בלאט 1 פון 1
האריקעין Patricia, שטערקסטע אין היסטאריע, באפאלט מעקסיקא
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:18 pm
דורך ישראל קאפקע
א האריקעין מיט ווינטן פון 200 מייל א שטונדע איז עטליכע שעה אפגעריקט פון מאכן לאנד-פאל אויף דרום-מערב מעקסיקא.
די שטורם וואס האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען אין די לעצטע פיר און צוואנציג - זעקס און דרייסיג שעה האט זיך פארשטארקט אין די לעצטע עטליכע שעה צו א שנעלקייט פון איבער 200 מייל א שעה מיט ווינד גאסטס פון 248 מייל א שעה, די שטערקסטע האריקעין וואס איז סיי ווען געמאסטן געווארן.
די נאציאנאלע האריקעין צענטער וואס איז געשטעלט נאכצופאלגן האריקעינ'ס אין די אטלאנטיק און מזרח פאציפישן אקעאנען האט באצייכנט די האריקעין אלס פאטענציעל קאטאסטראפיש און 'אומגלויבליך'.
די שטורם גייט אין ריכטונג פון מערב מעקסיקא מיט א שנעלקייט פון ניין מייל א שעה. מעטעאראלאגן דרוקן אויס זארג און שרעק איבער דריי מעקסיקאנער שטאטן כאַליסקאָ, קאָלימאַ און נאַיאַריט און די 400,000 וואס וואוינען אין דעם דירעקטן וועג פונעם האריקעין.
אין די לעצטע אנדערהאלבן טאג איז די לופט דרוק אין צענטער פונעם האריקעין (וואס העכערט די ווינט שנעלקייט) געפאלן 115 מיליבארס, פון 994 צו 880, מעגליך די שנעלסטע פארשטארקערונג אין היסטאריע. פון 100 מייל א שעה צו איבער 200 מייל א שעה אין ווייניגער ווי פיר און צוואנציג שעה. גלייך נאכדעם וואס די פליגעצייג וואס מעסט אזעלכע שטורעמעס האט פארלאזט די אויג פונעם שטורם האט א סעטעלייט וואס פאלגט נאך די האריקעין געמאסטן פעטרישע'ס שטארקייט ביי 8.3 ברעכענדיג די דוואראק וואג וואס גייט נאר ביז 8.0!

- די האריקעין ווערט געמאסטן ביי א שטארקייט פון 8.3 אויף א וואג פון 8.0!
פעטרישע שטייט יעצט ביים טעארעטישן גרעניץ פארן שטערקסטן טראפישן שטורם אויף פלאנעט ערד.
די איינציגסטע גוטע נייעס איז אז די שטערקסטע און שעדליכסטע ווינטן וואס זענען קאנצענטרירט אין די מיטל פונקט פון די שטורם, איז בלויז בערך פופצן מייל ברייט.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:40 pm
דורך ישראל קאפקע
ביים עוואקואירן די געגנטער וואס זענען אין וועג פון די שטורם.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:44 pm
דורך Kool man
לאמיר האפען אז קיינער זאהל נישט געשעהדיקט ווערען פון דעהם מאנסטער שטורעם, איז דא א קלעהר אז דער שטורעם זאל אפעקיטירען די פאראייניקטע שטאטען, אשטייגער ווי אריזוינע אדער קאליפארניע, וועלכע זענען נאנטע געשוויסטער מיט מעקסיקאו?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:54 pm
דורך ישראל קאפקע
די ריכטונג פונעם שטורם איז צפון מזרח און גייט מאכן לאנד-פאל אין דרום מערב מעקסיקא. עס ווערט ערווארטעט אז עס וועט דורכשניידן די לענג פון מעקסיקא און די רעגן וועט אנקומען ביז טעקסאס, איך גלייב נישט אז עס גייט אפעקטירן קאליפארניע. איך האב גראדע געזען אריזאנער איינוואוינער זיך וואונדערן אויב זייער סטעיט גייט אויך באקומען רעגן, אבער אפילו אויב יא גייט עס זיין שוין נאכן פארן עטליכע הונדערט מייל אויף לאנד און גייט נישט זיין א 'האריקעין'.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:55 pm
דורך שמעקעדיג
Kool man האט געשריבן:איז דא א קלעהר אז דער שטורעם זאל אפעקטירען די פאראייניגטע שטאטען, א שטייגער ווי אריזאנע אדער קאליפארניע, וועלכע זענען נאנטע געשוויסטער מיט מעקסיקא?
ישראל קאפקע האט געשריבן:די איינציגסטע גוטע נייעס איז אז די שטערקסטע און שעדליכסטע ווינטן וואס זענען קאנצענטרירט אין די מיטל פונקט פון די שטורם, איז בלויז בערך פופצן מייל ברייט.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 2:36 pm
דורך ישראל קאפקע
[justify]The reason Hurricane Patricia grew so strong so quickly
Henry Romero | Reuters
If you think the strongest hurricane ever recorded appeared all of a sudden and out of nowhere, you're in good company.
Hurricane Patricia has intensified over the last 24 hours, and data from Air Force planes have measured record-breaking sustained wind speeds of about 175 knots (over 200 miles per hour), and gusts of up to 247 miles per hour, according to the National Hurricane Center. Those numbers make Patricia the strongest storm ever measured on the planet in the history of record keeping.
The storm's rapid intensification has shocked researchers and confounded models. So how did Patricia get so intense, so suddenly?
Kerry Emanuel, an atmospheric scientist at MIT, told CNBC that Patricia's sudden intensity may be due to the unusually warm water in the part of the Pacific where Patricia has been developing.
"Usually, when hurricanes try to intensify up to that speed limit, they begin to churn up cold water, and that starts to slow them down," Emanuel said. "That is particularly true in the Eastern Pacific."
Ocean water has different layers of temperature; it tends to be warmer toward the top, and colder at lower depths. The warmest water forms a thin layer at the top, and Emanuel said that layer of warm water at the surface is much larger than it usually is.
It also is a bit less salty than the deeper water, which means it is lighter, and it is mixing less with the colder, saltier water below.
"We have set a record number of category 4 and 5 hurricanes in the Northern Hemisphere, and it is the consistent consensus that warming is contributing to the intensity of storms. We expect the frequency of high intensity events to increase."
-Kerry Emanuel, atmospheric scientist, Massachusetts Institute of Technology
In short, then, the colder water that would normally inhibit a hurricane simply is not there.
Emanuel said the unusually warm water might be the result of the El Niño climate pattern, which warms water in this region of the Pacific Ocean. An especially powerful El Niño is expected this autumn and winter.
While all of that could explain what is happening, more data are needed, Emanuel said. He added that none of the models used for forecasting hurricanes, including his own, "got Patricia right," and it may be some time before researchers have clear answers.
The hurricane is expected to make landfall in the Mexican state of Jalisco on Friday night.
Emanuel has studied the effect of warming on hurricanes, and he said there is a connection between warming climates and the intensity of storms.
"We have set a record number of category 4 and 5 hurricanes in the Northern Hemisphere, and it is the consistent consensus that warming is contributing to the intensity of storms," he said. "We expect the frequency of high-intensity events to increase."[/justify]
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 2:41 pm
דורך [NAMELESS]
וויי געוואלד! די שטורעם קען פארשוועמען און פארפלייצן הינדערטע טויזענטער אימיגראנטן קיין אמעריקא?
ווי איז טראמפ?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 2:47 pm
דורך ישראל קאפקע
נע, ער האט געבויט א 'גרעיט, גרעיט וואל'... ווייניגסטנס אין זיין פאנטאזיע.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 2:53 pm
דורך ישראל קאפקע
די שטילקייט פארן שטורם.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 3:07 pm
דורך ישראל קאפקע
א וועבקעם אין די לא מאנזאנלינא רעזארט (עוואקואירט) אויף די מערב ברעג פון די פאסיפיק אקעאן.
http://www.lamanzanilla.info/web_cam.html
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 3:53 pm
דורך געוואלדיג
יישר כח פאר די קעמערע, איז דא נאך אזעלעכע?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 5:17 pm
דורך ישראל קאפקע
אראפ צו 185-190 מייל א שעה.
Re: האריקעין Patricia, שטערקסטע אין היסטאריע, באפאלט מעקסיקא
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 5:24 pm
דורך סביב העולם
Here it comes #HurricanePatricia . Waves in Guerrero are starting to eat up the beach. Watch live on this stream
https://t.co/v74whzHBWz
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 8:05 pm
דורך שמעקעדיג
ב"ה אז סוכ"ס איז עס נישט געווען אזוי געפערליך, מיטן אויסנאם פון אפאר מינדערוויכטיגע פאטאליטעטן.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 8:09 pm
דורך ישראל קאפקע
"מינדערוויכטיגע פאטאליטעטן"?
איר מיינט איינצעלנע אדער איזאלירטע פאטאליטעטן, נישט מינדערוויכטיגע, ריכטיג?
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 6:44 pm
דורך ישראל קאפקע
האריקעין Patricia, רעכטס, אין פארגלייך צו האריקעין קאטרינע.
(באמערקט ווי קליין דער אויג פון האריקעין פעטרישע איז, כאטש די גרויס פונעם האריקעין איז עטליכע מאל ווי די גרויס פון קאטרינע).
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 7:28 pm
דורך שמעקעדיג
ישראל קאפקע האט געשריבן:"מינדערוויכטיגע פאטאליטעטן"?
איר מיינט איינצעלנע אדער איזאלירטע פאטאליטעטן, נישט מינדערוויכטיגע, ריכטיג?
גערעכט. עס איז געווען אן אומריכטיגע פליטת הקיבארד ואתכם הסליחה.