ערשט-האנטיגע אנעקדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
[NAMELESS]

ערשט-האנטיגע אנעקדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]הקדמה.[/center]
לאור מיינע אנדערע אשכולות וואס זענען ב"ה אויפגענומען געווארן מיט צופרידנהייט, האב איך געקלערט צו עפענען דעם אשכול וואס וועט אי"ה אנגיין ווילאנג דער עולם צייגט פאראינטרעסירטקייט [און איך האב נאך מעשיות און אנקעדאטן], להנאת הציבור.

רוב מעשיות זענען ערשט-האנטיגע סיפורים וואס מיין פאטער שיחיה איז זעלבסט געווען אן עד ראי' דערצו, ווען מיין טאטע האט געלערנט אין ארץ הקודש צווישן 30-40 יאר צוריק [פונקטליך וויל איך נישט זאגן, פאר פארשטענדליכע סיבות]. אנדערש ווי די געווענליכע סטיל פון דערציילן הפלגות און קדושה וחסידות וגאונות, זענען די מעשיות בעיקר זיסע אנעקדאטן - פון די סארט וואס פאסן נישט עכט אריין אין א ספר 'תולדות', אדער א שטיקל 'בילד' פון יענעם גדול.

לכאורה וועט דאס זיין אינטרעסאנט פאר געוויסע, און נאריש פאר אנדערע, וויבאלד זיי זענען בעיקר טשיקאווע מעשה'לעך וכנ"ל. אבער ווילאנג דער עולם וועט הנאה האבן דערפון [און כ'וועל דאס זען], וועל איך ארויפלייגן די מעשיות.

דער עולם ווערט געבעטן צוצולייגן מעשה'לעך און עובדות וואס זענען באוואוסט פאר זיי, אויף די גדולי ישראל הנידונים, אז כ'זאל נישט דארפן זיין קיין קול קורא במדבר.

ייש"כ, ובתקוה לגרום הנאה לישראל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]א.[/center]
מיין טאטע שליט"א, האט געלערנט אלס בחור אין ארץ ישראל, אין בני ברק. אין יענע תקופה זענען געווען חסיד'ישע [מיט א ישיב'ישע 'טוויסט'] בחורים וואס זענען געפארן לערנען אינעם ליטווישן ישיבה 'גאון יעקב', און מיין טאטע האט אויך געלערנט אין די ישיבה. די ישיבה 'גאון יעקב' האט זיך בעצם גערופן מיטן נאמען 'וואלאזשין' - זייענדיג דער אומאפיציעלער [אומערפאלגרייכער] נייע וואלאזשינע ישיבה, וואס די ראש ישיבה איז טאקע געווען אן אייניקל פונעם נצי"ב און רבי חיים ברלין, ושמו יקבנו הגאון רבי זאב ברלין שליט"א.

ער איז אן איידעם ביים היינטיגן ליטווישן גדול הדור - הגאון רבי אהרן יודא לייב שטיינמאן שליט"א, און ער האט טאקע ממנה געווען דעם שווער אלס 'נשיא הישיבה', און ער פלעגט כסדר געבן שיעורים און מוסר שמועסן אין ישיבה [ער האט דאך אויך געהאט אן אנדערן - מער באוואוסטן - תפקיד פון ראש ישיבת פאנאוויזש לצעירים]. אזוי איז אויסגעקומען פאר מיין טאטן צו קענען לערנען אביסל פון די נאנט דעם גרויסן גאון וצדיק נשגב, הגראי"ל שטיינמאן שליט"א, נאך אין די יארן ווען ער איז געווען א פארהעלטנמעסיג 'אומבאקאנטע' פערזענליכקייט אין א דור דעה, ווען עס האבן געלעבט אזעלכע ריזן ווי דער סטייפלער, הרב שך, רבי גדלי' נדל, און נאך פולע באקאנטע גדולי ישראל.

