בלאט 1 פון 1

העפטיגע זוכעריי נאך צוויי פארלוירענע אידן

נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2015 1:21 am
דורך [NAMELESS]
מיט צאפעלדיגע הערצער און א פארזארגטער מינע נעמט כלל ישראל אויף די שרעקליכע נייעס איבער צוויי היימישע אידן שותפים וואס זענען שוין נישט געזעהן געווארן זייט די פארגאנגענע ראש חודש אב ה״י.

פון ניו יארק קומט אריין די נייעס אז פאליציי מיט די הילף פון שומרים הייבן אן א העפטיגער זוכעריי נאך די צוויי פארלוירענע אידן. מען בעט ווער ס׳האט סיי וועלכע ליעדס זאל זיך מעלדן אויף די ספעציעלער טעלעפוין נומבער וואס איז איינגעשטעלט געווארן פאר די צוועק.

שומרים שטעלט אויף א קאמענד צענטער ווי אויך קומען אריין כוחות פון אנדערע געגענטער, די פאליציי ברענגט אראפ א ספעציעלע זוכעריי איינהייט צוזאמען מיט קעי 9 הונט מיט העליקאפטערס ארויסצוהעלפן מיט דער זוך פון דער הייעך, לויט ווי די קארדינעיטערס געבן איבער איז מען אנגעוויזן אויף ווי מער מענטשן ארויס צו העלפן מיט די זוכעניש.

ווער עס קען קומען העלפן זוכן זאל זיך מעלדן ביי די קאמענד צענטער ווי עס וועט ווערן אויסגעטיילט מאפעס לויט די געגענטער.

מיר האבן געטרייט צו באקומען א קאמענט פון א חשובער מתעסקים וואלאנטיר וואס האט יעצט געליפערט סקיטס וואסער (אזאנע וואסער וואס חיים לייב ווייס טיילט {נישט} אין מירון) פאר די זוכער אבער ער האט נישט געוואלט קאמענטירן מער ווי מ׳רישט זיך אויף דאס ארגסטע און מ׳ערווארט דאס בעסטע.

ווי יודעי דבר געבן איבער רעדט זיך עס פון צוויי אידן וואס האבן א ספעציעלע מיסיע צו זיין עומד על המשמר/והעצבים צו מעקן און פארעכטן כפי מה שלבם חפץ, (ספעציעל תגובות פון @שבת אחים ודעימיה) און זייט חודש אב האט מען נאכנישט געהערט פון זיי. זייער פאזיציע ווערט אנגערופן ׳גבאי חודש׳ (עפעס אזוי ווי די עדות החודש)

ווי די עסקנים געבן איבער גייט מען אנהייבן צו זוכן אין אלע לייבערי׳ס און בוך געשעפטן אין די טריי סטעיט געגענטער, דערנאך גייט מען פארברייטערן די זוך אקציע אין סטעמפיד נעבן מעקא, ארום די אמשינאווער מוסדות, ארום די לוויתן, ארום לוי יצחק ריבא, ארום דאן ריקעל׳ס, נפתלי מאסטער און דזשימי קיממעל.

מזאגט אז דער פארלוירענער קען האלטן אין די האנט א בוך מיטן נאמען עת לאהוב, ער ברויזט אויף באס דרייווער וואס צינדען אן אום סקולענ׳ישע מוזיק, ווי אויך איז ער שטארק פארטראכט לכאורה בסוגיא ד׳ 5 *3=.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2015 1:36 am
דורך רויטע וואנצעס
צוליב וואס אונזערע רעביס זענען פון דא אנטלאפן, זענען די גבאים מיטגעגאנגן.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2015 1:43 am
דורך שבת אחים
א מין אומדערהערטע חוצפה! דו גייסט כאפן פון מיר! היט דיך דיינע ביינער ר׳ זריעל גבאי, נישט גענוג דו האסט מיך דערשראקן צום טויט מישסטו מיך אריין אין די ליגיונת און מאכסט אזעלכע שרעקליכע בילבולם אנטעקן מיר אז די גבאים זענען ביזי נאר מעקן מיינע געשרייבאכטץ???, נא נא דיין טאג וועט נאך קומען!!!, כ׳בין דיך נישט מוחל נישט בזה און נישט בבא נאר אז דו וועסט שיקן א מנין צו מיין קבר אויסזאגן שיר השירים 101 מאל פאר פערציג טעג די גאנצע שיר השירים צוזאמען מיט ישקנו מנשיקות פיהו, אז נישט זאלסטו וויסן אז אז...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2015 9:47 am
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:א מין אומדערהערטע חוצפה! דו גייסט כאפן פון מיר! היט דיך דיינע ביינער ר׳ זריעל גבאי, נישט גענוג דו האסט מיך דערשראקן צום טויט מישסטו מיך אריין אין די ליגיונת און מאכסט אזעלכע שרעקליכע בילבולם אנטעקן מיר אז די גבאים זענען ביזי נאר מעקן מיינע געשרייבאכטץ???, נא נא דיין טאג וועט נאך קומען!!!, כ׳בין דיך נישט מוחל נישט בזה און נישט בבא נאר אז דו וועסט שיקן א מנין צו מיין קבר אויסזאגן שיר השירים 101 מאל פאר פערציג טעג די גאנצע שיר השירים צוזאמען מיט ישקנו מנשיקות פיהו, אז נישט זאלסטו וויסן אז אז...

דאס מחילה בבא האט זיך ווארשיינדליך בטעות ארויסגעגליטשט פון דיין פעדער, אבער ס׳ווייזט אז טיף אין דיין הארץ גלייבסטו נאך. די האסט נאך האפענונג #כי לא ידח ממנו נדח

והשנית בנוגע דאס שיר השירים זאגעראציע, אזוי לאנג ווי איך אליין דארף דאס נישט טון נאר שיקן א מנין זאלן זיי זאגן 101 טויזענט מאל פאר 40 יאר.

Re: העפטיגע זוכעריי נאך צוויי פארלוירענע אידן

נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2015 9:56 am
דורך פליקער
ווי זוי וואלט א גוי ג'ספעלט די אידישע פרוכט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 8:43 pm
דורך שבת אחים
ברעיקינג:
מ׳האט ענדליך געטראפן די צוויי אידן וואס דו זיכסט אזוי וויכטיג, זיי לויפן אוועק פון די שטרוימען...

בילד

http://www.reuters.com/news/picture/ame ... USRTX1UL7U

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 1:45 am
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:א מין אומדערהערטע חוצפה! דו גייסט כאפן פון מיר! היט דיך דיינע ביינער ר׳ זריעל גבאי, נישט גענוג דו האסט מיך דערשראקן צום טויט מישסטו מיך אריין אין די ליגיונת און מאכסט אזעלכע שרעקליכע בילבולם אנטעקן מיר אז די גבאים זענען ביזי נאר מעקן מיינע געשרייבאכטץ???, נא נא דיין טאג וועט נאך קומען!!!, כ׳בין דיך נישט מוחל נישט בזה און נישט בבא נאר אז דו וועסט שיקן א מנין צו מיין קבר אויסזאגן שיר השירים 101 מאל פאר פערציג טעג די גאנצע שיר השירים צוזאמען מיט ישקנו מנשיקות פיהו, אז נישט זאלסטו וויסן אז אז...

שבת אחים: כ'האב נישט געוויסט אז מענטשן פון יענע וועלט ליינען אויך קאווע שטיבל. אזוי באורינג איז דארט...?...!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 3:54 pm
דורך שבת אחים

נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 12:43 pm
דורך הוגה
.