נאר דאנאלד טראמפ גייט ראטעווען אמעריקע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

נאר דאנאלד טראמפ גייט ראטעווען אמעריקע

שליחה דורך עזריאל »

במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן און שמרי' ראזנבערג פארדאמען אלע רשעות
נאר בי"ד גבעת המורה האלט זיך צו יסודות פון יושר
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישן


אזוי ליינט זיך די חתימה פון [tag]המלוכה והממשלה[/tag] א חשובער מיטגליד אין אונזער שטיבל.

מיר בעטן אונזער טייערער חבר זאל צולייגן צו דער חתימה אז:
נאר דאנאלד טראמפ גייט ראטעווען אמעריקע
נאר זשארזש דאבעליו בוש האט געטון למעשה מיט באקעמפן טעראריזם
נאר פינקעל האט בשעתו געקענט נאכקומען די דימענד פאר פלייש אין מאנסי
נאר סקווירא זענען עכטע חסידים פון זייער רבי והא ראיה אז זיי אלע דאווענען מיטן רבי'נס מנין

און צו אביסל מסביר זיין מיינע מחשבות ווען איך זעה דיין חתימה:
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן,
דא האב איך געמיינט אז דו מיינסט עס ערענסט, ס'קען זיין אז דו טראכסט אז גאנץ כלל ישראל זיצט און הערט אויס וואס דער וואנזיניגער נחום דער 'איש האמת' האט צו פארציילן.

נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
דא האב איך אנגעהויבן טראכטן אז דו ביזט בעק דעטעד מיט די נייעס אז בלומבערג איז שוין נישט מעיאר און מציצה בפה גייט נאך אן, און מ'הערט טאקע טעגליך פרישע טויטע.

נאר חיים שאולזאן און שמרי' ראזנבערג פארדאמען אלע רשעות
דא בין איך שוין געווארן איבערצייגט אז עפעס איז ראנג מיט דיר, היתכן דו דערמאנסט אזעלכע צוויי דערהויבענע מענטשן, מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל, אן קיין טיטלען.

נאר בי"ד גבעת המורה האלט זיך צו יסודות פון יושר
דא רעד איך נישט אריין, ווער בין איך צו רעדן קעגן דער איינציגסטער בי"ד בדורינו וואס פארשטייט צו ישרות, מיט די שטארקע פארלאנג צווישן בעלי דינים זיך דן צו זיין נאר ביי די בי"ד, זעהט מען טאקע ווי ער האלט זיך צו די יסודות פון ישרות, #כלל ישראל האט א גוטע שמעק.

נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישן.
דער נפתלי איז ממש א ענדע צדיק, ער איז שוין נישט א חלק פון די קאמיונעטי און דאך העלפט ער אונז, אגב דארף מען אים איבערגעבן אז משביע וויל עפענען א קיך אין קרית יואל און זיי זוכן טאקע אפאר גוטע מענטשן זיך אפצוגעבן דערמיט, אויך אין סאוט אפריקא מוטשעט מען זיך זייער מיט עדוקעישן פאר די יוגענט סאיז דא א פראגרעם אהין צו שיקן וואלונטירן פאר טיטשערס.

אגב איך באמערק א ענליכקייט (נישט אז אלע פון זיי זענען אנגענומענע משוגעים, א אנדערע ענליכקייט) אין די אלע מענטשן, (חוץ גבעת המורה וועם איך קען נישט)
הצד השוה שבהן: אלע זענען פארנומען צו 'העלפן' מענטשן מיט וועם זיי האבן זיך צעקריגט, און דער רוב פון די צעקריגטע וועם זיי טרייען צו העלפן ווייזט אבער צוריק זייער אומזיסטע הילף.


איך האב זייער נישט געוואלט עפענען די אשכול, כאטש ס'ליגט מיר שוין אין געדאנק דאס צו שרייבן זייט איך האב די ערשטע מאל געזעהן המלוכה'ס חתימה, דאך האב איך מיר צוריק געהאלטן מפני כבודו און אויך ווייל איך האב למעשה הנאה פון פיל פון זיינע אנדערע ווערק, אבער היות די שטיבל שלאפט דא די לעצטע פאר טעג, מ'איז דא אויסגעלאפן פון נושאים אזש מ'דיסקאסירט שוין אפילו וואס מעשיגע מיינט, האב איך אפגעמאכט אז:
'נאר [tag]עזריאל[/tag] וועט אונז העלפן אויף לעבן די שטיבל'.

(אלץ דארף דער עזריאל זיך לאזן הערן, קען נישט זיין שטיל אביסל.)

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר