בלאט 1 פון 1

וואס איז 3x 5 = ?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:21 pm
דורך דולה ומשקה
עס רודערט זיך אין די נייעס איבער א טיטשער וועלעכע האט געגעבען א בחינה אויף חשבון פאר דער קלאס, איינע פון פון די שאלות איז געוועהן:
וואס איז 5 טיימס 3? דער תלמיד זאל געבען דעם ענפער אין דאס ארויסשרייבען ווי אזוי ער איז געקומען צום אויספיר.
איין תלמיד האט אפגעגעבען דעם ענפער: 15, און ארויסגעשריבען ווייל: 5+5+5=15.

דער טיטשער האט געזאגט אז דאס איז נישט ריכטיג, נאר דער ענפער איז:
3+3+3+3+3=15

גרויסע קעפ און פראפעסארען האבען/און זענען זיך שטארק מתווכח, בעומק הסוגיא. דער טיטשער טענ'עט וויבאלד דער דגוש איז אויף דער 'דריי' און נישט אויף דער פינעף.

אסאך ביאורים אויף אויף די צדדים זענען ממש גאר דין אדער אפשר לעכערליך, ממש דק מן הדק הדק היטיב, אבער לאידך קען זיין ס'נישט געמאכט געווארען פאר א פשוטע מח ווי מיינס.

Re: וואס איז 3x 5 = ?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:29 pm
דורך אהרן
ווי אזוי קען ארויסקומען א מאטאמאטישער נפק"מ?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:33 pm
דורך ישראל קאפקע
די לערערין איז גערעכט, וואס איז די צווייטע צד?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:51 pm
דורך דולה ומשקה
ישראל קאפקע האט געשריבן:די לערערין איז גערעכט, וואס איז די צווייטע צד?


דער שאלה איז געווען וואס איז 5X3=?, וההסבר.
דער אופן וואס דער קינד האט געשריבען: 5+5+5=15
דער טיטשער האט אבער געזאגט ניין, מדארף שרייבן אזוי: 3+3+3+3+3=15

גיי פארשטיי! ווי וועט טאקע אויס מאכען דער נפק"מ?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 3:13 pm
דורך ישראל קאפקע
עס כאפט טאקע נישט קיין חילוק (און שפעטער גייט די לערערין אליין אנווייזן אז מען קען עס אלץ טון אויף ביידע אופנים און ביי קומען אויס די זעלבע) אבער די לערערין האט פארלאנגט פון די שילערינס ארויסצושרייבן 3×5. כאטש די ענטגילטיגע ציפער איז ריכטיג האט זי נישט ריכטיג געענטפערט אויפן פראגע אינעם פארהער.

איך זע בכלל נישט קיין צווייטן צד (חוץ אז מען דארף נישט זיין אזוי שטרענג).

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 3:36 pm
דורך [NAMELESS]
מסתם איז די סטודענט'ס היים שפראך אזאנ'ס וואס ליינט זיך פון רעכטס צו לינקס.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 3:42 pm
דורך [NAMELESS]
ס'ווענט זיך ווי מ'לייגט דעם פסיק. איז עס פינף טיימס, דריי, איז דער ענטפער 3+3+3+3+3. אויב אבער איז עס פינף, טיימס דריי, דאן איז דער סטודענט גערעכט מיטן שרייבן 5+5+5

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 11:37 pm
דורך פארוואס?
.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 11:44 pm
דורך פארוואס?
מאטעמאטיק, ווי אלע מערב-וועלט שפראכן, ווערט געלייענט פון לינקס צו רעכטס.

למשל אז מ׳וויל שרייבן 5 מיינוס 2, וועט מען שרייבן 5-2, און נישט 2-5. אזוי אויך אויב ווילן מיר שרייבן 10 צוטיילן אין 2 וועט מען שרייבן 10/2 און נישט 2/10.

דאס זעלבע איז מיט פלוס און טיימס, די זאך איז נאר אז ביי פלוס און טיימס איז דא די ״קאמיוטעיטיוו פראפערטי״, וואס זאגט אז מ׳קען איבער דרייען דעם סדר, און די רעזולטאט וועט בלייבן דאס זעלבע.

אבער דאס מיינט נישט אז מ׳קען עס לייענען אויף וועלכע זייט מ׳וויל.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 11:52 pm
דורך [NAMELESS]
[center]אומגלויבליכע נייעס![/center]
[tag]פארוואס?[/tag] האט זיך עמטליך פריש געלאזט הערן אינעם 'קאווע שטיבל', נאכן נישט מאכן קיין קאווע פאר גאר א לאנגע צייט.

יהא בואך לברכה, און טרינק א טאג טעגליכע קאווע, ביינונז אין שטיבל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:03 am
דורך ונבנתה העיר
אבער אפשר איז עס א דין אין שפראך, נישט אין מאטעמאטיק, און דער מאטעמאטיק טיטשער קען איהם נישט געבן אן עקס דערפאר.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:41 am
דורך מבקר
די לערערין איז לכאורה נישט גערעכט!!

ווען איינער שרייבט 5-2 מיינט ער זיכער צו זאגן 'איך האב דא פינף .... נעם אראפ דערפון 2.

היא הדין ווען איינער שרייבט 3×5 מיינט ער אויך צו זאגן 'איך האב דא פינף.... און דו זאלסט עס דריפלן'

בין איך נישט גערעכט?


יתכן אז דאס האט [tag]פארוואס?[/tag] געמיינט, אבער לא ירדתי לסוף דעתו.

[tag]כעלעם'ר מגיד[/tag] החכמתי, תודה.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 12:44 pm
דורך לאשיצער
איך קום אן צו דעם פארום אביסל שפעט. די לערערין איז לכאורה נישט גערעכט, נישטא וואס צו זאגן דערוועגן.

די טיטשערס אין די שולעס האבן ליב צו פייניגן זייערע תלמידים און @דולה ומשקה ברענגט א גוטן משל דערפון. איך האב נאך א משל: כ'קען איינע וואס האט אמאל געדארפט לערנען מאטעמאטיק פאר קליינע קינדער אין א פאבליק סקול. זי האט געגעבן א בחינה וועגן די נעמען פון די ציפערן, וויאזוי מען דארף זיי שרייבן אויף ענגליש (רוב קינדער דארט האבן גערעדט שפאניש אין דער היים). למשל דער ענטפער אויף "45" איז געווען "forty five", וכו'. אויף אזא פראגע ווי הייסט דער ציפער "205" האבן רוב תלמידים געשריבן "two hundred five" נאר אייניקע האבן געשריבן "two hundred and five". די צווייטע האט זי געהאלטן פאר נישט ריכטיג ווייל "and איז דאך נישט קיין ציפער" און זיי געגעבן אן עקס...

איך האלט אז אזעלכע טיטשערס וואס לייגן דגוש אויף סתם אויסגעטראכטע "כללים" וואס האבן נישט קיין מציאות באגייען טאקע א גרויסע עבירה. ווען איך וואלט געווען אין איר קלאס וואלט איך באלד פארלוירן מיין אינטערעס אין מאטעמאטיק.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 1:16 pm
דורך ונבנתה העיר
יש לעיין לפי התרגום אהי' אשר אהי' מוכח דס"ל אז 'אשר' איז א חלק פונעם שם...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 2:26 pm
דורך ברסלבער
לאשיצער האט געשריבן:איך האב נאך א משל: כ'קען איינע וואס האט אמאל געדארפט לערנען מאטעמאטיק פאר קליינע קינדער אין א פאבליק סקול. זי האט געגעבן א בחינה וועגן די נעמען פון די ציפערן, וויאזוי מען דארף זיי שרייבן אויף ענגליש (רוב קינדער דארט האבן גערעדט שפאניש אין דער היים). למשל דער ענטפער אויף "45" איז געווען "forty five", וכו'. אויף אזא פראגע ווי הייסט דער ציפער "205" האבן רוב תלמידים געשריבן "two hundred five" נאר אייניקע האבן געשריבן "two hundred and five". די צווייטע האט מיין שוועסטער געהאלטן פאר נישט ריכטיג ווייל "and איז דאך נישט קיין ציפער" און זיי געגעבן אן עקס...

מיין טאכטער האט געהאט ממש די מעשה נישט לאנג צוריק. נישט אין פאבליק סקול, נאר אין א היימישע סקול. נאכ'ן זיך איינבעטן האט די טיטשער ברוב רחמנותה מסכים געווען צו טוישן דעם עקס פאר א פראגע-צייכן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 3:45 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:יש לעיין לפי התרגום אהי' אשר אהי' מוכח דס"ל אז 'אשר' איז א חלק פונעם שם...

ואפי' את"ל שזה חלק מהשם, יש לעיין אם זה שייך להאהי' הקודם או השני. דהרי ידוע פסק הרמב"ם דנטפלים מלפניו ולא מלאחריו, דהיינו שיש קדושת השם רק להאותיות מלפני השם.....וכו' וכו' וכו' בקיצור.... א גאנצע מחלוקת ראשונים צו די טיטשער איז יא גערעכט נישט...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:16 am
דורך אלפא
בנוגע א טיטשטער און סטודענט.
פארציילט מען אז עפעס א סטודענט האט זיך געוואגט צו ענטפערן אויף די פראגע 2+2= '22'...
ווען די טיטשער האט אים דערלאנגט א רויטן X דעפאר, האבן זיך די תלמיד'ס עלטערן אריינגעמישט, הלמאי די סטודענט איז נישט 'בארעכטיגט' צו זיין אייגענע מיינונג?! נאר וועלכע ג'ענדער ער איז מעג ער מחליט זיין אליין?! ביי אים איז 2+2 22, און ווער עס איז נישט מסכים דארף גע'קענסעלד' ווערן!
די סקול באורד האט זיך צוזאמגעזעצט אויף א זיצונג, נמנו וגמרו, די טיטשער באלאנגט מער נישט דארט, בשן ועין איז ער פארשיקט געווארן פארן זינד פון נעמען א שטעלונג אין מאטעמאטיק און נישט בארעכטיגן די תלמיד'ס מיינונג.

ער איז געקומען פארלאנגען די געלט וואס עס זיך אים געקומען ביז דאן, און ער האט דערלאנגט די בילל מיט אן אסטראנאמישן ציפער פון שעות וואס ער האט געארבייט.
ווען מ'האט אים אויפגעמערקט אז ער האט נאר געארבייט 4 שעה א טאג - 2 פארמיטאג און 2 נאכמיטאג, האט ער גראדערהייט געענטפערט, נא?! קומט עס דאך אויס 22 שעה א טאג!! :D