בלאט 1 פון 2

נייע אידישע וועבסייט "למען דעת"

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 6:50 pm
דורך [NAMELESS]
פאליש.... קרעטשמע..... יעצט למען דעת!!

א נייע פארם וועבסייט גייט זיך עפענען אין די נעקסטע פאר טעג מיט'ן נאמען "למען דעת".
די סייט גייט אויך פאבלישען ארטיקלען חוץ פון די פארם שרייבערס.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 6:59 pm
דורך שבת אחים
וואס איז זייער מאטיוו? פרום ,פריי, האלב פרום, האלב פריי, רעכטס, לינקס,???

Re: נייע אידישע וועבסייט "למען דעת"

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 7:37 pm
דורך ירא שמים
אפשר פאר די פארשוואונדענע ניקס פון קאווע שטיבל .

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 8:05 pm
דורך שלמה המלך
זייער גיט! עס מעג שוין זיין א דריטע פארברענג ארט וואס איז נישט אזוי רעכט ווי אייערוועלט און נישט אזוי לינק ווי קאוועשטיבל
די איינציגסטע אישו איז מיין צייט....

Re: נייע אידישע וועבסייט "למען דעת"

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 8:51 pm
דורך סביב העולם
בילד
איך זעה אז סאיז שוין אזא זייטל פין א געוויסע בהמ״ד

Re: נייע אידישע וועבסייט "למען דעת"

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 9:00 pm
דורך [NAMELESS]
בילד

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 9:10 pm
דורך רימון
פערספעקטיוו.
חרדי'שן.
וכו'.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 9:14 pm
דורך ישראל קאפקע
ס'טע געהערט א מעשה, א נייע וועבזייטל אין אידיש און זיין קענען נישט ריכטיג אויסלייגן דאס ווארט "פארום" אין אידיש?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 9:21 pm
דורך ישראל קאפקע

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 9:47 pm
דורך רימון
וואס קען מען שוין עקספעקטן פון א וועבזייטל וואס שטעלט צו אזעלכע באבעישע הקדמות.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 10:05 pm
דורך [NAMELESS]
מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן אונזער ערשיינען אויף דעם געוועב אלס א הערליכע מאגאזין און פורום ווי חרידי׳שע אידן וועלן קענען קומען און ליינען הויכע קוואליטעט ליין מאטריאל איבער א לאנגע ליסטע פון אונטערעסאנטע אינטעלעקטואלע נושאים. מיר גרייטן זיך בקרוב ארויס צו קומען מיט אונזער ערשטע נומער און מיר פלאנען אנצוהאלטן אונזער ערשיינונג מיט א שטארקייט און נאכאמאל ערפינדן הויכע קוואליטעט אונטערעסאנטע ליין מאטריאל פאר די אונטערנעט עפאכע. מיר ווילן ארויס קומען מיט אונטערעסאנטע ארטיקלען לפחות צוויי מאל א וואך, מיט א ערציילונג אין פארזעצונג איין מאל א חודש, און אן עדיטאריעל אדער אן עפיניאן קאלום איין מאל א חודש. און דאס וועט זיין אין צוגאב צו אונטערעסאנטע נייעס ארטיקלען פון די חרד׳ישע און אלגעמיינע וועלט וואס מיר וועלן פרובירן ארויף צו שטעלן טעגליך.

גלייכצייטיג ווילן מיר בעטן אז אויב האט איר א חשק און טאלאנט צו שרייבן ווילן מיר אייך אויפנעמען צו שרייבן פאר אונזער אויסגאבע ווייל מיר זענען אן אמביציעזע גרופע און מיר ווייסן אז אן אייער הילף וועלן מיר נישט קענען דערלעבן אונזערע אמביציעס. צו דער יעצטיגער צייט קענען מיר זיך נאך נישט אונטער נעמען צו באצאלן אונזערע שרייבער צוליב די גרויסע הוצאות וואס עס קאסט דאס אויפשטעלן דעם זייטל און דער פאקט אז דער זייטל האט נאך נישט קיין הכנסה, אבער מיר פארשפרעכן אז וויבאלד מיר וועלן האבן אן הכנסה וועלן אונזערע שרייבער זיין די ערשטע צו הנאה האבן דערפון.

מיר ווילן אז אונזערע שרייבער זאלן קענען זיין אנאנים אויב זיי ווילן, אלזא מיר וועלן נישט פארלאנגען קיינע אידענטיפיקאציע פון קיינעם אבער כדי צו קענען אנהאלטן די סטאנדארט פון די שרייבווערק וועט יעדער וואס וויל שרייבן פאר אונז מוזן אריינשיקן אן ארטיקל אדער צוויי פאר ער אדער זי וועט ווערן אנגענומען צו שרייבן אויף אונזער בלאג/מאגאזין, און מיר האלטן די רעכטן פאר אונזער רעדאקציע און אונזערע רעדאגירער און עדיטארס צו קענען פאררעכטן און רעדאגירן ארטיקלען וואס ווערן אריינגעשיקט צו אונז. אריינצושיקן אן ארטיקל צום מערכת אדער אויב ווילט איר אנהויבן שרייבן פאר אונזער אויסגאבע ביטע שיקט אן אימעיל צו editor@lemaandaas.com.

