בלאט 1 פון 1

זאכן וואס איך וויל וויסן - מוזיק

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 9:21 am
דורך הוגה
האט איינער שוין אמאל געהערט דער ניגון? איז דא א tune צו די ווערטער? אויב איר האט סיי וואס פאר א אינפארמאציע ביטע לאזט אייך הערן.

שמחת החיים 7

נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2018 12:07 pm
דורך feine nies
does anyone have a link to the new cd?

נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2018 4:24 pm
דורך איך אויך
א לינק צו וואס? (פאר עדס רעד מיט די הנהלה).

נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2018 4:31 pm
דורך סקרן
ער האט געעפענט אן אשכול בעטנדיג פאר א לינק צו די נייע CD פון שמחת החיים
די הנהלה האט עס אהער אריבערגעריקט

נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2018 5:16 pm
דורך איך אויך
דערפאר פרעג איך א לינק צו וואס? בחינם איז נישט מענטשליך, נישט תורה'דיג און נישט לעגאל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 9:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
https://yiddishevinkel.com/archives/14990

wow האלי קו איז דאס שיין. וועמעס ניגון? נייע זינגער הערשי ראטעננבערג. מי זה?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 9:30 pm
דורך כוכב
בעל מחבר פון תנועהלע פון שלום לעממער און אדון עולם פון שמואלי.
א בעלזער יונגערמאן פון אנטווערפען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 9:42 pm
דורך סמבטיון
א גיטע חבר מיינער, ער האלט נאך ביים אנהייב עס קומט נאך גיטע סחורה..

ניגון לעגען

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 7:36 pm
דורך דאכצעכמער
איך געדענק אלץ קינד האב איך געהערט א אונגאריש אידישע ניגון "לעגען לעגען"
ווייסט איינער עפעס וועגען אזא ניוגן ביטע לאזט וויסן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 9:50 am
דורך הקטן
איך קען אויך דעם טאן פין לעגען לעגען (נישט די ליריקס) - בדחנים האבן אויך דאס געניצט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 10:07 am
דורך קאך_לעפל
דאכצעכמער האט געשריבן:איך געדענק אלץ קינד האב איך געהערט א אונגאריש אידישע ניגון "לעגען לעגען"
ווייסט איינער עפעס וועגען אזא ניוגן ביטע לאזט וויסן


דאס א איר אלטע מאדיארישער ליבע ניגון, וועלכע איז אנגעבליך געזונגן געווארן דורך אנגעטרינקענע מאדיארישע יוגענטליכע אין די שענקען פון פישפיק לאדיין און שאראשפאטאק, ווען פעסער אהבה-טרערן גיסן זיך פון זייער אויגן...

און דער הייליגער קאליבער צדיק האט דאס געהערט, און ער איז ווארשיינליך אויסטערליש גערירט געווארן פון די הארציגע ליבע מאדעליע,אזש ער האט באשלאסן ארויף צולייגן דעראויף ווערטער פון משל מיט א פאסטוך וועלכע פארלאנג פון זיין באלאבוס אביסעלע היי פאר זיינע אויסגעהונגערטע וואנדערענדע שעפלעך...

דאס איז ווארשיינליך א משל ווי כנסת ישראל בעט ביים באשעפער זיך צוריק צו פאראייניגן מיט די הייליגע שכינה....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 12:57 pm
דורך [NAMELESS]
קאך לעפל, איך מיין אז דו מישסט אויס מיט סירנאק רינאק. דאס איז אן אנדערע ניגון.

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2020 11:24 am
דורך רביה''ק זי''ע
עפעס ליגט מיר אין קאפ א אידישע ניגון וואס האט א שטארקע ענליכקייט צו דעם רוסישן ניגון, איינער דא ווייסט אפשר פון וואס איך רעד?

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2020 10:30 pm
דורך סאנטיאגא
איז דא א אשכול אויף אלטע יידישע לידעלעך? אויב נישט דארף מען מאכן איינס