א. וואס ווערט צוטיילט אין אמעריקע אלס רעכטס אין לינקס איז נישט די זעלבע אין אנדערע לענדער. למשל נעכטען האב איך געזעהן אז אין פולין האט געווינען א רעכטע, וואס איז געלאפען (אויך) אויף פאברייטערען די סוציאלע פראגראמען.
ב. די כלל אין מדינות מיט ווייניג פארטייען (ווי אין אמעריקע, ענגלאנד) איז אז ביידע זייטען זענען א סארט קואליציע (coalition) פין פארשידענע איידיעס וואס קומען צוזאמען. אין א"י למשל ווערען די קואליציעס פארמירט נאר נאכען בחירות, אבער מען קען פאראויס וויסען וועלכע זייט די אראבער וועלען גיין אין ווי די חרדים (געווענטלעך) גייען.
ג. די שאלה, ר' חיים נחום, איז אבער זייער א גוטע. מען קען עס ווייטער פאברייטערען פארוואס די לינקע געשטימט זיינען געווענטלע נישט גלויביגע, אין רעכטע יא. אויך פארוואס זענען שטעטישע מענטשען אסאך מער לינק געשטימט ווי סאבערביע (suburbia). גרויסע שטעט אפילו טיף אין די הארץ פין טעקסאס זיינען בלוי אוף'ן וואלען מאפע אין מאנטיסעלא נ.י. איז שיין רויט.
די סוציאלע חילוקים צווישען שטעטישע אין דארפישע מענטשען איז לכאורה פשוט. ווען מען קען א געי מענטש פערזענדליך איז שווער צו טראכטען אוועק צו נעמען רעכטען וכדו'. משא"כ ווען אלס וואס מען ווייסט פון זיי איז שרעקטיגע מעשיות פין כומר.
עס איז אבער דא נאך א גרויסע חילוק צווישען רעכטע אין לינקע אז געווענטלעך (מיט אסאך יוצא מן הכלל'ס) זיינען די שפעטערדיגע מער געלערנט מער "שטעטיש" ווי די מער "דארפישע" רעכטע. איך מיין נישט די נעגאטיווע דארפיש vs. שטעטיש, אבער דאס קען מען נאכקוקען אז שטודירטע זיינען געווענטלעך לינקע.
חיים נחום׳ל די לינקע און דעמאקראטישע אידעאלאגיע איז מעהר ווייניגער גענויגט פון א סעוקיולאר און א פרייע בליק ווידער די ריפובליקאנער זענען מעהר גענויגט צו ארטאדאקסיש און קאנסערוואטיסם און לויט די רעכטע רעליגיעזע אידעאלאגיע איז האמאסעקסואלעטי נישט קאנווענשאנאל און אנגענומען און אזוי ווייטער מיט אלע פאליסיס סיי סאוציעלע און סיי עקאנאמישע אישוס וועלן די רעכטע זיין געבויגן צו די רעליגיעזע און טראדישענאל איידיעס און די לינקע וועלן ציען צו די מאדערן סעקיולאר ליבעראלע דאגמא, די זעלבע איז מיט טויט שטראף ווי לויט רעליגיע און די תורה איז עס קאנווענשאנאל צו באשטראפן מיט די מיטל און לויט די ליבעראלע נישט, און ווייטער די זעלבע מיט קלימאט טשעינטש וועלן די לינקע זיין אויף די זייט פון סייענס און אימפּיריקעל עווידענס און די גלייביגע רעכטע וועלן זאגן אז ״גאט ווייסט גאנץ גיט וואס ער האט צוטוהן און אונז קליינע מענטשען האבן נישט וואס אריינצורעדן אין דעם״ און וועלן אויסוועלן צו גיין מיט השגחה פרטית. והיינו טעמא ד׳אבאָרשאן און בלאוקירן סטעם צעל ריסערודזש וכו׳ וכו׳ וואס איז אלעס רעליגיע אינקליינדט.
