ר' איד, פוי ס'איז עקעלדיג! - נאטיצן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3749 מאל

ר' איד, פוי ס'איז עקעלדיג! - נאטיצן

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

1.

ס'טאג איז פארביי, איך האלט נאך א טאג הורוואניע, אפ'געהאסלט שעות צו ברענגן ברויט אין שטוב. שוין געווען אינדערהיים פארברענגן מיט די קינדערלעך, עסן סאפער און באדן די קליינטשיקס. טעגליך רייס איך מיר אראפ א שעה אנדערטהאלבן צו גיין אין ס'מדרש צו ווארפן גאט'עניו זיין חלק, לערנען די געבאטן זיינע. איך האב א געוואלדיגע געשמאק ווען איך ווארף זיך אריין כאטש פאר א וויילע אינעם אייביגן לעבן, פארגעסענדיג פונעם ארום וואס באשטייט בלויז פון עטליכע שעות, דער חיי שעה.

די סוגיא הייבט אן קאכן מיט א חיות און ברען, די טענער הייבן זיך צומאל אזש עס איז לכל הדיעות א מצב פון יד סולדת. דער רמ"א אין תורת חטאת איז משער, אבער די ט"ז פארשטייט אינגאנצן אנדערש, דער פתחי תשובה ברענגט צו א שאלה צום צמח, אבער לייגט אויך צו פונעם כרתי דר' יונתן וואס איז לגמרי אנדערש. אה, ווען די ערלה'פולע גוים וואלטן געוויסט די געשמאק דערפון וואלטן זיי זיך אלע דעם ערלה אראפגעפליקט, און דאס גאנצע ווייבער שול אונזערע וואלט געשטאנען אין א שורה ביים רב זיך צו טרענסגענדערן...

הכלל, נאכצוקוקן א שטיקל אין טור בין איך צוגעגאנגן צום שראנק און אויפגעמישט א בבא קמא גמרא, און איך האב שיעור אויסגעבראכן אין א הילכיגע אויסברוך -ניין, נישט פון פרייד, נאר- אויסברוך מיטן פשוטע משיבת נפש טייטש, אויסברעכן די סאפער פון די לעצטע חודש, גרויליג! נישט מער און נישט ווייניגער שלענג! פשוטע שלענג! אזאנע געשלענגעלטע ברוין קאלירטע האלב טויטע שלענג.

יא יא, די חזיר וואס די ביסט, איך זע דא גאנצע בערד, ברוינע שווארצע ווייסע ארענדזשע קוקן קוקט אויס ס'געהערט צום תחש מיט די אלע סארט קאלירן. לאנגע קורצע מיט קניפן אן קניפן ווי שלשלת געדרייטע.

גענומען די לענגסטע הארל פון מארדע, גענומען 'פלאסן' דיינע ציינער, אויסגעקראצט די ווייסע שימל וואס זענען קווארטירט צווישן דיינע גומען, איז דער ספר די איינציגסטע פלאץ אפצוהיטן דאס הייליגס? דארף יעדער ספר אויסקוקען ווי א מקוה מיט הינדערטע האר-פישלעך וואס שווימען זיך ארום ווי נקדימון בן גוריון אינעם ברינען? איז יעדער ספר דיין פובליק מיסט קאסטן?

אי משום מנהגא דהייליג שמייליג, נו, זאל מען מייחד זיין איין ספר אין יעדער שוהל'כל ווי דארטן וועט זיין מיוחד פאר יעדער וואס האט אן אויסגעפליקטע גבחת ווי ער זאל אריינלייגן זיין אויסגעפליקטע סחורה.

איך מיין נאך אזאנע געפונסן לייגן זיך אלע גוים צוריק די גע'מהול'טע שטיקל און אלע פרויען מאכן ווייס ווערסע אויפן טרענסגענדעריי...

ר' איד, פוי ס'איז עקעלדיג!

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר