פרישע אנטיסעמיטישע בתי מדרשים געזעץ אין אוטרעמאנט, מאנטריאל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

פרישע אנטיסעמיטישע בתי מדרשים געזעץ אין אוטרעמאנט, מאנטריאל

שליחה דורך שושן פורים »

אין א פרישן פרואוו איינצוצוימען די חסידישע געמיינדע אין אוטרעמאנט מאנטריאל, האט די ארטיגע מעיאר פארגעשלאגן א זאונינג טשעינדזש צו פארבאטן דאס בויען פרישע בתי מדרשים אויף די צוויי קאמערציאלע גאסן וואס מען האט נאך יא געמעגט ביז היינט.

פאר ווער עס איז באקאנט אביסל מיט די סיטואציע אין אוטרעמאנט ווייסט אז די מוניציפאלע רעגירונג זוכט צו באגרעניצן דעם חרדישן ציבור ווי אימער זיי קענען נאר, אינקלאדינג באט נאט לימיטעד טא, סוכות מעגן שטיין בלויז 3 טעג בעפאר יום טוב און 3 טעג דערנאך, מוזיק ביי הכנסת ספר תורה איז שטרענג פארבאטן, לאזן נישט קיין שריפת חמץ, האט נישט צוגעלאזט קיין עירוב (די קארט האט געצווינגען די סיטי צו געבן א פערמיט), וכהנה וכהנה.

די היסטאריע פון בתי מדרשים בארענעצונגען אין אוטרעמאנט גייט צוריק אזוי ווייט ווי 1990 ווען ק"ק ויזניץ (מאנסי) בית המדרש האט זיך געפונען אין א הויז אויף א רעזידענציאלע גאס, נאך א לאנגע פארצויגענע מערכה מיט די באראו (וואס ליידער יד ישראל באמצע ואכמ"ל) זענען זיי געווען געצווינגען צו פארלאזן דאס פלאץ, די קהילה האט איינגעהאנדלט א לאט אויף די וואן הארן גאס, לויטן דעמאלסדיגן געזעץ האט מען געמעגט בויען פרישע בתי מדרשים, טשוירטשעס, מאסקס, בלויז אויף איינע פון די דריי קאמערציאלע גאסן אין אוטרעמאנט, וואן הארן, בערנארד, און לאריער, אבער ווען וויזניץ האט איינגעהאנדלט זייער לאט איז די סיטי געגאנגען און שנעל מאדיפיצירט דעם געזעץ און פארבאטן בתי מדרשים אויף וואן הארן, נאך א לאנגע פארצויגענע קארט קעיס האט וויזניץ געוואונען.

ממש לעצטנס האט א איד אפלייעד פאר א פערמיט פאר א בית מדרש וואס עקזיסטירט שוין א שיינע פאר יאר אומאפיציעל אין א בעיסמענט אויף בערנארד, זעענדיג דאס האט די באראו מחליט געווען ווידער צו טוישן די זאונינג געזעצן , מכלומר'שט צו פארבעסערן די עקאנאמישע דעוועלאפמענט אויף קאמערציאלע גאסן וואס לשיטתם זענען בתי מדרשים א שטער פאר דעם, לויטן פלאן וואס די מעיאר שלאגט פאר וועט זיין ערלויבט צו מאכן פרישע בתי מדרשים בלויז אויף איין דעד ענד אין שטאט.

פארגאנגאנעם מאנטאג ביי די חודש'ליכע קאונסיל זיצונג איז די זאונינג טשעינדזש ארויפגעברענגט געווארן צום ערשטן מאל, דער חרדישער קאונסיל פרוי מרת פאלאק באט אויסגעדרוקט איר אויפברויז און פארדאמונג זאגנדיג אז דאס איז נאך א פרואוו פון די באראו צו באגרעניצן און ענג מאכן פאר די חסידישע קאמיוניטי וואס באטרעפט 20 פראצענט פון אוטרעמאנט און פארלאנגט אז מען זאל אראפנעמען די זאונינג טשעינדזש פון די אגענדעת אבער זייענדיג איינער קעגן פיר האט מען איגנארירט איר פארלאנג.