וויבאלד מיר ווילן אז אונזער בלאג און פורום זאל זיין א לעבעדיגע אידישע ווינקל אויף דער ברייטער געוועב וועלן מיר אויך אויף האלטן א פורום אויף דעם וועבזייטל אז אפילו די וואס זענען נישט אזוינע טאלאנטפולע שרייבער אדער די וואס ווילן זיך נישט איינבינדן צו שרייבן אויף אן עמטליכן אופן זאלן אויך קענען שרייבן אויף אונזער זייטל, און מיר האלטן די רעכט פאר זיך אז אויב זעהן מיר אן אונטערסאנטע ארטיקל וואס מיר פיהלן אז זיין פלאץ איז אין אונזער בלאג/מאגאזין וועלן מיר דאס קענען אריבער ריקן אן אדער מיט אן אפצאהל געוואנדן אין די קוואליטעט פון דעם ארטיקל און אין אונזערע פינאנציעלע מעגליכקייטן.

אין פארגלייך צו די הויכע קוואליטעט ליין מאטריאל וואס מיר וועלן צושטעלן אויף אונזער מאגאזין ווי מיר וועלן שטרענג איבערקוקן יעדע איינציגע ארטיקל וואס וועט ווערן פובליצירט און זיכער מאכן אז עס שטימט מיט אונזער הויכע סטאנדארט וועלן מיר צו דער זעלבער צייט צו לאזן א קאמפלעטע פרייהייט פון ווארט אין אונזערע פורומס – אזוי לאנג ווי דאס געשריבענע איז אין איינקלאנג מיט אונזערע תקנות – כדי יעדער זאל זיך פיהלן באקוועם צו שרייבן דארט, און מיר וועלן נישט מגיה זיין אדער צענזורירן סיי וואס א מעמבער וועט שרייבן אזוי לאנג ווי עס וועט נישט עובר זיין אויף די תקנות הפורום.

דער פורום איז געמאכט געווארן מיט די מטרה אז ווער עס וויל עפעס דיסקוטירן זאל קענען עפענען א topic/אשכול און ארויסלייגן זיינע אדער אירע מיינונגען אפגעזעהן ווי שטארק זיין אדער איר טאלאנט צום שרייבן איז, און דערנאך וועלן די אנדערע מעמבערס האבן די מעגליכקייט ארום צו שמועסן אין די נושא אויף וואס דער topic/אשכול איז באזירט. אשכולות קענען זיין אויף סיי וועלכן נושא א מעמבער וויל, פון אביסל טיפער אריינגיין אין דער נושא פון אן ארטיקל אויף אונזער מאגאזין, ביז אייגענע מיינונגען און דיסקוסיעס איבער אינטעלעקטואלע נושאים אדער סתם פארברענגען אין א געשמאקע שמועס איבער סיי וועלכע נושא.

מיט גרויס פרייד און ערווארטונג און מיט דאנק צו אונזערע צוקונפטיגע שרייבער און ליינער;

די רעדאקציע פון למען דעת.

Re: נייע אידישע וועבסייט "למען דעת"

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 10:15 pm
דורך ירא שמים
אויב געוואגטער איז דער רעדאקטאר בין איך דארט !!!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 10:44 pm
דורך [NAMELESS]
דאכט זיך מיר, אז דער עיקר האבן זיי פארגעסן צו מסביר'ן.

נעמליך, פארוואס פעלט זיך אויס א פרישע פארום?
וואס גייען זיי פארקויפן וואס אנדערע פארקויפן נישט?
און פארוואס מיינען זיי אז מ'גייט זיך נעמען פארפלייצן זייער פארום מער ווי די אלטגעזעצענע פארומ'ס?
אזוי אויך, פארוואס זאל איינער וועלן שרייבן כסדר'דיגע ארטיקלן - אויף וואס ער איז ניטאמאל בעה"ב, ווען מ'צאלט אים נאכנישט [דערווייל...]?

Re: נייע אידישע וועבסייט "למען דעת"

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 10:49 pm
דורך ירא שמים
כבין שוין געווען באזארגט אז זי גייען צונעמען אונזער שש׳ל איצטער בין איך בארואיגט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 10:57 pm
דורך [NAMELESS]
רימון האט געשריבן:וואס קען מען שוין עקספעקטן פון א וועבזייטל וואס שטעלט צו אזעלכע באבעישע הקדמות.

אית דגרסי בעיבישע
ואית דגרסי באבערישע
ושניהם לדבר אחד נתכוונו.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 10:58 pm
דורך [NAMELESS]
ירא שמים האט געשריבן:כבין שוין געווען באזארגט אז זי גייען צונעמען אונזער שש׳ל איצטער בין איך בארואיגט.

:lol: :lol: :lol:
זיי נישט אזוי רואיג, אויב זיי גייען אנהייבן צאלן, איז לכאורה אן אנדערע מעשה.
אזוי אויך אויב טרעף איך דארטן ריכטיגע לייבן, איז אויך אן אנדערע מעשה.
מיין שאלה איז ענדערש, פארוואס זאלן די לייבן דוקא אהינגיין???

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 11:12 pm
דורך רוסישער
שש, אויב די גייסט טו אינז א טובה און האלט די זעלבע נאמען מיר זאלן וויסן אז ס'איז כדאי ליינען

נייע אידישע וועבסייט "למען דעת"

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 11:21 pm
דורך ירא שמים
א פארוואס איז דא די שאלה איז וואס וועט למעשה זיין דארט , און דוכט זיך אז סאיז נאכנישטא קיין געהעריגע אידיש שפראך וועבסייט וואס איז נישט א פארום אדער בלאג.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 11:35 pm
דורך שמעקעדיג
אדנירם האט געשריבן:דאכט זיך מיר, אז דער עיקר האבן זיי פארגעסן צו מסביר'ן.

נעמליך, פארוואס פעלט זיך אויס א פרישע פארום?
וואס גייען זיי פארקויפן וואס אנדערע פארקויפן נישט?
און פארוואס מיינען זיי אז מ'גייט זיך נעמען פארפלייצן זייער פארום מער ווי די אלטגעזעצענע פארומ'ס?
אזוי אויך, פארוואס זאל איינער וועלן שרייבן כסדר'דיגע ארטיקלן - אויף וואס ער איז ניטאמאל בעה"ב, ווען מ'צאלט אים נאכנישט [דערווייל...]?

ממש געלייענט מיינע מחשבות!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 11:45 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע שטיבל האט דען פרינציפן קעגן פרויען? ווער געדענקט [tag]venus[/tag]?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 11:55 pm
דורך [NAMELESS]
רוסישער האט געשריבן:שש, אויב די גייסט טו אינז א טובה און האלט די זעלבע נאמען מיר זאלן וויסן אז ס'איז כדאי ליינען

נישט דער 'נאמען' מאכט דער מענטש,
נאר דער 'מענטש' מאכט דער נאמען.


ראי' לדבר, אדנירם גופא...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:00 am
דורך [NAMELESS]
אבטולמוס האט געשריבן:עס קוקט אויס אז ער וויל זיין מער ליבעראל פון קאווע שטיבל. ער מאכט זיכער צו דערמאנען פרויען ווי מעגליכע שרייבער.
יעדער וואס וויל שרייבן פאר אונז מוזן אריינשיקן אן ארטיקל אדער צוויי פאר ער אדער זי וועט ווערן אנגענומען צו שרייבן אויף אונזער בלאג/מאגאזין

מלכתחילה געטראכט דערפון. אבער כדברי [tag]ריכטיג[/tag] לא ראיתי שבית הקפה יהי' לשותי קפה שחור בלבד, ללא חלב...
ואבע"א שאני ימיה הראשונים של ק"ש מימינו אנו. אבל לדעתי הבל יפצה פיהם בענין הלז.

אגב, עוד לא מצאתי מקום שיהי' יותר ליברלי מבית הקפה ולא יהי' פאליש. ומכאן ראי' מוחצת, שטוב ללכת לבתי מרזח מללכת לבית הכנסת... ;)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:10 am
דורך berlbalaguleh
שלמה המלך האט געשריבן:זייער גיט! עס מעג שוין זיין א דריטע פארברענג ארט וואס איז נישט אזוי רעכט ווי אייערוועלט און נישט אזוי לינק ווי קאוועשטיבל
די איינציגסטע אישו איז מיין צייט....

שלמה המלך: קאווע שטיבל איז שוין גארנישט אזוי לינק. דאס אנטי-ציוניזם און די איינגעבאקענע האס צו מדינת ישראל ליגט נאך פאר'ן עולם (רוב עולם) אין די ביינער. ווען מ'מאכט א ביסל ליצנותא דעבודה זרה און איהרע פאן טרעגערס (א יעדע עקסטרעמע איידיע און שיטה איז בבחינת ע"ז) כאפט עס נישט דעם עולם. פארקערט. זיי ----יג און ----ל ---ע מאכן נאך דעם מעורר/אויפמערקזאממאכער כאילו ער דארף נויטיג מעדיקל אטענשן פאר אויפברענגען די אבסורדע טעאריעס און פיהרונגען פון די עקסטרעמע, אלט געזעסענע מענטשן, וועלכע כאפן נישט, אדער ווילן נישט כאפן אז מ'האט זיי געפיהרט אין באד אריין...!
אויף דעם קענמען זאגן דעם פסוק אין תהילים..."אך שקר נחלו אבותינו"... :lol: :אומגלויבליך: