בלאט 1 פון 1
פראבלעמען פון לה"ק אין ווינדאו"ס
נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 5:51 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב א פראבלעם אין אוטלו"ק outlook. אפשר קען מען מיר העלפען.
ווען אימער איך באקום אן אימייל וואס האט א פאר אותיות אין לה"ק אין מיט'ן א שורה, פארדרייט עס די גאנצע שורה. טאמער מ'האט א גאנצע שורה פון לה"ק, בלייבט עס גלייך. אבער ווען ס'איז אין מיט'ן א שורה פון ענגליש, אדער ס'ההאט א סימבאל אין דערמיט, אזוי ווי א שטרעכעל אדער צוויי שטרעכלעך וכיו"ב, הייבט זיך אן די שורה פון דאס ניי, און אזוי איז אלס פארדרייט און איך דארף אליינס חשבונ'ן וואס ס'שטייט דארט.
טאמער איינער ווייסט וואס מ'קען טוהן דאס צו טוישען, יהא שכרו כפול מן השמים.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 7:10 pm
דורך שמעקעדיג
דו מיינסט די פראגראם אוטלוק פון מייקראסאפט? (לאפוקי outlook.com)
אויב יא, גיב איבער וועלכע ווערסיע ווינדאוס און אוטלוק דו נוצט.
Re: פראבלעמען פון לה"ק אין ווינדאו"ס
נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 7:50 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יא. איך נוץ outlook 2010 אבער איך פלעג נוצען outlook 2013 מיט די זעלבער פראבלעם. Outlook 2016 האב איך נאך נישט פראבירט.
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:41 am
דורך שלום על ישראל
האסט שוין געסעט דיין לאקאל (Locale)?
Open Regional and Language Options by clicking the Start button , clicking Control Panel, clicking Clock, Language, and Region, and then clicking Regional and Language Options. Click the Administrative tab, and then, under Language for non-Unicode programs (System Locale), click Change system locale.
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 1:51 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יא יא, שוין געטוהן, און ס'העלפט ניט
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 11:46 pm
דורך פאלענד ספרינג
פון מיין עקספיריענס מיט אוטלוק איז גארנישט דא וואס צו טוהן חוץ אריינקאפיען דעם גאנצן אימעיל אין ווארד און עס ליינען דארט (מאך זיכער אז ס'איז רייט טו לעפט נאכ'ן פעיסטן אין ווארד).
Re: פראבלעמען פון לה"ק אין ווינדאו"ס
נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 7:51 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האלט אין מיט'ן דרוקען א ספר אין וואורד. ווען איך מאך א.תוכן העניינים, באמערק איך אז די נומער'ן פון די דפים שטימען נישט. לאחר העיון האב איך געכאפט אז הגם אז אין די ספר זענען די נומער'ן אויסגעשטעלט נארמאל, דער תוכן העניינים מיינט אז ס'איז אויסגעשטעלט אויף אן אנדער'ן אופן (אין page numbers >options איז פארהאנען פארשידענע חשבונות וויאזוי צו ציילען די דפים, עי"ש) און איך קען נישט טרעפען די לאך פארוואס וואורד מאכט די גרייז
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk