בלאט 1 פון 1

טעלעוויזיע סעריע 'הפייטן' - זינגערס פארמעסט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 12:06 am
דורך חקרן
אין ארץ-ישראל איז לעצטנס פארגעקומען אן אינטערעסאנטער פארמעסט, ווער עס איז דער גרעסטער פייטן און זינגער פון פיוטים אין ארץ-ישראל, וואס איז אויפגעשפילט געווארן אויף די נייעס סטאנציעס. עס איז געווען זייער אינטערעסאנט, בפרט פאר די חובבי נגינה פון אלע סארט.

אפשר קען מען דאס אהערשטעלן פאר דעם ציבור דא, וואו מען וועט קענען דיסקאסירן די ארטיגע זינגערס ווי אזוי זיי זינגען. איך וואלט עס אהערגעשטעלט, אבער איך בין גע'כשר'ט, כהוראת המוסדות (וואס טוט מען נישט פאר די קינדער?!?!), דעריבער בעט איך ווער עס קען עס אהערברענגען, תבוא עליו ברכה, וזכות הרבים, וואס וועלן שעפן דערפון יראת שמים, תבוא על ידם.