און אפילו לגבי די עקאנאמישע אישוס האלטן די רעכטע געווענליך אז די וועלט איז צוטיילט צווישן די רייכע און ארימע קלאס און לויט דעם ווענדט זיך פון וועלכע משפחה ראסע אדער קלאס פון ווי מ׳שטאַמדט און זיי גייען לויט די תורה׳דיגע קאנצעפט פון א עני און א עשיר וואס ווערט דערמאנט אין די תורה מערערע מאל און זיי שטיצן קלאַססיסם און בארעכטיגן סאובקאנשאסלי און אין א געוויסע זין די ארימקייט פון אינדיווידזשואלס און מינאריטיס אלץ underprivileged און געשאלטן דורך גאט און די רייכע קלאס אלץ געבענטשט פון הימל און מ׳טאר זיי חלילה נישט צונעמען קיין פיאסטער פאר די ארימע ווייל גאט קוקט זיך שוין אום אויף זיי און גאט פארזארגט זיי שוין, ווידער די לינקע שטיצן איקוואל אפּפּערטונעטי און איקוואלעטי פאר יעדעם אפגעזעהן צו מ׳קומט פון די אויבערשטע פון שטייסל צו פון ווי דו קומסט נאר צו ביסט שווארץ ווייס רייך אדער ארים אלע מענטשען וואס זענען געבוירן אין אמעריקא זאלן האבן די זעלבע גלייכע רעכטן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שבת אחים האט געשריבן:חיים נחום׳ל די לינקע און דעמאקראטישע אידעאלאגיע איז מעהר ווייניגער גענויגט פון א סעוקיולאר און א פרייע בליק ווידער די ריפובליקאנער זענען מעהר גענויגט צו ארטאדאקסיש און קאנסערוואטיסם און לויט די רעכטע רעליגיעזע אידעאלאגיע איז האמאסעקסואלעטי נישט קאנווענשאנאל און אנגענומען און אזוי ווייטער מיט אלע פאליסיס סיי סאוציעלע און סיי עקאנאמישע אישוס וועלן די רעכטע זיין געבויגן צו די רעליגיעזע און טראדישענאל איידיעס און די לינקע וועלן ציען צו די מאדערן סעקיולאר ליבעראלע דאגמא, די זעלבע איז מיט טויט שטראף ווי לויט רעליגיע און די תורה איז עס קאנווענשאנאל צו באשטראפן מיט די מיטל און לויט די ליבעראלע נישט, און ווייטער די זעלבע מיט קלימאט טשעינטש וועלן די לינקע זיין אויף די זייט פון סייענס און אימפּיריקעל עווידענס און די גלייביגע רעכטע וועלן זאגן אז ״גאט ווייסט גאנץ גיט וואס ער האט צוטוהן און אונז קליינע מענטשען האבן נישט וואס אריינצורעדן אין דעם״ און וועלן אויסוועלן צו גיין מיט השגחה פרטית. והיינו טעמא ד׳אבאָרשאן און בלאוקירן סטעם צעל ריסערודזש וכו׳ וכו׳ וואס איז אלעס רעליגיע אינקליינדט.
און אפילו לגבי די עקאנאמישע אישוס האלטן די רעכטע געווענליך אז די וועלט איז צוטיילט צווישן די רייכע און ארימע קלאס און לויט דעם ווענדט זיך פון וועלכע משפחה ראסע אדער קלאס פון ווי מ׳שטאַמדט און זיי גייען לויט די תורה׳דיגע קאנצעפט פון א עני און א עשיר וואס ווערט דערמאנט אין די תורה מערערע מאל און זיי שטיצן קלאַססיסם און בארעכטיגן סאובקאנשאסלי און אין א געוויסע זין די ארימקייט פון אינדיווידזשואלס און מינאריטיס אלץ underprivileged און געשאלטן דורך גאט און די רייכע קלאס אלץ געבענטשט פון הימל און מ׳טאר זיי חלילה נישט צונעמען קיין פיאסטער פאר די ארימע ווייל גאט קוקט זיך שוין אום אויף זיי און גאט פארזארגט זיי שוין, ווידער די לינקע שטיצן איקוואל אפּפּערטונעטי און איקוואלעטי פאר יעדעם אפגעזעהן צו מ׳קומט פון די אויבערשטע פון שטייסל צו פון ווי דו קומסט נאר צו ביסט שווארץ ווייס רייך אדער ארים אלע מענטשען וואס זענען געבוירן אין אמעריקא זאלן האבן די זעלבע גלייכע רעכטן.
איך פארשטיי נישט דער צווייטער טייל פון דיין תגובה. איך וואלט געזאגט פונקט פארקערט, די וועלכע האלטן זיך מער רעליגיעז גענויגט וואלטן געדארפט מער האלטן אז דער עושר האט די אויפגאבע צו העלפן דעם ארימאן. אויב קוקסטו אין די תורה איז דאס דער וועג, גאט האט דיר געגעבן מער געלט אז דו זאלסט מיט דעם העלפן ארימעלייט א.א.וו. פון די אנדערע זייט, פון א פרייע בליק, וואלט מען געדארפט האלטן אז כוחי ועוצם ידי איז די זאך. ווער עס ארבעט וועט מאכן געלט, און ער קען זאגן פאר'ן ארימאן אז ער זאל אויך גיין ארבעטן און מאכן די זעלבע געלט.