אזוי אויך, האט ער געהאט א באזונדערע זכי' צו האבן זיין דירה מיט נאך אפאר בחורים, אינעם זעלבן בנין ווי דער ברייט באקאנטער דירה פון הגאון רבי חיים קנייבסקי שליט"א. רבי חיים האט געוואוינט אויבן [ווער ס'איז נאר דארטן געווען, ווייסט פון די גרויסע טרעפ אינדרויסן פון הויז], און מיין טאטע האט געוואוינט אינעם דירה אונטער רבי חיים. פארשטייט זיך אז אדאנק דעם האט ער געהאט א גרויסע מעגליכקייט צו באטראכטן דעם גאון אדיר וואס קען כל התורה כולה אויף א מבהיל'דיגן אופן, און טאקע אין א תקופה ווען זיין טאטע - דער סטייפלער - האט נאך געלעבט, און רבי חיים זעלבסט האט געלערנט תורה מתוך הדחק ממש, על אף ער איז שוין דעמאלס געווען א בארימטער גאון. שפעטער וועלן מיר דערציילן אביסל וואס מיין טאטע האט מיטגעהאלטן ביי די גדולי ישראל.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

Re: ערשט-האנטיגע אנקעדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א

שליחה דורך רימון »

איך שמעק דא דעם גערוך פון אן אווארד ווינינג אשכול אין די מעיקינג.

Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

Re: ערשט-האנטיגע אנקעדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א

שליחה דורך petergrifin »

איך באשטעל שוין א טעלער טשולענט און מאך מיך באקוועם.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ב.[/center]
נישט נאר האט מיין טאטע געהאט די זכיה צו וואוינען אין זעלבן בנין ווי הגאון רבי חיים קנייבסקי שליט"א, נאר די עצם דירה וואו מיין טאטע איז געשלאפן מיט זיינע חברים לישיבה, איז בעפאר דעם געווען די דירה פונעם גאון וגדול הדור - דער סטייפלער גאון זצ"ל. שפעטער האט ער זיך ארויסגעצויגן פון יענע דירה, און איז אריבער צו א צווייטע הויז אויפן זעלבן גאס [אפאר הייזער געריקט פון זיין זוהן, רבי חיים'ס, הויז].

דער משגיח אין ישיבת גאון יעקב הנ"ל, איז געווען הגה"צ רבי דוד מנחם שניידער שליט"א, א רעכטער אייניקל פון הגאון רבי משה שניידער זצ"ל - דער באוואוסטער ראש ישיבה אין לאנדאן נאכן קריג [וואו די גאב"ד וראב"ד העדה החרדית האבן געלערנט אלס בחור]. היינט צוטאגס איז ער משגיח אין ישיבת גראדנא אין אשדוד. עכ"פ ער איז געווען א ריכטיגער פארצייטישער בעל מוסר, א פארקוועטשטע אידל וואס האט אייביג געלעבט מיט פחד ה', און האט קיינמאל נישט באוויזן א שמייכל אויפן געזיכט. מיין טאטע זאגט מיר, אז פורים איז ער ארומגעגאנגען מיט אזא מאדנע אויסגעשפרייטע שמייכל אויפן פנים, וויבאלד מ'דארף זיין בשמחה, און ער האט קיינמאל דורכן יאר נישט געשמייכלט. אבער ער האט עס געמיינט מיטן גאנצן תמימות און ערנסטקייט.

האט מיר מיין טאטע דערציילט אן אינטרעסאנטער אנקעדאט, אז איינמאל האט ער געשפילט שאך מיט זיינע חברים [כ'מיין אז בשעת סדר הישיבה] אין דירה, ווען פלוצים האט זיך די טיר געעפנט און הרב שניידער האט זיך באוויזן. זעענדיג אז די בחורים שפילן שאך, האט ער אויפגעציטערט און האט אנגעשריגן די בחורים מנהמת לבו, ביז ער האט כמעט אנגעהויבן וויינען מרוב צער, אז 'היתכן בחורים זיצן און שפילן שאך אין דעם דירה?! דער הייליגער סטייפלער האט דא געוואוינט, און דא האט ער געלערנט תורה, "מה נורא המקום הזה", און וויאזוי קענען ענק בכלל שפילן שאך אין אזא מקום קדוש?!'...
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

אויב האט ער שוין יא געוואוינט אין יענעם בנין, וואלט ער דאך געקענט באטראכטען פון די נאנט און קענען דעם ריכטיגען גדול הרב רבי גדליה נדל ז"ל, וואס האט געוואוינט אינעם זעלבן בנין.
אויב איז טאקע אזוי, אז ער האט אים געקענט פון דער נאנט, לאמיר הערן.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

ווען אונזער חבר [tag]הוגה[/tag],האט געפענט דעם חשובען אשכול איבער מענטשליכע ערליכע יידן, האב איך דאס געלייגט, מאיזה סיבה שפיר איך אז עס גאנץ רעלווענט דא אהער:
אחד העם האט געשריבן:יעצט געהערט פון אן עלטערער מאדערן יידל, וואס זיין משפחה זענען נישט רעליגיעז, ער מאיזה סיבה האט זיך מקשר געווען און ברסלב, קען גוט חסידות, און 1960 איז ער בדרך לא דרך אנגעקומען צו צעהלימער קעמפ, און דארט האבן די בחורים געשפילט בעסקיט באלל, און דער צעהלימער רב ז"ל, פלעגט שטיין און זיך צוקוקען מיט א שמייכעל וויזאוי די בחורים שפילן זיך...

און נאך זאגט ער מיר אז איינמאל איז דער וואס האט אים געברענגט אינעם קעמפ געזאגט אז דער רב איז נישט צופרידן מיט דיין טשופ, איז אומר ועושה זיך געגאנגען אפשערן כרצון הרב, און עד היום שער ער זיך נאר אזוי, און הייבט מיר אויף זיין קעיפ און ווייזט מיר, ער זאגט מיר ער האט עס געמיזט טוהן for this nice men...

בתוך הדברים זאגט ער מיר אז די מערכה פינעם טשערנאבליר קעגן ברסלב איז געווען ווייל דער טשערנאבליר האט זיך געפירט עושעריש און רבי נחמן האט געזאגט אז א רבי דארף אלעס געבן און נישט האלטען פאר זיך, און דער טשערנאבליר איז געגאנגען און מערכה קעגן אים, an you see, זאגט ער אז די אלע רבי האבען אלעס געגבן פאר אנדערע די ססאטמער האט אלעס געגעבן דער באבעבור האט אלכס אוועק געגבן, די ליבאוויטשער האט אלעס אוועק געגבן, און מאדנע איז וואס ער זאגט מיר אז טאקע וועגן דעם איז דער סאטמאר רב געווען דבוק און תורת מוהרן און נישט און טשערנאביל, ודבריו תמיהין
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שש, כ'האב אלץ געמיינט אז שאך איז געווען נאנט מיטן סטייפלער
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אחד העם האט געשריבן:אויב האט ער שוין יא געוואוינט אין יענעם בנין, וואלט ער דאך געקענט באטראכטען פון די נאנט און קענען דעם ריכטיגען גדול הרב רבי גדליה נדל ז"ל, וואס האט געוואוינט אינעם זעלבן בנין.
אויב איז טאקע אזוי, אז ער האט אים געקענט פון דער נאנט, לאמיר הערן.

כאפסט הייסע לאקשן. כ'האלט אינמיטן רעדן, איא?...

גראדע האט מיין טאטע נישט קיין סאך צו פארקויפן איבער רבי גדלי', צוליב זיין צוריקגעצויגנקייט [כמדומה שוין געווען נאכן כאפן פון די פרומע], אבער עפעס א ווארט איז דא אויף אים אויך.

--------------

קאווע טרינקער האט געשריבן:שש, כ'האב אלץ געמיינט אז שאך איז געווען נאנט מיטן סטייפלער

לץ, כ'האמיך געמוטשעט א מינוט ביז כ'האב געכאפט אז דיין כוונה איז אויף הרב שך...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ג.[/center]
אין אמת'ן אריין, דער בנין וואו מיין טאטע האט געהאט זיין דירה צוזאמען מיט אנדערע בחורים, איז געווען באוואוסט אלס דער 'הייליגסטער' בנין, אפשר אין די וועלט. קודם כל, דארט וואו מיין טאטע האט געוואוינט איז בעפאר דעם געווען דער דירה פונעם סטייפלער וכנ"ל. אויפן העכערן שטאק האט געוואוינט הגאון רבי חיים קנייבסקי שליט"א. העכער אים האט געוואוינט הגאון רבי גדלי' נדל זצ"ל - דער בארימטער הוגה דעות [צומאל, קאנטערווערסיעלע] ותלמיד החזו"א. און העכער דעם האט געוואוינט נאך א גדול מפורסם, וואס מיינט טאטע מיינט אז דאס איז געווען דער גאון וצדיק רבי יהודה שפירא זצ"ל - ראש כולל פונעם פרעסטידשפולער 'כולל חזון איש', און כמדומה אויך א משפיע רוחני. עכ"פ א בנין וואס אירע איינוואוינער זענען געווען ריכטיגע קאנאנען.

דער גאס - רחוב רשב"ם - איז אויך געווען באקאנט אלס הייליגסטער גאס, האבנדיג אין איר אזעלכע געשטאלטן ווי די פיר אויבנדערמאנטע גדולי ישראל [דער סטייפלער האט שפעטער נאכאלס געוואוינט אויף דעם גאס, אפאר הייזער געריקט פון זיין זון]. אזוי אויך האט דארט דער שווארצער סלאנימער רבי שליט"א קובע געווען זיין ביהמ"ד, און אזוי אויך האט דארט געוואוינט 'יענקל רבי'נס'.

איר וואונדערט זיך ווער איז 'יענקל רבי'נס'? דאס איז דער היינטיגער גערע רבי שליט"א, וואס איז דעמאלס געווען דער זון פונעם דעמאלסדיגן גערע רבי דער לב שמחה זצ"ל, און מ'האט אים גערופן אויפן פוילישן נוסח 'יענקל רבי'נס'. אנדערש ווי אסאך וואס האבן טענות אויף אים היינט צוטאגס, איז ער דעמאלס געווען באקאנט אלס מתמיד עצום. מיין טאטע האט מיר געזאגט, אז ער געדענקט נאך ווי עס איז געווען א טאג-טעגליכער ערשיינונג, אז דער היינטיגער גערע רבי פלעגט נעמען די קינדער אין חדר 'מיט די גרויסע שנעלע גערע טריט'... און בשעת מעשה פלעגט ער זאגן בעל פה גאנצע שטיקער גמרא אויסענווענדיג.

איבער דער סלאנימער ביהמ"ד דערציילט מיין טאטע, אז אין יענע צייטן איז אזא זאך ווי א 'מזגן'-עיר קאנדישאן, בכלל נישט געווען מצוי, אפילו אין די בני ברק'ע היצן אינמיטן זומער [ואני עד לזה האבנדיג געלערנט אין בני ברק. בני ברק איז אבנארמאל יומעט און הייס דורכן זומער, און בכלל אסאך מער חדשים פונעם יאר]. אפילו א 'פען' איז געווען א לוקסוס בשעתו, און ניטאמאל דאס האט ער געהאט כמדומה. ביינאכט פלעגט ער עפענען די פענסטער פון זיין דירה, צו באקומען עפעס [שטיקיגע] לופט. הקיצור, דורכאויס די מוצאי שבתות פלעגט ער אריינהערן די אנגעזעצטע סלאנימע ניגונים פון של"ס [ווער עס איז נאר אמאל געווען אין סלאנים, ביים שווארצן צו ביים ווייסן, ווייסט וואס דאס מיינט 'א סלאנימע אנגעזעצטע ניגון'. ס'איז א דאפלט לשון], און מיט די אומדערטרעגליכע היצן פלעגן זיך די ניגונים אריינהערן מיט אזא מאלאנכאלישן קלאנג אזש ער פלעגט שפירן ווי ער גייט אראפ פון זינען...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: ערשט-האנטיגע אנקעדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א

שליחה דורך mevakesh »

מקרר איז א פריזער מיינסט מזגן
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: ערשט-האנטיגע אנקעדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א

שליחה דורך mevakesh »

מקרר איז א פריזער מיינסט מזגן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ריכטיג, שוין געטוישט. ייש"כ.
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

אדנירם האט געשריבן:
איר וואונדערט זיך ווער איז 'יענקל רבי'נס'? דאס איז דער היינטיגער גערע רבי שליט"א, וואס איז דעמאלס געווען דער זון פונעם דעמאלסדיגן גערע רבי דער לב שמחה זצ"ל, און מ'האט אים גערופן אויפן פוילישן נוסח 'יענקל רבי'נס'. אנדערש ווי אסאך וואס האבן טענות אויף אים היינט צוטאגס, איז ער דעמאלס געווען באקאנט אלס מתמיד עצום. מיין טאטע האט מיר געזאגט, אז ער געדענקט נאך ווי עס איז געווען א טאג-טעגליכער ערשיינונג, אז דער היינטיגער גערע רבי פלעגט נעמען די קינדער אין חדר 'מיט די גרויסע שנעלע גערע טריט'... און בשעת מעשה פלעגט ער זאגן בעל פה גאנצע שטיקער גמרא אויסענווענדיג

וויאזוי האט ער געוואוסט וואס ער זאגט בשעת מעשה? אפשר האט ער געזאגט פון פארנט?
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

שליחה דורך יהושע חיים »

אדנירם האט געשריבן:[center]ג.[/center]

איר וואונדערט זיך ווער איז 'יענקל רבי'נס'? דאס איז דער היינטיגער גערע רבי שליט"א, וואס איז דעמאלס געווען דער זון פונעם דעמאלסדיגן גערע רבי דער לב שמחה זצ"ל, און מ'האט אים גערופן אויפן פוילישן נוסח 'יענקל רבי'נס'.

לויט ווי איך געדענק הערן איז ער גערופן געווארן יענקל בונים'ס נאך ביים בית ישראל'ס צייטן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:
און בשעת מעשה פלעגט ער זאגן בעל פה גאנצע שטיקער גמרא אויסענווענדיג

וויאזוי האט ער געוואוסט וואס ער זאגט בשעת מעשה? אפשר האט ער געזאגט פון פארנט?

וואס איז א חילוק, האט ער גע'חזר'ט משניות איזהו מקומן. ווילאנג איינער שטעלט זיך נישט צום פארהער, אדער איז מחבר ספרים מ'זאל קענען שאצן אביסל וואס יענער קען איז קיין נפק"מ נישט וואס ער האט געמורמעלט לויפענדעג אויף די בני ברק'ע סטריטס. רבי חיים קאניעווסקי ווייסט מען וואס ער האט געמורמעלט די לעצטע זיבציג יאר ווייל מ'זעהט וואס ער האט פראדוצירט. דער חזון איז האט אויך קיינער נישט געהאלטן חשבון וואס און וויפיל ער לערנט און עם כל זה ווייסט מען ווייל מ'קען עס נאכקוקען. א חסיד'ישע מעשה אויף א רבין'ס א קינד אז ער איז געווען אן אויסטערלישע מתמיד, אן קיין שום מעטאד דאס זיך צו איבערצייגן, דאס איז פונקט גוט פאר אן השלמה צו רבי אייזיק יעקל'ס אויווען ביי מלוה מלכה אדער דעם שפאלען זיידענס טאנץ מיטן שווארצען בער. ס'איז בכלל נישט באשאפען געווארן צו וויסן דעם אמת אדער פרעגן קשיות דעראויף.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:
און בשעת מעשה פלעגט ער זאגן בעל פה גאנצע שטיקער גמרא אויסענווענדיג

וויאזוי האט ער געוואוסט וואס ער זאגט בשעת מעשה? אפשר האט ער געזאגט פון פארנט?

וואס איז א חילוק, האט ער גע'חזר'ט משניות איזהו מקומן. ווילאנג איינער שטעלט זיך נישט צום פארהער, אדער איז מחבר ספרים מ'זאל קענען שאצן אביסל וואס יענער קען איז קיין נפק"מ נישט וואס ער האט געמורמעלט לויפענדעג אויף די בני ברק'ע סטריטס. רבי חיים קאניעווסקי ווייסט מען וואס ער האט געמורמעלט די לעצטע זיבציג יאר ווייל מ'זעהט וואס ער האט פראדוצירט. דער חזון איז האט אויך קיינער נישט געהאלטן חשבון וואס און וויפיל ער לערנט און עם כל זה ווייסט מען ווייל מ'קען עס נאכקוקען. א חסיד'ישע מעשה אויף א רבין'ס א קינד אז ער איז געווען אן אויסטערלישע מתמיד, אן קיין שום מעטאד דאס זיך צו איבערצייגן, דאס איז פונקט גוט פאר אן השלמה צו רבי אייזיק יעקל'ס אויווען ביי מלוה מלכה אדער דעם שפאלען זיידענס טאנץ מיטן שווארצען בער. ס'איז בכלל נישט באשאפען געווארן צו וויסן דעם אמת אדער פרעגן קשיות דעראויף.
כעלמער טרייבט סתם ליצנות. איך בין נישט קיין גערע שוואנץ מיט אינטערעסן, און גראדע קען איך נישט דולדן גער מיט זייער רבי בכלל. פארט אבער האמת ניתן להיאמר ווען מיין טאטע איז דער עד ראשון דערויף [אגב, מיין טאטע האט כמה פעמים געזאגט, אז ער ווייסט אלע טענות אויפן היינטיגן גערער רבי, אבער היות ער האט געזען זיין התמדה במו עיניו, קען ער נישט רעדן אויף אים...].

און די שטארקע 'פירכא' וויאזוי ער האט געוואוסט וואס ער האט געזאגט, יש ליישב בשני אופנים. אדער האט ער גערעדט גענוג הויך, אדער האט זיך מיין טאטע אונטערגעהערט.

------------------

יהושע חיים האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:[center]ג.[/center]
איר וואונדערט זיך ווער איז 'יענקל רבי'נס'? דאס איז דער היינטיגער גערע רבי שליט"א, וואס איז דעמאלס געווען דער זון פונעם דעמאלסדיגן גערע רבי דער לב שמחה זצ"ל, און מ'האט אים גערופן אויפן פוילישן נוסח 'יענקל רבי'נס'.

לויט ווי איך געדענק הערן איז ער גערופן געווארן יענקל בונים'ס נאך ביים בית ישראל'ס צייטן
מסתבר איז טאקע אזוי, און מהאי טעמא האט מען אים נישט גערופן 'יענקל בונים'ס' ווען דער 'בונים' איז שוין געווען רבי, און דערפאר האט מען אים גערופן יענקל רבי'נס.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

קענסט דאך איבער פרעגן דעם טאטן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ד.[/center]
לערנענדיג אין ישיבת גאון יעקב, איז מיין טאטן אויסגעקומען צו הערן כסדר די שיעורים פון הגראי"ל שטיינמאן לשיט"א. מיין טאטע זאגט מיר, אז כאטש יעדער האט געוואוסט אז ער איז א תלמיד חכם מופלג, ויעידו ע"ז ספריו 'איילת השחר', איז ער אבער פארט געווען מער מפורסם מיט זיין 'צדקות' ווי מיט זיין 'גאונות', זייענדיג א ריכטיגער אפשפיגלונג פון אן אמאליגער בעל מוסר. ער האט גערעדט זייער שטיל, און מיין טאטע האט קוים געקענט הערן וואס ער זאגט, אבער פון זיינע מוסר שמועסן איז יארן לאנג געווען איינגעקריצט איין ספעציפישע מוסר שמועס, וואו הרב שטיינמאן האט גערעדט איבערן נושא פון 'אמת לאמיתה'.

ער האט געפרעגט, וויאזוי איז שייך עפעס זאל זיין אמת לאמיתה, איז דען דא עפס אן אמת שלא לאמיתה? אויב ס'איז אמת, מוז עס זיין אמת לאמיתה?! און זיין תשובה איז געווען, אז ס'דא אסאך מאל מענטשן וואס גייען מיט זייער אייגענע אמת, אבער ס'איז נישט דער ריכטיגער אמת, און די סיבה פארוואס זיי האלטן אזוי איז מחמת סיבות שונות וחיצוניות וואס זענען משפיע אויף זיי סוב-קאנשעסלי [תת-מודע], אז זיי מיינען זעלבסט אז זיי טוען אזוי וויבאלד דאס איז דער אמת. און דערפאר דארף א מענטש כסדר זיך איבער פרעגן צו וואס ער טוט און ער האלט פאר ריכטיג און אמת'דיג, איז טאקע 'אמת לאמיתה' אדער ס'איז אזא 'פאלשער' אמת... ונאים הדברים למי שאמרם, פאר דער וואס איז באקאנט מיט הרב שטיינמאן'ס תהלוכות החיים, ווי ער מאנט פון זיך כסדר מיט א פרישקייט, ואכמ"ל.

ווייטער ביי זיינע שיעורים אין גמרא, פלעגט מען זען קלאר זיין אבנארמאלער זהירות אין יעדן הינזיכט. ער האט קיינמאל נישט אויפגעהויבן זיין קול ביים פארלערנען, אפילו ווען ס'האט זיך געהאנדלט מיט אזעלכע 'באמבע' נעמען ווי דער קצות, נתיבות, רעק"א, רבי חיים, וכדומה, וואס דעמאלס איז דאך דער 'זמן גרמא' ביי אלע ראשי ישיבות צו טוישן דעם טאן און רעדן מיט התפעלות און פועל זיין אויף אנדערע אז זיי זאלן אויך נתפעל ווערן... אבער הרב שטיינמאן האט דאס קיינמאל נישט געטון, וויבאלד ער האט נישט געוואלט אז אדאנק זיין הייבן דעם קול זאל מען זאגן אז דער ווארט איז מורא'דיג, נאר מ'זאל ריכטיג שוקל זיין דעם ענין און זיך אליין איבערצייגן אין די ריכטיגקייט פון די ווערטער, אן קיין שיקולים זרים און זייטיגע חשבונות.

פאר די זעלבע סיבה האט ער קיינמאל נישט געהאלטן זיינע הענט העכערן טיש, כדי ער זאל נישט מרוב התפעלות אנהייבן מאכן מיט די פינגער די באקאנטע לומד'ישע תנועות, וואס דאס איז אויך בכח צו באאיינפלוסן דעם תלמיד פאלשערהייט אין די אמיתת הדברים, און דערפאר האט ער געהאלטן זיינע הענט אדער אונטערן טיש אדער אויפן טיש, און אזוי איז עס פארבליבן במשך'ן גאנצן שיעור. אזוי האט מען שוין דעמאלס געזען די הבחנה דקה פון אמת לאמית"ה של תורה, אזויווי זיין מורא'דיגע כח המעצור.

אינטרעסאנט אנצומערקן, אז יארן שפעטער ווען איך בין געווען א בחור, האב איך געהאט א שטיקל מגי"ש וואס איז אויך געווען א תלמיד פון הרב שטיינמאן אין ישיבת גאון יעקב, און ער האט - מדידיה - אנגעהויבן דערציילן איבער זיין רבי'ן, זאגנדיג אז ער איז געווען באוואוסט מיט זיין מידת האמת, וואס מ'האט געזען ביי די שיעורים וכו', און ער האט געזאגט ממש די זעלבע נקודות ווי מיין טאטע...!
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 194
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

ערשט-האנטיגע אנעקדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א

שליחה דורך יב הלוי סאלאווייטשיק »

לפי חשבון איז הגראי״ל שוין געווען א בן ששים, בימים ההם, לכאורה.
!..A Lonely Man of Faith
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יא, מער פון א בן שישים.

הרב שטיינמאן איז צוויי טעג צוריק געווארן 102 יאר אלט בליעה"ר עמו"ש. זיין יום הולדת איז י"ד חשון [געבוירן בשנת תרע"ד].
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

Re: ערשט-האנטיגע אנעקדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א

שליחה דורך קפה נמס »

מיינסט צו זאגן צוויי חדשים...
@שש, הערליך, כ'קען קוים ווארטן אויפ'ן קומענדיגן פארזעצונג...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם האט געשריבן:יא, מער פון א בן שישים.

הרב שטיינמאן איז צוויי טעג צוריק געווארן 102 יאר אלט בליעה"ר עמו"ש. זיין יום הולדת איז י"ד אלול [געבוירן בשנת תרע"ד].

פרעגט תוס' א קשיא. אדער איז עס אפשר א קצות, אדער א נתיבות...אויב זיין יום הולדת איז י"ד אלול, וויאזוי קען עס זיין צוויי טעג צוריק...? ס'איז דאך יעצט בערך נאנט צו מיטן חשון...כ'האב א תירוץ. אבער איך וויל הערן פון די אנדערע גאונים... :lol:
פארשפארט