אין נאמען פון...

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

אין נאמען פון...

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

אין נאמען פון... ליבעראליזם
קען מען בארעכטיגן מארד

אין נאמען פון... דעמאקראטיע
קען מען רודפ׳ן דאס מענטשהייט

אין נאמען פון... פלארעליזם
קען מען אויסראטן קעגנער

אין נאמען פון... פרייהאט
קען מען איינצוימען פרידן

אין נאמען פון... געטליכקייט
קען מען גרינגער זינדיגן

אין נאמען פון... גערעכטיגקייט
קען מען פארשפרייטן אומרעכט

אין נאמען פון... פארשריט
קען מען אונטערגראבן פונדאמענטן

אין נאמען פון... הייליגקייט
קען מען זיך טינקן אין פראסטקייט

אין נאמען פון... חכמה
קען מען באגיין גרעסערע טפשות

אין נאמען פון... העכערקייט
קען מען זינקן גאר טיף

איך האב קיין נאמען,
ווייל מיין נאמען קען איך גרינג טוישן,
מיינע מעשים, נישט.

לא המדרש עיקר, אלא המעשה.
כאן, חבל טבור הארץ.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

WOW דיר נישט גיזעהן דא פאר 7 חדשים Welcome back
זייער שטארק!!!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך רייב מיר מיינע אויגן, זייט די גנדי סומאטוכע האט מען דיר נישט דא געזעהן און יעצט האסטו געמאכט אזא קאמבעק, יישר כח.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

Re: אין נאמען פון...

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין נאמען פון פאעזיע, קען מען צוריקהאבן @קינד אן קייט,
(אקעי דאס איז יא גוט...)

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
פארשפארט