בלאט 1 פון 4

צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 3:37 pm
דורך היסטאריקער
קומענדיגען זונטאג איז געפלאנט א פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא וואס וויל פארקויפן פאר ארטיסטן.

אן אריינגיין אי די צדדים לייג איך ארויף די בריוו וואס ער האט געשריבן (אבער נישט געשיקט) פאר די רבנים

וירא הקהל וישפוט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 3:49 pm
דורך שעפטל
באקומען פון איינעם א פייל איבערן בעפארשטייענדיגן פראטעסט

קוקט אויס ס'איז אין די וויליאמסבורגע אויסגאבע'ס

Protest.1.jpg

Protest.2.jpg

Protest.3.jpg

Protest.4.jpg

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 3:51 pm
דורך געוואלדיג
2 3 4 גייט עפעס נישט, [tag]שעפטל[/tag]

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 3:58 pm
דורך אהרן
קינדער אין די וויגן..

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 3:59 pm
דורך טמיר
Doesn't make any sense, ווי אזוי קויפט מען א לאט פאר מען זעט וואס טוט זיך דארט?

קען אפשר איינער זאגן ווער איז דער ריבא, און האט ער עס טאקע געטון לשם מצוה?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 4:19 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'פארשטיי נישט. פארוואס רופט נישט ריבא דעם מייזליש צו דין תורה?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 5:24 pm
דורך גנדי
וואס גייט די דין תורה אויפטוהן?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 5:50 pm
דורך יונה כהן
היסטאריקער האט געשריבן:קומענדיגען זונטאג איז געפלאנט א פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא וואס וויל פארקויפן פאר ארטיסטן.

אן אריינגיין אי די צדדים לייג איך ארויף די בריוו וואס ער האט געשריבן (אבער נישט געשיקט) פאר די רבנים

וירא הקהל וישפוט


איך בין נישט באקאנט אין דער ענין אבער לתועלת ידיעת הרבים האב איך געוואלט מגיב זיין אויך איין נקודה וואס דער כותב שרייבט אין #6 וז"ל "...והן מחמת חשש שקרוב הדבר להפסד שבני אדם ממילא לא ירצו לקנות דירה שעקרו אילנות באותה מקום"

עס קען זיין אמת אז קונים וועלען מורא האבען צו קויפען סיי ווי סיי, אבער אין אמת'ן איז נישט דא קיין סכנה בכלל אויף אזא "מקום". דער סכנה איז נאר רובץ אויף דער מענש וואס איז עוקר דעם אילן בלי היתר. וכל זה מבורר בשו"ת יעב"ץ חלק א' סי' ע"ו און ער שרייבט צו: "וכל זה פשוט וברור מאד"

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 6:08 pm
דורך [NAMELESS]
אמת, אבער מענטשן גייען זיך נאך אלץ צוריקהאלטן פון קויפן צוליב די שמועות איבער משפחות וואס האבן געליטן פארשידענע צרות צרורות ווען זיי האבן געוואוינט אויף אזא שטח. נישט אז די שמועות מוז עפעס האבן אן אחיזה אין מציאות, אבער די 'מה לי לצרה הזאת' מענטאליטעט שפילט זייער שטארק פאר א מענטש פאר ער גייט אריין אין א מקח אויף א דירה.

מער פון דעם, להלכה ווערט גע'פסק'נט אין טו"ז אז אויב וויל מען בוין א הויז איז נישטא קיין שום איסור אויסצורייסן א פירות בוים. עם כל זה זענען זיך מענטשן מונע און גלויבן אז כביכול וועט פייניגן און רצח'נען אים מיט די קינדער וכל הנלווים צוליב טוהן עפעס וואס דער נותן התורה האט קלאר מתיר געווען. ווען ס'קומט צו אויבער-גלויביגקייט איז ראציונאליטעט בכלל נישט קיין מאן דאמר.

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 6:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער עיקר איז אז ס'גייט זיין באסעס. ולה' הישועה!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 6:29 pm
דורך יונה כהן
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:אמת, אבער מענטשן גייען זיך נאך אלץ צוריקהאלטן פון קויפן צוליב די שמועות איבער משפחות וואס האבן געליטן פארשידענע צרות צרורות ווען זיי האבן געוואוינט אויף אזא שטח. נישט אז די שמועות מוז עפעס האבן אן אחיזה אין מציאות, אבער די 'מה לי לצרה הזאת' מענטאליטעט שפילט זייער שטארק פאר א מענטש פאר ער גייט אריין אין א מקח אויף א דירה.

מער פון דעם, להלכה ווערט גע'פסק'נט אין טו"ז אז אויב וויל מען בוין א הויז איז נישטא קיין שום איסור אויסצורייסן א פירות בוים. עם כל זה זענען זיך מענטשן מונע און גלויבן אז כביכול וועט פייניגן און רצח'נען אים מיט די קינדער וכל הנלווים צוליב טוהן עפעס וואס דער נותן התורה האט קלאר מתיר געווען. ווען ס'קומט צו אויבער-גלויביגקייט איז ראציונאליטעט בכלל נישט קיין מאן דאמר.



איך האב מקדים געווען אז מענשען האבען דאך מורא, אבער זייער מורא האט נישט קיין יסוד בכלל. און אויב מענשען האבען פחדים וואס איז נישט מיוסד אין ספרי קודש איז עס סתם אן אמונה טפילה.

דער טו"ז וואס איר ברענגט איז נישט אזוי ווייט נוגע ווייל דער שמועס איז איבער דעם קוצץ אדער זיין שליח און עס איז פארהאנן אן ענין מחמיר זיין פאר'ן קוצץ נישט צו נוצן קיין היתרים "עוקר" זיין א בוים. אבער דא קומט דער יעב"ץ אין זאגט אז לגבי דער "מקום" וואס אויף דעם איז ברור איז נישט דא קיין שום חשש. אדרבה זאל איינער ברענגען עפעס א מקור אז א "מקום" טראגט אויף זיך א סכנה עולמית לעלמי עד.

נ.ב. איך ווייס גאנץ גוט אז פאר רוב מענשען זענען מיינע ווערטער אומזיסט, אבער למען האמת האב איך געברענגט דעם יעב"ץ

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 6:40 pm
דורך שטיינער
למעשה קען ער טרעפן א קונה? כ'מיין אז נישט.
אויב האט איינער א עכטע פראבלעם, קען ער עס קויפן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 7:04 pm
דורך קאווע טרינקער
גנדי האט געשריבן:וואס גייט די דין תורה אויפטוהן?

אז ער וועט צוריק באקומען זיין געלט און די פראטעסט וועט זיין ביי מייזליש. איינער האט זיין אדרעסס? מיין קינד אין וויגן וויל וויסן

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 7:31 pm
דורך פליקער
ווי זענען די רבני העיר פאר די הימל שרייענדיגע עוולה אז מען פארקויפט דירות פאר היימישע אידן פאר די שטוינעדע טייערע פרייז פון פיר הינדערט פיפציג דולר פאר א אינטישטע פיס און פינף מיאות פאר א פאדישטע פיס.
צי דינגען א לעכל אויב איז עס עטוואס גרעסער פין דעם באטרעפענדער'ס נוז לאך, דאן איז די מעשה צוויי אלפים חודשלעך, נאר אויב מען האט א פלאן בהשגחות סאכדעס הגנבים,
ווי איז די פראטעסט פון אינז אלע, קעיגן די רבנים וואס לאזן דאס צי.
איי וואס וועט עס אויפטיען, נאר אויפ דעם לויטעט די אלטע כלל, אז מען שרייט טוט עס וויי.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 8:11 pm
דורך יואליש
ס'מאכט נישט אויס צו די המון עם'ס היסטעריע איבער א פרוכט ביימער איז באזירט אין הלכה, מנהג אדער אין עמעראצעס אדער אור אלטע סופערסטישאן. אויב איז די פאקט אז מענטשן טראגן זיך ארום מיט א פחד ווי נאר דאס ווארט "פרוכט בוים" און "הוי"ז איז דערמאנט אין איין זאץ, מיינט דאס אז דער דעוועלעפאר האט א לעמאן צו פארקויפן. זיך דערגרונטעווען אין די מקור פון די סופערסטישאן איז אקעדעמיק, אירעללעוואנט אין פינאנציעלע טערמינען.

אגב איז אינטערעסאנט צו באמערקן די עולם הפוך וואס דא קומט פאר מיט פרוכט ביימער. במושכל ראשון וואלט איימיצער ערווארטעט אז מענטשן וועלכע נעמען אזוי צו הארצן די מעסעדזש פון היטן אויף לעבעדיגע אילנות וועלן לכאורה זיין שטארק סימפאטיש צו ענוואראנמעטעליסטן און זייערע צוועקן לגבי אפראטעווען ביימער בפרט און לייף בכלל. דערווייל שטעלט זיך ארויס אז דאס איינצוגסטע חלק וועלכע די מענטשן נעמען ארויס אז די אומראציאנאלע סופערסטישאן, און בכלל נישט די כוונה דערפון, פון שעצן לעבן אין צמחים. אדרבא, די גרעסטע ביטול און אפשיי רעזערווירן די זעלבע מענטשן פאר ענווייראנמענטעליסטן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 10:52 pm
דורך שצם_חנכל
בני בלי שם הענגען פאשקאווילן, פארעפענטליכען א פריוואטע סעל, פארופען אומרוען אין די גאסן און דער מסודר'דיגע בעל בית דארף זיך פארענטפערן א מעשה מיט פירות ביימער! ווען עס זאל הערשען א טיפע אפשיי צו טעראר במחנינו וואלט אזעלכעס נישט פאסירט, האבן שוין הרב הארפענעס און הרב פילאפ סיי וואס געטון אפצושטעלן די מאסן הלבנת פנים און טעראר?

ווען מען זעט איינעם פארנעמען מיט די סארט אקטיוויטעטען דארף מען זיך אנרופען צו יענעם בקול רם בכח גדול "האלאו? די ביסט נארמאל?". אין מקוה ווען מ'רעדט איבער די נייעס דארף מען זיך אנעמען פארן נרדף, אפגעזען צו ער איז גערעכט צו נישט, והאלוקים מבקש את הנרדף! אויב האט איר א שייכות מיט א רב וואס פארנעמט זיך מיט קול קורא'ס און אסיפות, לאזט אים וויסן אז פאר אייך איז וויכטיגער די רואיגקייט און שטאט ווי אלע דאגות פון מציצה בפה ביז סטיינערס סטודיא.

לאמיר אלע ווערן ראובן צימערמאן'ס!!
(קרעדיט [tag]יואליש[/tag])

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 11:11 am
דורך לית דין בר נש
וואס פלאנט ער באמת צו טוהן? אפשניידן די ביימער און פארקויפן פאר גוים? ער האט דויך מורא פאר שניידן ביימער, אולי פארקויפן די גאנצע פראפעטי פאר א גוישע אינוועסטער? איז דא בכלל אזא זאך אין וויל?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 11:37 am
דורך שעפטל
יא זיין פלאן איז צו פארקויפן דעם גאנצן פראפעטי כמו שהוא, מיט די ביימער און אלע זייטיגע זאכן.

ער האט דאס ארויסגעלייגט פאר סעיל און פון דארטן האט זיך אנגעהויבן די "#קינד.אין.די.וויגן" וויי געשריי

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 11:49 am
דורך ישראל קאפקע
ווי גרויס זענען די ביימער? איז נישט דא קיין מעגליכקייט צו איבערפלאנצן/אוועקפירן די ביימער?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:11 pm
דורך ברוך בער
די סאלוציע זעט אויס פשוט. זאלן די רבנים שרייבן א תשובה אז בכגון דא איז מותר לכתחילה איבערצופלאנצן די ביימער, להלכה איז דאך קיין שום איסור. מען קען אפילו פארשאפן בריוו פון סקולען און פשעווארסק אז אדרבה תבא עליו ברכה קיין שום מזיקין וועלן נישט שולט זיין. קען מען עס נישט ערלעדיגן להצלת העיר?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:26 pm
דורך יואליש
ברוך בער האט געשריבן:די סאלוציע זעט אויס פשוט. זאלן די רבנים שרייבן א תשובה אז בכגון דא איז מותר לכתחילה איבערצופלאנצן די ביימער, להלכה איז דאך קיין שום איסור. מען קען אפילו פארשאפן בריוו פון סקולען און פשעווארסק אז אדרבה תבא עליו ברכה קיין שום מזיקין וועלן נישט שולט זיין. קען מען עס נישט ערלעדיגן להצלת העיר?


א תשובה איז נישט אזוי וויכטיג דא. א הבטחה, א ברכה, א סגולה איז. די פחד האט נישט מיט הלכה נאר מיט סופערסטישאן. זאגסט א פיינע עצה. זאל סקולן'ער רבי מבטיח זיין ברבים אז ווער ס'וועט אנטייל נעמען אין די קיצוץ הנטיעות לזיכוי הרבים ולהסיר מכשול בקדשתן של ישראל, ובפרט ווער ס'וועט דארט קויפן א דירה, וועט געהאלפן ווערן מיט זש"ק, אומפרעצעדענטע נחת דקדושה, און בריאות השלימות ואורך ימים ושנים פאר די גאנצע משפחה עד סוף כל הדורות - נאן ריפאנדעבאל, אן קיין אינטערנעט-סמארטפאן fine print exclusions. געשעפטן וועלן פארקויפן שטיקלעך ביימער, בלעטער און פרוכט, וועלכע איז מסוגל לכל מילי דמיטב.

נישט נאר וואס דער אינוועסטער וועט נישט דערלייגן געלט, ער וועט נאך קענען פארקויפן אן אפארטמענט מיט עטליכע הונדערט טויזענט דאלאר העכער מארקעט פרייז. און אויב איז ער קלוג, לייגט ער זיך אוועק א צימער ווי ער זאל אויפבויען א ביזנעס פון טרענספערן די סקולענע הבטחה צו יעדער וואס שלאפט דארט איבער א נאכט און באצאלט אן העפטיגע פדיון. קימפעטארענס וועלן זיך לאזן קאסטן תבלין ותקילין צו איבערשלאפן א נאכט מיטן ניי געבוירן קינד צו ממשיך זיין די הבטחה נצחיות שאפי' על תנאי לא בטל. יארן ארום וועט מען קענען אנצייגן אויף א אידיש קינד, "דאס איז א דיוויזשאן קינד", ווי די יראת שמים און הצלחה איז ניכר אויף טריט און שריט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:32 pm
דורך berlbalaguleh
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:אמת, אבער מענטשן גייען זיך נאך אלץ צוריקהאלטן פון קויפן צוליב די שמועות איבער משפחות וואס האבן געליטן פארשידענע צרות צרורות ווען זיי האבן געוואוינט אויף אזא שטח. נישט אז די שמועות מוז עפעס האבן אן אחיזה אין מציאות, אבער די 'מה לי לצרה הזאת' מענטאליטעט שפילט זייער שטארק פאר א מענטש פאר ער גייט אריין אין א מקח אויף א דירה.

מער פון דעם, להלכה ווערט גע'פסק'נט אין טו"ז אז אויב וויל מען בוין א הויז איז נישטא קיין שום איסור אויסצורייסן א פירות בוים. עם כל זה זענען זיך מענטשן מונע און גלויבן אז כביכול וועט פייניגן און רצח'נען אים מיט די קינדער וכל הנלווים צוליב טוהן עפעס וואס דער נותן התורה האט קלאר מתיר געווען. ווען ס'קומט צו אויבער-גלויביגקייט איז ראציונאליטעט בכלל נישט קיין מאן דאמר.

כעלעמ'ער מגיד: טראץ די אלע פסקים פון ט"ז און אנדערע, שפעטער'דיגע פוסקים ווי דער חכם צבי און דער יעב"ץ, איז דאך א פאקט אז מענטשן האבן מורא זיך אריינצולאזן אין אזעלכע געשעפטן. (ממילא האט לוי יצחק ריבא א שטארקן פוינט.(
ביי אונז אין די משפחה איז דא אזא סיפור אז מיין זיידע, מיין טאטע'ס טאטע איז געווען איינער פון די עסקנים אין זיין שטאט אלס יונגערמאן. אוןן מ'האט אפגעקויפט א שטח צו בויען א תלמוד תורה וואס דארט איז געווען א בוים פון פירות. און לפי הוראת הרבנים פון יענע שטאט האט מען אויסגעריסן דעם בוים. און מיין זיידע איז אוועק יונגערהייט, קורץ נאך די מעשה. ביי אונז אין די משפחה איז מען עס תולה אין דעם וואס ער איז געווען איינער פון די אנפיהרערס, און אחראי פאר אויסרייסן דעם בוים...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:36 pm
דורך berlbalaguleh
יואליש: איך האב דיך אייביג געקענט אלס אן ערנסטער מענטש. אבער דיין לעצטע תגובה איז דאך איין שטיק ליצנות...ווייל איך האב נישט געקענט אויפהערן צו לאכן. פון די פארשלאגן, און וועלכן רעבין מ'זאלל ארייננעמען אין די ארבעט...! :lol: :roll: