בלאט 1 פון 16
מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 8:07 pm
דורך יואליש
יעצט קומט פאר אן אסיפה מיט די באטייליגונג פון די צוויי סאטמארע רבי'ס, ר' ישראל האגער, ר' נח אלבוים, פאפא רבי, וויען, ר' מענדל זילבער, גאלאנטא, און נאך אנדערע רבנים. אויך באטייליגן זיך מערערע מוהלים.
ווער ס'האט בילדער (פון ווי כ'האב גענומען די נעמען) זאל ארויפשטעלן.
בדרך צחות
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 8:18 pm
דורך יואליש
אדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א האט זיך אויסגענימען אז מ'זאל דארט רעדן נאר אויף אידיש. ווייסט איינער וויאזוי מ'זאגט 'מציצה בפה' אויף אידיש?
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 8:20 pm
דורך שרייבער
אויף ענגליש ווייס איך....
כ'האף מען רעדט פון ציונות אויך

נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 8:21 pm
דורך יואליש
זיכער, דער ציוני טענדלער... וועלכע איז אן איידעם ביי ר' משה פיינשטיין (אין סאטמאר פסל'ט מען יעדען לויט ווי מ'איז אן איידעם)
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 8:22 pm
דורך שרייבער
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 8:41 pm
דורך אבי גערעדט
פון כל העולם כלו:
ברעיקינג: יום ד' חקת תשע"ב.
א זעלטענע אסיפת הרבנים וואס איז שוין קרוב צו צען יאר נישט פארגעקומען איבער די גזירות וואס די רעגירונג טיילט אויס מיט'ן פראבירן צו רעגולירן די הייליגע מצות מילה, מיט'ן פארלאנגען אונטערשרייבן פונעם מוהל און פון די עלטערן, און מיט'ן פראבירן צו צוימען נישט צו לאזן מאכן ברית'ן אין בתי מדרשים, נאר אין שפיטעלער וכו'.
שוין עטליכע וואכן וואס דער רבי שליט"א איז עוסק אין דעם מיט פארשידענע כלל טוער. די וואך איז דער הויפט לאיער געווען ביים רבי'ן שליט"א אין שטוב איבער איבער דעם ענין, און רבינו שליט"א האט אויסגעדרוקט אז עס איז וויכטיג אז אלע רבנים זאלן הערן פונעם לאיער אליין וואס ער זאגט איבער דעם, און פארשטיין דעם חומר הענין, וואס די רעגירונג פארלאנגט, און אזוי וועלן די רבנים קענען באשליסן כדת מה לעשות, דארף מען באקעמפן די רעגירונג אדער דארף מען זיי איגנארירן, דארף מען פארהאנדלען, דארף מען שיקן דעלעגאציעס, דארף מען ענטפערן, וכו' וכו'.
ווען די זאך האט זיך גענומען רוקן האט דער רבי שליט"א געזאגט אז ער פארלאנגט מ'זאל ספעציעל רופן צו די אסיפה אזעלכע רבנים וועלכע האבן באקאנטשאפט אין רעגירונגס ווירשאפטן ווי הגאון רבי בנימין לאנדא, הגאון ר' נח אלבום פון קווינס, הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א און נאך עטליכע.
ווען דער רבי שליט"א האט געהערט אז מ'האט גערופן די רבנים וואס ער האט פארלאנגט איז דער רבי שליט"א געקומען.
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 8:43 pm
דורך אבי גערעדט
נאך
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 8:55 pm
דורך משה געציל
ווער האט גענימען די בילד? וועלעכע רב האט ארויסגענימען זיין בלעקבערי....
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 9:03 pm
דורך יידל
די שמועס איז צו מ'זאל נאכגעבן מאכן אין שפיטאל אדער מ'זאל זיך עקש'ן דוקא אין שול? אדער עפעס ערנסטער?
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 10:14 pm
דורך ניו יארק
קען איינער ערלעדיגען אז ר' ישראל האגער זאל זיך אויפשטעלען פאר אפאר מינוט?
זאג אים אז ער האט טעלעפאן אינדרויסען (ביי מיין מגי"ש און ישיבה קטנה - נישט מער געדאכט - פלעגט עס ארבעטן געוואלדיג

)
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 10:16 pm
דורך שרייבער
איינער זאגט מיר יעצט אז איינער פון די סאטמארע רבי'ס זענען ארויס אינמיטן די אסיפה, איינער קען עס קאנפירמען דא?
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 10:18 pm
דורך משה געציל
ממש א קידוש השם ווי צוויי ברידער קענען זיצען אזוי נאנט איינער צום צווייטען מיט א מסך המבדיל פון בלויז איין רב...
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 10:24 pm
דורך יואליש
משה געציל האט געשריבן:ממש א קידוש השם ווי צוויי ברידער קענען זיצען אזוי נאנט איינער צום צווייטען מיט א מסך המבדיל פון בלויז איין רב...
חלילה נישט דורך ברעכן די חומת התבדלות.
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 10:38 pm
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:איינער קען אפשר מסביר זיין פארוואס מ׳קען נישט איינמאל פאר אלעמאל אננעמען בודק צו זיין יעדן מוהל צי ער האט הערפיס?
כ'מיין ווייל רוב מוהלים האבן הערפיס. אייגענטילך, כ'מיין אז רוב ערוואקסענע האבן דאס.
מציצה בפה לאור הלכה אין קאווע שטיבל
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 12:13 am
דורך יואליש
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 8:08 am
דורך קרעקער
ביי מיינע ביידע יונגלעך האבעך געבעטען די מוהל פארען ברית איך וויל זעהן וואו ער וואשט אויס זיין מויל מיט אלקאהאל ערהאטמעך אנגעקיקט פארווינדעט אבער קיין ברירה האטער נושט געהאט
וויאזוי פורט בעלזער רב אויס?
וממני ילמדו וכן יעשו
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 9:04 am
דורך לעמיל
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 10:05 am
דורך יואליש
יאנקל האט געשריבן:יידל האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:איינער קען אפשר מסביר זיין פארוואס מ׳קען נישט איינמאל פאר אלעמאל אננעמען בודק צו זיין יעדן מוהל צי ער האט הערפיס?
כ'מיין ווייל רוב מוהלים האבן הערפיס. אייגענטילך, כ'מיין אז רוב ערוואקסענע האבן דאס.
ריכטיג. דוכט זיך אז ניינציג פראצענט מענטשן האבן הערפיס. אבער איז אזא טראגעדיע אז נאר צען פראצענט מוהלים וועלן קענען מאכן מציצה בפה?
כ'האף אז האדמו"ר מהר"א מסאטמאר, וועלכע איז זעלבסט א מוהל טעגליך, גיט זיך באזונדער אכטונג איבער זיין געזונט און הייגין. דאס ערגסטע סקאנדאל וועט זיין חלילה א פאטאליטעט פון אונטער זיין מוהל מעסער.
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 10:17 am
דורך שמעקעדיג
יואליש אודה ולא אבוש. איך כאפ נישט די דזשאוק
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 10:28 am
דורך לעמיל
שמעקעדיג האט געשריבן:יואליש אודה ולא אבוש. איך כאפ נישט די דזשאוק
עס איז נישט א דשאוק עס איז זייער ערנסט
די אייבישטער זאל אפהיטען וואס ס'קען געשעין אויב עפעס געשעיט צו א קינד וואס ער איז מוהל זיינע שונאים וועלען מאכען מטעמים דערפון
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 12:06 pm
דורך געפילטע פיש
JDN שרייבט דארט:
"כתב JDN ששהה בתוך האסיפה מסר כי גם
רופא מומחה בתחום נכח בה, וקבע חד
משמעית כי מדובר בעלילה על רקע דתי,
ומעולם לא ניזוק שום נימול."
קען איינער ווערעפייען אז דאס איז געווען די טאן דארט? וואס איז דארט געבליבן תאכלעס?
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 12:12 pm
דורך לעמיל
א בפירושע jdn וואס דארפסטו מער?
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 12:45 pm
דורך שמעקעדיג
לעמיל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:יואליש אודה ולא אבוש. איך כאפ נישט די דזשאוק
עס איז נישט א דשאוק עס איז זייער ערנסט
די אייבישטער זאל אפהיטען וואס ס'קען געשעין אויב עפעס געשעט צו א קינד וואס ער איז מוהל זיינע שונאים וועלען מאכען מטעמים דערפון
כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז ער איז א מוהל?
ער האט יעדן טאג ברית'ן?
וואס איך ווער נישט אלס דא געוואויר...................
און די סיבה איז נישט ווייל "זיינע שונאים וועלען מאכן מטעמים דערפון". ביטע לעמיל. נאר וועגן דעם זאל ער זיך וואטשן?