shower meteor -- היינט ביינאכט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

shower meteor -- היינט ביינאכט

שליחה דורך [NAMELESS] »

היינט נאכט שפיעלט זיך אפ א דראמאטישע ספעקטאקל אין די הימלען, ווען עס גייט רעגענען שטערענס, וואס פארלאנגט א ברכה עושה מעשה בראשית פון יעדער בייוואוינער.

צו זען דאס, זעצט אייך ארויס אויפן גאס ווי עס איז שטארק טינקל און קוקט אויף ארויף, עס נעמט א 15 מינוט ביז מען געוואוינט זיך צו צו מערקן אביעקטן אין די הייעך, גרייט אייך אן א קישן אינקעיס איר באקומט א סטיף-נעק. מען גייט נישט זען בלויז איין צוויי שטיק, יעדער צוויי דריי מינוט גייט פליען נאך א "shooting star" ווי מען רופט עס. די עיקר גייט מען זען ארום האלבע נאכט (גראדע דארף דאן זיין די מערסטע קלארע שעות פון היינטיגע נאכט, אין ברוקלין ווי עס דארף זיין טיילווייז פארוואלקענט) אנהייב נאכט וועט זיין שווער צו זען וויבאלד די לבנה שטערט נאך דאן צו זען, אין די אכטע טאג אין חודש.

די שטאטישע איינוואוינער וועלן מסתמא זען נאר די גרעסערע שטערנס, אבער די אפסטעיט אידן וועלן זען. גאר אסאך. ס'כדאי מיט צו האלטן די אינטערעסאנטע געשעעניש.

וואס מען זעט איז, אז יעדער צוויי דריי מינוט זעט מען א שטערן נעמט זיך פליען ווי א פייל, ס'פליהט דורך א גרויסע טייל פונעם האריזאנט, און איידער איר עספיעט זיך אריינקוקען דערין, איז עס שוין פארלאשן. אבער א מינוט שפעטער פליהט נאך איינס פונעם פארקערטער דירעקציע. אזוי גייט עס א גאנצע נאכט ביז אינדערפריה.

די פליענדע שטערנס הייסט "מעטעאר" (meteor) יעדער נאכט פליען זיי אבער נאר איינצעלנע שטיק. עטליכע מאל א יאר אויף באשטומטע דאטומען רעגענען זיי אין גרויסן און עס הייסט "meteor shower" די יעצטיגע שאוער איז יערליך אין די דאטום פון October 21-20, עס ווערט שטערקער פון עטליכע נעכט פאראויס און לאזט נאך עטליכע נעכט דערנאך, אבער די הויכפונקט איז היינט נאכט.

די יעצטיגע מעטעארס זענען די ברוכווארג פון די "העלליס קאמעט" וואס גרייכט אונזער וועלטל איינס אין יעדער עטליכע 70 יאר.(די נעקסטער רעגן פון העלליס ברוכווארג גייט זיין אין May). א קאמעט האט געוויסע פארבינדונגען מיט די מעטעארס אבער איז גאר עפעס אנדערש.

די רעגענס שפילן זיך אפ.עטליכע מאל א יאר, און יעדער רעגן האט זיך זיין "radiant" צענטער-פונקט פון ווי עס פליען די מעטעארס צו אלע ריכטונגען. היינט גייט עס פליען פון "Orion" ארייען איז א גרופע שטערן, און איז פון די מ"ח צורות וואס ווערט אידענטעפיצירט לויט מאנכע אלטץ די 'כסיל'

לפי שיטת רש"י אין ברכות איז די מעטעארס פאררעכענט אין די משנה אלטץ "זיקין" ובגמרא: כוכבא דשביט, (אן אריכות הסוגייה צו עס איז טאקע דאס)

[center]מה זה מעטעארס[/center]

גאר קורץ: די מעטעארס זענען נישט קיין שטערנס, שטערנס רירן זיך נישט פון ארט. דאס וואס אונז זע מיר איז נישט מער פון קארגע 60 מייל ווייט! דאס זענען קליינע שטיינדלעך אין גרויס פון א ניקל, וואס שוועבן ארום אין ספעיס. דאס איז אפפאל פון "קאמעטען" וואס ווערט צולאזט פון די זון ווען עס גרייכט א רעלאטיווע נאנטקייט. היות די גראוועטי פון אונזער וועלטל בעלעבאטעוועט נישט דארט, שוועבן זיי ארום פון מעכל צו רעכל. מאכט זיך אבער, ווען דער גרעוועטי איז באדייטענדפול שטארק, הייבט עס אן אראפ שלעפן די שטיינדלעך צום ערד קוגעל, און ווי א סעקונדע ווערט די ספיד שנעלער און שנעלער. א גאנצע וועג האלט זיך.עס אין איין אריינרייבן אין די אטמאספערע וואס איז שטארק געדעכט, און פון אנגעהיצטקייט צונדט זיך עס אן, ביז עס ווערט אויסגעברענט און פארשווינדן פון די אויגן.

דאס איז גאר קליין און נאנט צו אונז, און דערפאר מיינען מענטשן אז עס איז גאר ווייט פון אונז און אז עס איז א שטערן.

ברוך עושה מעשה בראשית.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אין וועלעכע זייט פון די האריזאנט וועט דאס געזעהן ווערן מזרח מערב וכו' אדער וואו מען וועט נאר קוקן? אזוי אויך אין וועלכע שעות? אלע?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די היינטיגע radiant לויפט די זעלבע וועג ווי דער זון.

די צענטער פונקט איז מער אויף רעכטס אויפן וועג צו דרום, (אבער באמת איז לאו דווקא אז עס פליהט נאר פון מזרח). און ווי איר וועט קוקן אויף ארויף וועט איר זען.

די שעות וועלן זיין פון ארום עלעוו צוועלעוו, ווייל ביז דאן איז עס אומזעהבאר אדאנק די לבנה וואס שיינט ביז דעמאלדס. די בעסטע וועט זיין אין די פארטאגס שטונדן וואס דעמאלדס איז Orion די העכסטע פונעם וועלט און עס צושפרייט זיך מער.

די עיקר מאכט זיכער עס זאל זיין שטאק טינקל!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

העילליס קאמעט 1986. (דאס נעקסטער מאל וועט זיין אין כמעט 50 יאר ארום).

stars.png
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

"orion meteor" פארגאנגענעם יאר October העכער טוסאן אריזאנע.

orion.png
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

נא, מען זעט עפעס?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דערווייל זעט מען גארנישט אין ניו יארק, איך בין ארויסגעגאנגען אין א טינקעלע פארק אין סטעטן איילענד געקלאצט אינטער די שטערנס א לאנגע צייט ס׳איז גאנץ שיין א קלארע נאכט מעהר ווייניגער, איך זעה אסאך שטערנס, אבער נישט קיין מעטעאר שאורס. אנליין שטייט אז סהייבט זיך אן יעצט פארטאגס און ס׳ענדיגט מארגן נאכט. עני וועי די מעידיטאציע איז גיט געוועהן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט