בלאט 1 פון 1

Don Rickles

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 4:21 pm
דורך ראוונע
לעצטענס האב איך מיר אנגעשטויסען אין אפאר קליפס פון א געוויסע קאמידיען מיטען נאמען Don Rickles ער איז א איד אין איז 89 יאר אבער ער גייט נאך אן כאילו לא היה
ער האט א דיפערענט סטייל אין קאמעדי ער איז מער נעגאטיוו. למשל ווען ער קומט ארויף א שאו וועט ער צולייגען די האוסט מיט די אודיענס אין יעדער וואס שטייט נאר אין זיין וועג אבער די אינטערעסאנטסטע זאך איז אז ער קען דיך צולייגען אויף פיצלעך אבער די וועסט נאך אלץ לאכען

איך וועל פרובירען צו ברענגען שטיקלעך פון אים פון צייט צו צייט