בלאט 1 פון 1
"דעת הקהל" אויף קול מבשר
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 1:01 pm
דורך גר ותושב
קול מבשר האט געפענט א נייע אפטיילונג מיטן נאמען דעת הקהל ווי איעדער שמויגער קען אריין רופן און איבער לאזן א מעסעדז און עס ווערט ארויף געלייגט אויף נאמבער 3-3 ווי מען קען דאס הערן כדי צו לאזן א מעסעדז דארף מען אריין זאגן די נאמען אבער עס ווערט אויסגעמעקט בשעת עס ווערט ארויף געלייגט אויפן סיסטעם עס איז מיר זייער אינטערסאנט צו וויסען וואס עס וועט צענזירט ווערן און וואס נישט הערטס אויס עס איז שוין דא אפאר לשם שמים מעסעדזעס און גראדע איין גיטע איינפאל אויך אין אויך איינער וואס קוקט אויס ווי א לץ שבלצים וואס קוקט אויס האט געוואלט לאזן הערן זיין קול און נישט האבןדיג וואס צו זאגן געט ער א שכח פאר א ארגענעזעישן איך מיין מיר זאלן מאכן אן עקספערימענט זעין ווי ווייט די צענזור ארבעט און וועלכע שטותים מען קען אלס ארויף לייגען איך גלייב אז די כת המוחאים מוויליאמסבורג וועלן האבן דא אסאך פאן.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 1:40 pm
דורך [NAMELESS]
אדאנק גר ותושב'ן, האב איך יעצט געדריקט דעם 3 3 קנעפל אויף קול מבשר, און זיך אונטערגעהאלטן מיט די זיך זעלבסט דערקלערטע וועלטס מגידים.
איך האב געקלערט צו מיר, צו אפשר זענען די אלע חברה וואס רעדן דארט, בוגרים פון די
פראדוקטיווע קלאסן...
Re: "דעת הקהל" אויף קול מבשר
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 2:18 pm
דורך רימון
.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 2:57 pm
דורך גנדי
איז דאס א כשר'ע "וואטס-עפפ וואויס נאוט" סיסטעם פאר די קליין הייפעלע פך השמן אשר לא כרעו לבעל האינטערנעט?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:14 pm
דורך חכם עתיק
דאכט זיך אסאך רעדערס דארט טוען עס לשם ליצנות, עס קומט פאר ווי די בריוון פון א געוויסע צייטונג.
שש, איך בין זיכער אז פראדאקטיוו האט א גרויסן יד דא.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 3:03 pm
דורך רויטע וואנצעס
די זיסע שעפעלעך דארט... אה מי יתן כ'זאל זיי קענען געבן א קניפ אין בעקל און א צו די ציגעלע בארד. דאך אזוי קיוט קייניינע הרא. פון די וויכטיגע נקודות כ'האב דארט אויפגעכאפט: 1) כ'וויל מעורר זיין. 2) ס'איז ממש א סכנה. 3) דער עולם כאפט נישט ווי וויכטיג ס'איז. 4) ייש"כ פאר די מערכת. אויך האב איך צווישן די שורות אויפגעכאפט, אז די באס רבי המעורר האט גאר א שטארקע פארקילעכטס, די נאז זיינע איז פארשטאפט ביאנד ריפעיר.
Re: "דעת הקהל" אויף קול מבשר
נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 12:13 am
דורך גר ותושב
איך הער אז אויף דעת הקהל איז דא א נייע דעבאטע אפטיילונג איינער מיט מער פרטים?
ווי איז אונזער עקספערימענטער אפשר קען ער עפעס מסדר זיין דארט להנות בהן בני אדם.
Re: "דעת הקהל" אויף קול מבשר
נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 11:47 am
דורך טאמבל סאס
די 'על דא ועל הא' שמועסן איז אינטרעסאנט צוצוהערן.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: "דעת הקהל" אויף קול מבשר
נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:47 pm
דורך גר ותושב
די פאריגע וואך דיבאטע איז געוועין בנוגע די נייע געזעץ אז אין שטאט דארף מען צאלן פינעף צענט פאר פלעסטיק בעגס.
די תגובות אויף די דיבאטע איז גאנץ כמעשה איין תגובה האב איך הנאה געהאט א לאנדענער באקלאגט זיך אז די ניו יארקער זענען פוילע חברה.
די דעבאטע פון די וואך איז ..... געב אבאכט נעם א בענקל שטאפ צו די אויער די דעבאטע איז בנוגע צו מוזיק ביי חתנות זענען צו הויעך אדער נישט איך קען קוים ווארט ביז די תגובות גייען ווערן ארויף געלייגט און איך האף אז די בחורים וועלן זיך צוכאפן צו די נושא.
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 6:29 pm
דורך אברך משי
It seems like most people talking to Daas hakuhel come from Monsey or Upstate
Any reason why? Can anyone think
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 7:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
די וואס וואוינען אין שטאט האבן מער דאגות.
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 5:51 pm
דורך קאמענטירער
איך האלט בשיטה אז די מענטשען וואס רעדן אויף די אפטיילונג זענען הוילע שפילערס, געדונגען דורך די מערכת אונטערצוהאלטען די צוהערערס,
קודם ווייל אויב הערט מען עס מער ווי דריי וואכען אין א צו דערקענט מען געוויסע רעדנערס וואס האבן חזקה, און שנית ווייל איך וויל נישט גלייבען אז אויף די וועלט דרייען זיך נאך אזעלעכע מענטשען וואס טראגען דאגות ווי '' אז מזאל אבאכט געבן נישט צו אנשפריצען מענטשען מיט די קאר'' ''צו מען מעג זאגען אז סאיז חסידות נישט צו דיין אין שויער בעפאר די מקווה'' און אזוי ווייטער
נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2016 7:46 pm
דורך ירח בן יומו
איך וואלט געזאגט אז די וואס הערן עס אויס זענען געדינגן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:22 am
דורך קאמענטירער
ירח בן יומו האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז די וואס הערן עס אויס זענען געדינגן.
אחוץ אז דו האסט פורבירט צוזאגען א גוט ווערטעל פארשטיי איך נישט די קאָלקייט און די סטייל דא אין שטיבעל פון קענען מאכען א דעלעקראציע און א אויפטו אז מהערט נישט קולמע, סך הכל איך עס א גוטע צייט פאברענגער און ווען מען וויל איינשלאפען קומט עס גוט צוניץ מקען זיך אנהאנדלען ידיעות אינדערזייט, און פאר די וואס ווילען זיך שפירען גוט כאילו זיי באלאנגען צו די הכערע שטייסעל און זיי לאזען זיך נישט אראפ צו הערן די פאני כּל מְבַסֵר זאלען זיי געזונטערהייט גיין הערן די עדס אויף די רעדיא
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:58 am
דורך [NAMELESS]
קאמענטירער האט געשריבן: און שנית ווייל איך וויל נישט גלייבען אז אויף די וועלט דרייען זיך נאך אזעלעכע מענטשען וואס טראגען דאגות ווי '' אז מזאל אבאכט געבן נישט צו אנשפריצען מענטשען מיט די קאר''
מסתמא 'יו עפף אוס' רופן אריין קול מבשר, ניין?
סיריעסלי, נאר אמאל פלעגן די פארד קאראוואנס און שעווי ווענטשורס שפריצן אבער, היינטיגע פיוזשענס און קעמרי'ס שוין נישט?