איין וואפן בעת דער קרבן האט אסאך מער, ווי די הענט, די פיס וכו'.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Ftfa1jzfg6k[/youtube]
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

Re: הבא להרגך השכם להרגו

שליחה דורך קאסטנער »

ער גייט צי אז מען ניצט די זעלבע מעסער מיט וואס ער האט דיך געוואלט שעדיגן שעדיג צוריק,
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: הבא להרגך השכם להרגו

שליחה דורך פליקער »

און מיין מיינונג זענען די אלע שיינע קליפעלעך ווי אזוי מען דרייט זיך ארויס פון א מעסער נישט קיין ריאלעטי ווען איינער גליטשט זיך אויס אויף זיינע אייגענע נארוואס געקטן'טע קטנים, די בלאקס אויסדרייען גייט פשוט נישט פאסירן ווי לאנג די ברעין זאגט נישט צי נעמען שריט יענעם צי מיימת'ן, דאס איז גאר גרויזאם, אבער שטארק נייטיג אויב וויל מען איינעם דעהרגנען, די קליק גיט נאר די סינאריא ווען יענער שטייט ווי א גולם און לאזט זיך, און עכטע וויילאנץ פאסירט עס נישט אזוי, מען ברויך וויסן ווי א שטויס צי טיען יענעם צי מאכן אימשעידלעך, וזהו עיקר, וחסר מן הקליפ, דעריבער איז דער עיקר ווי אזוי מען שטויסט פיל וויכטיגער למעשה ווי דער בלאק וואס גייט מסתם ממילא נישט פאסירן גענוי אויפן וועיג ווי ער זאגט,
ווען מען באגעיגענט זיך מיט וויילאנץ, ברויך מען אפשאצען די מצב, און שעידיגן, וזהו, איבער ליינען מיין ארטיקל און כאפן מיין עיקר נישט די טפל'עך.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

דער בעסטער וועג איז צו מוטיגן דעם עולם, קןראזש האט איינער פון צעהן טויזנט, און מיטן מוטיגן און אנצינדן א פייער פון פראטעקשן פאר יעדער פרייז וועט מער העלפן פון אלע הסברים און קונצן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איך ברויך פארן צו א"י בקרוב. כ'זוך א נדבן פאר דעם בעקיטשע https://www.turtleskin.com/webstore/tur ... leg-covers.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: הבא להרגך השכם להרגו

שליחה דורך גר ותושב »

לויט פליקער זאלן עס די ישמעאלים קויפן נישט די.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

דער פראבלעם איז אז פון שרייבן דא אויף קאווע שטיבל די זאכן וועט גארנישט ווערן אין ארץ ישראל, ווייל וויפיל ליינען דען דאס אין ארץ ישראל, און איז דען איין ארטיקל גענוג. אזוי פיל קען עס אויפטון אז מען זאל כאטש זיך אפלערנען אז ווען איינער וויל דיסטרויען דיין לעבן אויף סיי וואספארא אופן, מיט עקשנות, צו איז עס א גוי, צו איז עס א איד, האק אים צוריק מיט די גאנצע אכזריות אן קיין מורא און אן קיין רחמנות, ווייל דאס האט די מערסטע שאנסן דיר צו ראטעווען פון אונטער גיין.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

ווען סקימט למעשה מאכט מען אין די הויזען
דע פרייטיג איז געווען א קליפ ווי א אראבער מיט א מעסער לויפט נאך א סאלדאט וואס האלט אין זיין הענט א GK 47, די סאלדאט לויפט אוועק ביז די אראבער כאפט עם, ווארפט עם אראפ אויף די פלאהר און שטעכט אריין דע מעסער אין עם, ביז סקימט א אנדערע סאלדאט און שיסט די אראבער צים טויט
העי וואס לויפט די סאלדאט אוועק פון עם? ער האט אין די הענט א AK 47 ער דארף זיך געבן א דריי אויס צים טערעריסט און דריקן די באטען פין זיין גאן?
אלא מאי מוועהרט פארלוירען אפי' די שטארקע סאלדאט מיט א גאן

http://www.dailymail.co.uk/news/article ... -soar.html
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: הבא להרגך השכם להרגו

שליחה דורך פליקער »

ווי געשמיסט אויבן, אז א גאן איז נאר א געצייג, די גאן וועט אים נישט ראטעווען, אויב עפעס נאר שטיין אין וועיג, ספעציעל א סאלדאט וואס טראגט א ריזיגע ביקס, בכלל נישט געאייגענט פאר א נאנטע אטאקע, עס איז גאר שווער זיך צי באשיצען זעלבסט מיט א ביקס, אפילו מיט א פיסטאל, ווייל עס נעמט ציפיל צייט, יא גערעכט א ביקס וועט באשיצען א צווייטען, אבער נישט זיך אליין.
איך גלייב אז זיין אנטלויפן איז געוועין א חלק פון זיין פלאן, אז ער האט אויסגערעכנט אז עס וועט נעמען פאר די אנדערע סאלדאט צעין סקונדעס צי צילן מיטן ביקס, און ער האט געברויכט עפעס א דיסטאנץ, דעריבער איז ער געלאפן, און אויב וואלט ער געוועין אליין וואלט ער יא זיך אויסגעדרייט פנים אל פנים, און געפייט מיט האנט ביי האנט קאמבעט מעטאדען, נאר עס האט נישט דא אויסגעפעילט.

די איינציגע זאך וואס ראטעוועט איז דער מוח, דאס איז די איינציגע וואפן וואס א מענטש דארף בשעת מעשה, ווי אזוי צי ניצן זיינע געצייג וואס יעדער האט אלע מאל אויף זיך.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

אויב א טעראריסט קומט הייב איך אים תיכף אן צו פארליינען פליקערס ארטיקל, עס איז מובטח אז ער שטארבט פאר געלעכטער
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך זיץ אין דאקטאר'ס אפיס און מ'ווייזט א ווידיאו פאר די קינדער, א קארטו''ן. נאכ'ן קוקען האב איך געפרעגט מיין קינד וואס לערנט מען דערפון. ס'איז א ווידיאו פון א קליין פייגעלע וואס שלאגט זיך מיט א גרויסע הונט און ער געווינט. איך קען נישט דער נאמען פונ'ם ווידיאו אבער דוכט זיך ס'איז באקאנט.
ער האט געזאגט 'מ'זאל זיך נישט שלאגען מיט איינער וואס איז קלענער ווי דיר'
זאג איך איהם 'יעדעס מאל געווינט דער קלענערער, צו נאר אין די ווידיאו?'
נ
'נאר אין די ווידיאו'
'איז וואס לערנט מען?'
'איך ווייס נישט'
'אז נישט דער כח געווינט, נאר דער שכל'

איך גיב איבער די הייליגע מסורה פון פליקער, און די גאלדענע קייט וועט זיך ווייטער צי'ען
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליינעדיג די ארטיקל שווימט מיר ארויף יענע טונקעלע פרייטאג פארטאגס ווען א גוי איז באפאלן מנחם שטארק ע"ה א וודאי איז אלסדונג באשערט אבער על פי טבע אז ער שלאגט ווען נישט צוריק וואלט ער ווארשיינליך היינט געלעבט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביי מיר ווידער, שווימט ארויף אויפן זכרון דעם פרייטאג צו נאכטס, ווען הערצקא עסטרייכער [אויב כ'געדענק גוט זיין נאמען] איז קאנפראטירט געווארן אין וומסב"ג דורך א הויכער שווארצער פארדראגטער מיט א גאן, און האט מעגליך זיך געראטעוועט זיין לעבן דורכן לוחם זיין מלחמת הקודש מיטן גוי.

כ'געדענק טאקע ליינענדיג פליקער'ס ארטיקל, ווי דער עסטרייכער האט ממש אזוי געטון, אריינשטויסנדיג אין זיינע ביצים אזש דער גוי איז צושאקלט געווארן.
פארשפארט