לויט די פראצעדור דארף יעדע זאונינג טשעינדזש אריבערגיין א צוויטע און דריטע אפשטימונג אין סיטי קאונסיל, ווי אויך א פאבליק הירינג ווי יעדער איינער קען קומען ארויסברענגען זיין מיינונג, נאר נאכדעם קען די געזעץ אריינגיין אין קראפט.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

חרדישע אידן טרעטן אויף ביים קאונסיל מיטינג

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ofPTAMMTxQg[/youtube]

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Exl63-M9wC4[/youtube]
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

C/P
די וואך דינסטאג, דעצמבער דעם ערשטן למספרם קומט פאר די גאר וויכטיגע "פאבליק קאנסאלטעישן" בנוגע די נייע זאונינג טויש וואס די סיטי וויל מאכן וואס וועט פארבאטן צו בויען נייע שולן אויף בערנארד און לאריער , עס איז גאר וויכטיג פאר יעדעם איינעם, אנשים נשים וטף זיך צו באטייליגן ביי דעם גאר וויכטיגן מיטינג, און שיינערהייט אויסדרוקן אייער קעגנערשאפט צו די זאונינג טשעינדזש, אפילו אויב איר פילט אז איר זענט נישט קיין רעדנער קען מען פשוט זאגן בזה הלשון "I oppose this zoning change".

אויב קענט איר זיך נישט באטייליגן בשום אופן, אדער אויב קומט איר אבער פלאנט נישט אויפצוטרעטן שיקט אריין א קורצע אימעיל צו conseil.outremont@ville.montreal.qc.ca שרייבט אין די סאבדזשעקט אז איר זענט קעגן די זאונינג טויש.

די מיטינג קומט פאר דינסטאג וישב, אום 7:00 אוונט אין די קאמיוניטי צענטער 999 MacEachran , אויפצוטרעטן מוז מען זיך איינשרייבן בעפאר 6:30.

עס איז גאר וויכטיג זיך צו האלטן רואיג און איינגעהאלטן, נישט אטאקירן, און אוודאי נישט זאגן לופטיגע סטעיטמענטס פאר קיינעם ובפרט פאר די מידיע.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שושן פורים: די אנטיסעמיט'קע זשאקעלין גרימאוד מאכט נאך דעם שיינעם פנים אז זי דיסקרימינירט נישט אקעיגן אידן...ווען מענדי שטערנפעלד ברענגט אויף די אנטיסעמיטישע געזעץ פון די סוכות וואס באגרעניצט שטארק די אידן, ווען אויפצובויען, און ווען מ'דארף צונעמען די סכות, זאגט זי אז דער געזעץ איז געמאכט פאר א יעדן. נישט נאר פאר אידן....דו פארשטייסט דאס צינישקייט פון דעם ענטפער....! ווען די גויים וועלן מאכן סכות וועללן זיי זיך אויך דארפן האלטן צו דעם געזעץ... :roll: :twisted:
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

פרייד אייך תושבי מאנאטרעאל אז דער סיטי האלט קאנטראל אביסל אויף די אידעלעך. צו דארף איר דען פליק צעטלעך אויף די גאסן? דארפט איר מוחאות בחוצות העיר?
בסך הכל וויל דער סיטי אז אוטרעמאנט זאל נישט אויסזען ווי א חזיר שטאל. פאקטיש איז אוטרעמאנט א באצויבערנדער געגנט, און אז מען וועט לאזן די חסידים צופיל פרייהייט צו קאמאנדעווען וועט עס פארלירן איר צויבער. איך גלייב אז די ריכטיגע מאנטרערלע אידן זענען שטעלערהייט צופרידן מיט די איינצוימונגען, ווייל זיי דארפן נישט קיין בארא פארק.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פרישע אנטיסעמיטישע בתי מדרשים געזעץ אין אוטרעמאנט, מאנט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען מ'נוצט אויס די פראטעקציע זיך צו שלאגען וועגען דער סוכה געזעץ, וואס מיין ווייב וואלט זייער געוואלט אין לעיקוואוד אויך (צומאל שלעפ איך ביז חנוכה), קען מען זיך נישט שלאגען אויף עכטע זאכען.
און ווען מ'איז צוואנציג פערצענט פון די פאלק און מ'קען נישט האבען קיין השפעה אויף די וואלען, צייגט עס אויף אן אנדערע פראבלעם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

moshav zekeinim האט געשריבן:פרייד אייך תושבי מאנאטרעאל אז דער סיטי האלט קאנטראל אביסל אויף די אידעלעך. צו דארף איר דען פליק צעטלעך אויף די גאסן? דארפט איר מוחאות בחוצות העיר?
בסך הכל וויל דער סיטי אז אוטרעמאנט זאל נישט אויסזען ווי א חזיר שטאל. פאקטיש איז אוטרעמאנט א באצויבערנדער געגנט, און אז מען וועט לאזן די חסידים צופיל פרייהייט צו קאמאנדעווען וועט עס פארלירן איר צויבער. איך גלייב אז די ריכטיגע מאנטרערלע אידן זענען שטעלערהייט צופרידן מיט די איינצוימונגען, ווייל זיי דארפן נישט קיין בארא פארק.

נעם אין באטראכט די צוויי פאקטן

1 אין די לעצטע 26 יאר איז אריינגעגעבן געווארן 2 פערמיט ריקוועסטס פאר נייע שולן

2 ביז 26 יאר צוריק האט מען געמעגט בויען שולן אויף די דריי קאמערציאלע גאסן אין שטאט

ווען די ערשטע שול פון די צוויי האט געבעטן א פערמיט אין 1999 האט מען גלייך אראפגענומען יענע גאס פון די שול זאונינג, און איצטערט ווען די צווייטע שול האט געבעטן א פערמיט נעמען זיי אראפ די איבעריגע צוויי
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

עס איז קלאר אז זיי ווילן נישט אז אוטרעמאנט זאל פארוואנדלט ווערן אין א געטא. עס איז נישט קיין ספק אז ווען מען קען בויען שילן אויף א גאס רעכט און לינקס וועט עס ביז צוואנציג יאר ווערן אנגעפילט מיט שילן און אוטרעמאנט וועט פארשווינדן ווערן צו די פרייד פון די ניו יארקער יונגעלייט וואס זענען דא געווארן איידימער, אבער צום באדויערן פון די לאנג יעריגע אוטרעמאנטער איינוואוינער.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: פרישע אנטיסעמיטישע בתי מדרשים געזעץ אין אוטרעמאנט, מאנט

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

moshav zekeinim האט געשריבן:עס איז קלאר אז זיי ווילן נישט אז אוטרעמאנט זאל פארוואנדלט ווערן אין א געטא. עס איז נישט קיין ספק אז ווען מען קען בויען שילן אויף א גאס רעכט און לינקס וועט עס ביז צוואנציג יאר ווערן אנגעפילט מיט שילן און אוטרעמאנט וועט פארשווינדן ווערן צו די פרייד פון די ניו יארקער יונגעלייט וואס זענען דא געווארן איידימער, אבער צום באדויערן פון די לאנג יעריגע אוטרעמאנטער איינוואוינער.

האט דען מאנטריאל גענוג מתפללים פאר נאך שולען ?

סאיז שוין דא 2 סאטמער 2 וויזניץ
דאס מענטשעלע שפילט........
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: פרישע אנטיסעמיטישע בתי מדרשים געזעץ אין אוטרעמאנט, מאנט

שליחה דורך גר ותושב »

גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:עס איז קלאר אז זיי ווילן נישט אז אוטרעמאנט זאל פארוואנדלט ווערן אין א געטא. עס איז נישט קיין ספק אז ווען מען קען בויען שילן אויף א גאס רעכט און לינקס וועט עס ביז צוואנציג יאר ווערן אנגעפילט מיט שילן און אוטרעמאנט וועט פארשווינדן ווערן צו די פרייד פון די ניו יארקער יונגעלייט וואס זענען דא געווארן איידימער, אבער צום באדויערן פון די לאנג יעריגע אוטרעמאנטער איינוואוינער.

האט דען מאנטריאל גענוג מתפללים פאר נאך שולען ?

סאיז שוין דא 2 סאטמער 2 וויזניץ

3 וויזניץ
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך רעד פון צוואנציג דרייסיג יאר ארום.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מושב זקנים: ביטע זיי נישט אזוי שטארק מלמד זכות אויף די פארשאלעטענע, אנטיסעמיטישע פראנצויזישע גויים. זיי מיינען דא קיינעם'ס טובה נישט, נאר פשוט ענג צו מאכן פאר די אידעלעך. ביי א יעדע געלעגנהייט וואו זיי קענען נאר פארטשעפענען זיי זיך מיט די אידן, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.

נאר א קליינע סעמפל פון די זאכן אויף וואס זיי האבן זיך אנגעטשעפעט: דער אידישער באס וועלכער פארט פון ניו יארק קיין מאנטריאל. אויף דעם האבן זיי זיך אויך אנגעטשעפעט, אז ס'איז נישט לעגאל אז ער זאל סטאפן אינמיטן די גאס און ס'שטערט טראפיק. און ווען די אידן פארברענען דעם חמץ ערב פסח מאכן זיי אויך צרות. און אייביג דעקן זיי זיך מיט'ן געזעץ. די באוואוסטע מרשעת, סעילין פארזשעי ימ"ש, וועלכע איז אין סיטי קאונסיל, פארטשעפעט זיך אייביג מיט די אידן וועלכע פארן ארום טראגן משלוח מנות אום פורים בייטאג, און זי רופט אייביג די פאליס אויף די אידן. דאס לעצטע מאל האט איר די פאליס אוועקגעפיהרט (נישט ארעסטירט) אז זי זאל זיך נישט ווייטער פארטשעפען מיט די אידן...!

אויך ווען באבוב האט געוואלט פארגרעסערן דעם ביהמ"ד און ארויסבויען אין זייער אייגענעם הויף, האטציך אן אנדער אנטיסעמיטישער גוי פארטשעפעט און ער האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע אז די שטאט זאלל צוריקציען איהר פערמיט.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען מ'נוצט אויס די פראטעקציע זיך צו שלאגען וועגען דער סוכה געזעץ, וואס מיין ווייב וואלט זייער געוואלט אין לעיקוואוד אויך (צומאל שלעפ איך ביז חנוכה), קען מען זיך נישט שלאגען אויף עכטע זאכען.
און ווען מ'איז צוואנציג פערצענט פון די פאלק און מ'קען נישט האבען קיין השפעה אויף די וואלען, צייגט עס אויף אן אנדערע פראבלעם.


גענומען פון דא

אנגעהויבן האט זיך עס ווען דער אלעמען באקאנטע מרשעת סעלי"ן פארזשע"ט איז ערוועלט געווארן אלץ סיטי קאונסלער פאר אפאר יאר צוריק און זייט דעמאלטס טיילט זי אויס צרות פארן היימישן ציבור ווי אימער, א שטייגער ווי סקול באסעס, פורים מאבילס, שריפת חמץ, עירוב (ווי זי האט ברוב חכמתה מסביר געווען אז ווען איינער פליט מיט א קייט קען זיך עס איינהאנקערן אין די עירוב), הכנסת ספר תורה, וואס זי האט אלעס דורכגעפירט אין נאמען פון געזעץ.ווי אויך האט זי דורכגעפירט א ספעציעלע געזעץ פאר סוכות אז א סוכה טאר נישט שטיין פאר מער ווי פופצן טעג מיטן אויסרייד אז ס'איז א פייער העזערד און נאך פארשידענע לעכערליכע תירוצים.

אפגערעדט אז די אלע אידן וואס זענען אוועקגעפארן אויף האלב יו"ט אדער שוואכע מענטשן אדער סתם פארנומענע אידן האבן נישט געקענט נאכקומען די רעגולאציעס אפקאסטנדיג שווערע געלטער אין טיקעטס יעדע יארץ

פארשטייט זיך אז פארזשעט איז ארומגעלאפן כאפן בילדער און אריינגערופן מיט קאמפלעינס

ווען מרת מינדי פאלאק איז ערוועלט געווארן פארגאנגענע ווינטער אלס סיטי קאונסלער האט זיך די מצב אביסל געטוישט, ס'הייסט אז נייע געזעצן האט מען מער נישט געמאכט אבער יעדע מאל וואס זי האט פרובירט צוריקצודרייען איינע פון די אלטע האט פארזשעט (וואס האט דאסמאל געווינען מיט בלויז 11 וואוטס) איר געשטערט מיט אלע מיני אופנים.

למעשה דא האט די אדמיניסטראציע פון די סיטי געבעטן א טויש, ווייל היות עס איז נישטא קיין באשטימטע צייט נאר יעדער קען אויסשטעלן די 15 טעג וויאזוי איהם שמעקט ממילא ווילן זיי אז ס'זאל זיין א באשטימטע צייט און אדאנק דעם זאל מען צולייגן טעג 7 טעג פאר יו"ט און זיבן טעג נאכ יו"ט.

ווען עס איז געקומען פאר א וואוט אין די קאונסיל האט פארזשעט געטענהט אז גערעכט ס'דארף זיין א פיקסד עמאונט אבער צו וואס צולייגן טעג זאל מען עס לאזן אויף 3 טעג פאר סוכות און דריי טעג נאכדעם, צוליב געוויסע סיבות האט די מעיאר מיט נאך א קאונסיל מעמבער געוואוט מיט פארזשעט.

היות דער סוכות געזעץ איז א חלק פון א זאונינג געזעץ (פרעג מיר נישט פארוואס) דארף מען מאכן א פאבליק הירינג פאר ממאכט עני טויש, וכך הוה מען האט פאררופן א מיטינג דעם פארגאנגענעם מיטוואך אקטאבער 29 די אפיציעלע טעמע איז געווען צו מ'זאל מאכן דריי טעג בעפאר און 3 טעג דערנאך אדער לאזן פופצן טעג ווי ביז איצט.

אנקומענדיג צו די פאבליק הירינג האט זיך ארויסגעשטעלט א גאר אינטערעסאנטע זאך, די זאל איז געווען געפאקט מיט גוים אפשר 20 פון זיי אקעגען אידען די איבעריגע האבן זיך אלע אנגענומען לטובת דעם חרדישן ציבור, דאס איז אלעס אדאנק קאונסיל פרוי פאללאק מיט איר ארגאניזאציע FRIENDS OF HUTCHISON און נאך חשובע עסקנים וואס לייגן אריין גרויסע כוחות צו מאכן א דייעלאג צווישן די שכנים און זיך פארשטיין איינער דעם צווייטן.

עס איז פשוט געווען אינטערעסאנט צו זעהן ווי איין גוי נאכן צוויטן שטעלט זיך אויף רעדן און פארלאנגען מזאל געבן 7 טעג פארדעם און נאכדעם אזויווי דער אריגינעלער פלאן נאכפאלגנדיג מיט מעכטיגע אפלאדירונגען בעת די פאר גוים וואס האבן גערעדט קעגן האבן פארלאנגט אינגאנצן צו פארבאטן סוכות נאכפאלגנדיג מיט אפאר גוים'ס אפלאדירונגען, די רעדעס לטובתינו איז געווען צו די זאך משא"כ די רעדעס פון די קעגנערס איז געווען בלויז האס אן קיין שום נארמאלע סיבה, איינע פון די גוים האט קאנפראנטירט פארזשעט זי זאל איהם זאגן איין נארמאלע סיבה, איר ענטפער איז געווען סתם געמאלן וואסער רעדניג ארום די נושא אהן געבן א תירוץ. איינע פון די גוים איז געווארן ארויסגעפירט פארן באשולדיגען די סיטי מיט אנטיסעמיטיזעם.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שושן פורים: ייש"כ פאר ברענגען די פאוסטערס און האלטן דעם עולם אינפארמירט.
ס'איז לא יאומן כי יסופר. ממש אומגלויבליך אז אין יאר 2015, אין א לאנד וועלכעס האט א דעמאקראטישע רעגירונג וועלכע וויל בדרך כלל נאכקומען אלע פארלאנגען פון זיין פאלטיקלי קארעקט, זאללן קענען קומען א פאר אנטיסעמיטן , הויפטזעכליך פרומע קאטאליקן, מיט די שטילע שטיצע און גוטהייסונג פון זייערע גלחים, און פרובירן אויף אלע מעגליכע אופנים ענג צו מאכן פאר די אידישע איינוואוינערס פון אזא גרויסע און בליענדע שטאט ווי מאנטריאל.
מ'רעדט דא נישט פון אן איינצעלנעם פאל וואו עפעס א צודרייטער גוי'אישער אנטיסעמיט האטציך פארגלוסט צו אויסדרוקן זיין האס פאר די אידישע איינוואוינערס פון די שטאט און זיי פרובירן צו אונטערדרוקן. ווייל ס'איז דא נישט דער שמועס נאר פון די צודרייטע, איינזאמע שיקסע סעילין פארזשעט. אדער פון דעם האלב-צודרייטן ליידיגגייער, און אויבער חכם, פיער לא-סערט, ימ"ש. וועלכע האבן נישט עפעס בעסערס צו טון מיט זייער לעבן ווי נאכקוקן די אידן און זיי פארשעמען און דערקוטשען. זיי זענען נאר די שלוחים. מ'זעהט קלאר, אז אפילו די פארזיצערין פון די סיטי קאונסיל, וויאזוי זי האט געענטפערט פאר מר. מאיר פייג, און פאר מר. מענדי שטערנפעלד. מיט וויפיל צינישקייט און רשעות. און זי האט נאך געמאכט דעם שיינעם פנים אז אלעס איז נאר צו איינהאלטן די געזעץ...! מ'קען פארגלייכן דעם מצב פון די אידן אין מאנטריאל היינט צו טאג צו דעם מצב אין וואס די אידישע באפעלקערונג אין פוילן האט זיך געפונען אין די 30'ער יארן. ווען די אזוי-גערופענע דעמאקראטישע רעגירונג איז ארויסגעקומען א יעדן טאג מיט נייע גזירות און באגרעניצונגען אויף די ארטיגע אידן. און אין יאר 1937 האבן זיי אויסגערופן א פולן באיקאט אויף די אידישע סוחרים...דאס אנטיסעמיטיזם וועלכעס איז טיעף איינגעזאפט ביי די פרומע קאטאליקן (פון וואס 90% פון די פראנצויזישע באפעלקערונג באשטייט.) קומט יעצט צום אויבערפלאך. פארשטייצעך מיט א דעמאקראטישן פנים. אבער זייער ציעל איז די אונטערדריקונג פון די אידישע באפעלקערונג...!
פארשפארט