מה נשתנה מאנסי מבארא פארק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4627 מאל

מה נשתנה מאנסי מבארא פארק

שליחה דורך געוואלדיג »

איינע פון שטארקסטע דעמאקראטיע זוילן, איז וואלן, דאס אז די באאמטע ווערן ערוועלט דורן פאלק און זענען נישט אמטירנד לעולם ועד דארף זיי (אפיציעל) האלטן קארופציע פריי, און אויב וויל יענער ווייטער בלייבן אויף זיין אמט איז זיין פליכט צו זיכער מאכן אז די מאסן זאלן זיין צופרידן פון זיינע פעולות.

צודערצו וועט אויך דער באאמטער ארום גיין פאר די וואלן צו די מאסן און זיי מסביר זיין פארוואס עס לוינט זיי צו וועלן פאר איהם, וואס ער האט שוין אלס אויפגעטוהן און וואס ער וויל און פלאנט נאך צו אויפטוהן אויב וועט מען איהם געבן א טשענס, ער וועט זוכן אינדארסירונגען פון איינפלוסרייכע פערזאנען, ער וועט ארום גיין צווישן די פשוטי עם און רעדן צו זיי און זיי מסביר זיין זיינע מעלות, און זיי צוזאגן הבטחות (וואס ער וועט עפ"י רוב נישט מקיים זיין) וואס ער וויל אלס טוהן פאר זיי, ער וועט אריין לייגן וואכן אויב נישט חדשים צו געוואונען די וואלן.

און דאס איז נישט נאר אין די גויאישע וועלט אדער פרייע וועלט ווי יעדער וועלט לויט ווי איהם שמעקט, נאר אפילו אין ארץ ישראל וואו די וואס גייען צו בחירות גייען נאר וועלן פאר וועם זייערע רבי'ס הייסן, דאך וועלן אלע פארטייען אנפירן א העפטיגע קאמפיין מיט סטראטעגיסן און אנאליסטן, מאכן קאמפיין סלאגאנען און צעטלעך, די וואס לויפן וועלן משכנע זיין דעם ציבור, די רבנים וועלן אליין חתם'ענען אויף צעטלעך און מעורר זיין דעם עולם צו גיין שטימען, און זיי מאכן ריזיגע צוזאמקומס וואו די רבנים וועלן זיך אליין מטריח זיין צו אראפ קומען און מחזק די פארטיי.

און אזוי אויך אין בארא פארק ווען עס איז דא וואלן ווייסט שוין יעדער איינוואוינער חדשים פריער דורך פאסט און צעטלעך אויף די גאסן ווי יעדער קאנדידאט וועט זיך משבח זיין און מסביר זיין, און אוודאי נישט איבער היפן אויף זיך שמוציג מאכן אין משביע פאר א גוטע פיקטשער, ער וועט אליין ארום גיין צו די רבנים און צו יעדע ת"ת וואו מען לאזט איהם נאר אריין, יעדער וואס וויל קען זיך אויסרעדן צו איהם, דער עיקר גיב מיר דיין שטימע, און אזוי איז מען מצליח.

אבער ווען עס קומט צו מאנסי איז אלעס אנדערש, ערשט דארט ווי מען איז (לויט די עסקנים) אין א געפערליכע סכנה דורך פערזערוו רעמעפא, וואס לויט די חוקי הדעמאקראטיע וואלט געדארפט פארקומען יעדעס מאל די העפטיגסטע קאמפיין וואס איז נאר שייך, איז יעדע מאל פון דאסניי די זעלבע זאך, עס איז שא שטיל קיינער רעדט נישט, קיינער קאמפיינט נישט, קיינער איבערצייגט נישט, נישטא קיין קאמפיין צוזאמקומען, נישטא קיין אויפטריטן, נישטא קיין אויער פאר די מאסן, נישטא אפילו קיין קאמפיין ליטעראטור, נישט קיין רבנים אויפפאדערונגען, נישט קיין צעטלעך גע'חתם'עט דורך רבנים, נישט קיין סלאגאן, און נישט קיין הסברים און שכנועים.

און פלוצלינג ווען מען האלט א מיטוואך פאר די וואלן - פארוואס מיטוואך, ווייל דעמאלטס קומט ארויס דער מאנסי'ער קאמיוניטי קאנעקשנס - ווערט וואַך, מיט וואס? מיט א אויסגעדראשענע נעגעטיווע קאמפיין, און יעצט וועט מען זיך וואונדערן פארוואס יעדע מאל ווערט שוואכער און שוואכער די באטאליגונג פונעם ציבור אין די וואלן.
בייגעלייגטע פיילס
100MEDIA$IMAG0747.jpg
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר