בלאט 1 פון 19

לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 1:35 pm
דורך געוואלדיג
אסאך מאל האב איך ווען איך לערן אז איך טרעף מיך אן מיט שטיקלעך וואס זענען נישט דווקא קיין חידושים אבער זיי זענען יא אינטרעסאנעטע נקודות וואס ווען איך זאג דאס איבער פאר אנדערע וועלן זיי מיר בעהטן אז זיי וילן דאס זעהן פון אינעווייניג, צומאל וועט א בעל דרשן דאס נוצן ביי א דרשה אדער א אינגערמאן צו ווייזן בקיאות וכו' דאס זענען אזעלעכע פנינים וואס פאלן צווישן די בענקלעך, וועל איך זיי אי"ה דא ארויף לייגן אלס אל תמנע טוב מבעליו, און ווער עס האט אויך אזעלעכע שטיקלעך איז מכובד צו צולייגן.

1
ספורנו בראשית י"ח י"ב פרשת וירא

ותצחק שרה בקרבה. שחשבה שהיה דבר המלאך ברכת נביא בלבד כענין אלישע לא נבואה ושליחות האל ית'. וחשבה שלא יושג זה בזקנים בברכת שום נביא כי אמנם להשיב הבחרו' אחר הזקנה הרי הוא כתחיית המתים שלא תהיה זולתי במצות האל פרטית או בתפלה משגת חן מאתו:


דהיינו אז שינוי הטבע קען אפילו א נביא נישט צוזאגן, נאר השי"ת אליין אדער דורך תפילה, די שטארקע כח פון תפילה.

2

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 1:42 pm
דורך געוואלדיג
2

כלי יקר בראשית כ"ה כ"ג פרשת תולדות

ויאמר ה' לה שני גוים בבטנך. הפך ממה שחשבת. אלא רשות אחד יש, אמנם ב' ילדים בבטנך אחד יהיה עובד ה' ואחד עובד ע"ג ולעולם ה' אחד ואין זולתו. וי"א שנאמר ויעתר יצחק לה' לנוכח אשתו, לפי שהוא היה צדיק בן צדיק על כן היה מובטח שמצדו יהיה לו זרע הגון, אך היה ירא מצד אשתו כי היא בת בתואל ואחות לבן שלא יצא ממנה איזו זרע פסול שהרי עקרה היא, ממנה נמשך העקרות על כן היה ירא פן יצא ממנה זרע בלתי הגון כמו שיצא ישמעאל מהגר ואולי זה סיבת עקרותה. וכאשר נתרוצצו הבנים בקרבה אחד מפרכס לצאת על פתח ביהמ"ד ואחד מפרכס לצאת על פתח ע"ג בזה הרגישה שודאי אחד יהיה צדיק ואחד רשע על כן אמרה למה זה אנכי, כי כמוני כהגר ומה אנכי טוב ממנה ולמה זה התפללתי ותלך לדרוש את ה' מה הועילה תפלתי ויאמר ה' לה שני גוים בבטנך זה רבי ואנטונינוס, והועילה תפלתה שגם עשו יצא ממנו זרע כשר כאנטונינוס ושאר גרי צדק, מה שאין כן בישמעאל ובזה את טובה מהגר.


דהיינו אז פון עשו וועט ארויס קומען גרים אבער נישט פון ישמעאל, איך ווייס נישט צו עס איז ממש אזוי אבער עס איז זיכער דא אסאך מער גרים פון עשו ווי פון ישמעאל.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:03 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]געוואלדיג[/tag]-גוטע געדאנק, וחילך לאורייתא!

אגב, די ערשטע ד"ת האסטו געברענגט אן א מקור.

3

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:06 pm
דורך געוואלדיג
גמ' מגילה כג.
ביו"ט מאחרין לבוא, רש"י: משום שצריכין לטרוח בסעודת היום

יו"ט הייבט מען אן שפעט צו דאווענענן שחרית, ווייל מען דארף קאכן א סעודה, זאגט אויף דעם דער יעב"ץ.
דאע"פ שאין הכנת הסעודה ממלאכת אנשים [שהאשה אופה ומבשלת, כדאיתא בכתובות נ"ט ע"ב], ואם כן, הרי האנשים אינם טורחין בסעודה, מ"מ, כיון דצריכין האנשים לשמור הבית בעוד נשותיהם עוסקות בצרכי סעודה, וגם צריכות הנשים סיוע מאנשיהן, להכי מאחרין לבוא.


די מענער דארפן וואטשן די קינדער ווען די פרויען טוהען הויז ארבעט און אויך צולייגן א האנט...

און עס איז אזוי וויכטיג אז מען וועט לכבוד דעם דאווענען שפעטער, ומכאן תוכחת מגולה פאר די פרומע חברה אויף די ווייב'ס חשבון,
און אזוי ווערט טאקע גע'פסק'נט אין שו"ע או"ח סי' תקכט.

הג"ה: בְיוֹם טוֹב מְאַחֲרִין לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:07 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג: וויבאלד דו ברענגסט שוין א כלי יקר מיט א פסוק אין פ' תולדות. (עמיר שוין בחדא מחתא יוצא זיין א קאנטריביושן צו אדנירם'ס נייע אשכול פון אנעקדאטן און מעשה'לעך פון צדיקים. נאר פון 170 יאר צוריק.
דער חת"ם סופר זצ"ל האט אייביג געהאקט אויף די רעפארמער און לוחם געווען אקעיגן זיי און זייערע מנהגים. האט ער אמאל געזאגט אזא ווערטל: ס'שטייט אין פסוק..."ויתרוצצו הבנים בקרבה"...זאגט רש"י אז ווען זי איז אריבער א בית המדרש האט יעקב זיך געשטויסן ארויסצוגיין. און ווען זי איז אריבער א בית עבודה זרה האט זיך עשיו געריסן ארויסצוגיין. האט ער (חת"ס) געפרעגט. אויב אזוי וואס איז געווען דער ..."ויתרוצצו"?! יעקב האט דאך נישט געוואלט ארויסגיין צו א בית ע"ז. און עשיו האט דאך נישט געוואלט גיין צו א ביהמ"ד...נאר דער תירוץ איז אז רבקה איז אדורך א רעפארם טעמפל.און זיי ביידע האבן נישט געוואוסט צו ס'איז א שול אדער להב.' א קירכע... :) ;)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:07 pm
דורך געוואלדיג
אדנירם האט געשריבן:[tag]געוואלדיג[/tag]-גוטע געדאנק, וחילך לאורייתא!

אגב, די ערשטע ד"ת האסטו געברענגט אן א מקור.


ייש"כ שוין פאראכטן, עס איז א ספורנו.

4

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:21 pm
דורך געוואלדיג
ב"ח טור או"ח סי' רמ"ב

מצות ענג שבת גמרא גמירי לה עד דאתי ישעיהו ואסמכה אקרא וקראת לשבת ענג. וכשם שיש ענג באכילה יש ענג בהנאת הגוף ומצוה לאדם לענג את עצמו בהנאת גופו שגם היא נקראת ענג דכתיב אשר לא נסתה כף רגלה הצג על הארץ מהתענג משמע שיש להזהר שלא ילך יחף בשבת


נישט גיין בארפיסיג אין שבת.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 4:00 pm
דורך ונבנתה העיר
די ערשטע האט מעגליך נישט מיט 'שינוי טבע', נאר מיט דעם וואס תחיית המתים איז פון די מפתחות שביד הקב"ה.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 4:03 pm
דורך געוואלדיג
מסכים, אבער נישט דאס איז די טיפקייט, נאר אז תפילה קען אויפטון מער ווי א נביא, זאגן א קאפיטל תהילים אליין איז מער ווי אלע סגולות.

5

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 4:16 pm
דורך ונבנתה העיר
פארוואס דוכנ'ט מען ביי מוסף און נישט ביי שחרית?

רמ"א סי' קכח, מד:

ואפילו ביום טוב אין נושאין כפים אלא בתפלת מוסף שיוצאים אז מבית הכנסת וישמחו בשמחת יום טוב.

6

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 6:42 pm
דורך ירא שמים
אין מלכים ב' פרק ד', וועגן יחס פון א מאן צו א פרעמדע פרוי:

יב: וַיֹּאמֶר אֶל גֵּחֲזִי נַעֲרוֹ קְרָא לַשּׁוּנַמִית הַזֹּאת וַיִּקְרָא לָהּ וַֽתַּעֲמֹד לְפָנָיו׃
יג: וַיֹּאמֶר לוֹ אֱמָר נָא אֵלֶיהָ


דאס הייסט, זי איז געשטאנען פאר אלישע אבער ער האט נישט גערעדט מיט איר דירעקט.

אבער אין פ' כ"ה שטייט:
וַיְהִי כִּרְאוֹת אִישׁ הָאֱלֹקִים אֹתָהּ מִנֶגֶד, וַיֹּאמֶר אֶל גֵּיחֲזִי נַעֲרוֹ הִנֵּה הַשּׁוּנַמִית הַלָז׃

זעען מיר אז ער האט געקוקט אויף איר, און אפי' דערקענט.

און אויך אין פ׳ כ"ז:
וַתָּבֹא אֶל אִישׁ הָאֱלֹקִים אֶל הָהָר וַתַּחֲזֵק בְּרַגְלָיו:

איר קענט זיך פארשטעלן היינט א פרוי זאל אנכאפן די פיס פון א רבי'ן.

7.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:15 pm
דורך [NAMELESS]
7.
ענדליך צו דעם האב איך געהערט פון מיין טאטן [כ'ווייס נישט כרגע די מקור הדברים], אז דער שדי חמד פלעגט בענטשן פרויען, לייגנדיג זיינע הענט אויף זייערע קעפ!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 10:06 pm
דורך [NAMELESS]
8

אינטערעסאנט איז, דער לקט יושר באשרייבט די התנהגות פון זיין גרויסע רבי דער בעל תרומות הדשן, ביי הלכות הבדלה בזה הלשון: בשעת טרינקן די כוס פון הבדלה פלעגט זיך די משפחה זון און טעכטער -חוץ בימי ווסתן- שטעלן אין א שורה ווי ער האט ביי יעדען ארויף געלייגט די הענט אויפן קאפ און אנגעווינטשן, - און געגעבן פאר יעדעם בתוכם די פרויען צו טרינקן (דארף מען מברר זיין צו ביי זיינע טעכטער איז געוואקסן בערד...) און אפילו פאר די גוי וואס קלינט!

אבער פאר די גויטע האט ער נישט אליינס געגעבן, נאר אראפ געלייגט די וויין אז זי זאל אויך טרינקן!

(זה שהיה נהוג אז לברך הילדים במוצאי שבת מובא ג"כ במהרי"ל ורמ"א בתורת חטאת)

9

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 10:12 pm
דורך ונבנתה העיר
תוס' ברכות ל"ז ע"ב:

וכן היה רגיל רבינו דוד ממי"ץ ללבן פרורין במים בלילה כדי לאכלן בשחר בלא ברכת המוציא ובלא ברכת המזון שלא לאחר כדי שיתחזק ראשו ויוכל להגיד ההלכה.

Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 10:25 pm
דורך טמיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:תוס' ברכות ל"ז ע"ב:

וכן היה רגיל רבינו דוד ממי"ץ ללבן פרורין במים בלילה כדי לאכלן בשחר בלא ברכת המוציא ובלא ברכת המזון שלא לאחר כדי שיתחזק ראשו ויוכל להגיד ההלכה.

וואס איז די חידוש דא? עס איז נישט געווען פאר'ן דאווענען ח"ו

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:49 am
דורך berlbalaguleh
אדנירם האט געשריבן:7.
ענדליך צו דעם האב איך געהערט פון מיין טאטן [כ'ווייס נישט כרגע די מקור הדברים], אז דער שדי חמד פלעגט בענטשן פרויען, לייגנדיג זיינע הענט אויף זייערע קעפ!

אדנירם: כ'האב געוואלט עפעס זאגן איבער די היינטיגע ..."מקובלים"...עיין נחום ראזנבערג... :roll:
שוין. כ'האב גארנישט געזאגט...!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:52 am
דורך מבקר
טמיר האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:תוס' ברכות ל"ז ע"ב:

וכן היה רגיל רבינו דוד ממי"ץ ללבן פרורין במים בלילה כדי לאכלן בשחר בלא ברכת המוציא ובלא ברכת המזון שלא לאחר כדי שיתחזק ראשו ויוכל להגיד ההלכה.

וואס איז די חידוש דא? עס איז נישט געווען פאר'ן דאווענען ח"ו

א מזונות בייגל סטייל.

Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:59 am
דורך דעת תורה
די חידוש איז לכם לאפוקי אלע אידן וואס דרייען זיך תמיד ארום מיט א 'גילטי קאנטשעס' אין אידישקייט ענינים, און איינע פון זייערע מבצע'ס איז קעגן עסן 'מזונות ברויט' זיך 'ארויס צו דרייען' פון נט"י און ברהמ"ז. וועל, רבינו דוד מ'מיץ האט ווייזט אויס עס נישט געהאלטן פאר א עולה.

Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:46 am
דורך אני מת לחיות
טעות

10

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:48 pm
דורך געוואלדיג
אמרי פנחס פון ר' פנחס'ל קאריצער, די וואך
אך יש תפילות מתולעות שחשב מחשבות זרות רח"ל בשעת התפלה, מזה באים פירות מתולעים, לכן בדור הזה נתרבו תולעים בפירות


ווייס מיר שוין פון וואו עס קומען די ווערעמיגע פרוכט.

11

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:52 pm
דורך געוואלדיג
רש"י סנהדרין כא:

שבקש להולמו ולא הולמתו. שתשב בראשו כתר מלכות ולא הולמתו לפי שהיה שרביט של זהב בתוך חללה מדופן לדופן ואינה מתיישבת בראשו אלא למי שיש לו חריץ בראשו והיא עדות לבית דוד שכל הראוי למלכות הולמתו ומי שאינו ראוי למלכות אינו הולמתו:


איך מיין אז עס איז באוואוסט, אבער פארט אינטרעסאנט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 3:09 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אין פרשת בראשית אויף דעם פסוק...

וַיֹּאמֶר הָֽאָדָם הָֽאִשָּׁה אֲשֶׁר נָתַתָּה עִמָּדִי הִוא נָתְנָה לִי מִן הָעֵץ וָאֹכֵל

זאגט דער בעל הטורים

היא נתנה לי מן העץ ואוכל. לפי הפשט שהכיתני בעץ עד ששמעתי לדבריה:

דער ערשטער קעיס פון אביוז...

13

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 3:30 pm
דורך געוואלדיג
רש"י שבת י:

משקל ב' סלעים. לאו דוקא נקט בתלמידי רבינו יצחק הלוי מצאתי כתונת פסים סביב פס ידו נתן מילת ולא כל הכתונת:


ומכאן מקור פאר סאמעט אויף די ארבל ביי רבי'שע קינדער.