טול קיסם - טול קורה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
טול קיסם - טול קורה
איז ער פון די פני הדור,
מרחיקין ממנו כהרחקת השור,
אויף איהם שטייט פגיעתן רעה,
אפי' כשאין משחקת לו השעה.
מ'דארף איהם שטיצן,
ער זאל חלילה נישט שוויצן,
לאזט זיך קאסטן פאר א ברכה,
אבער אין תורה ואין עמה מלאכה.
דאס האנט האט קיין האמער בארירט - אויסער ביים מזוזה,
דאס קאפ האט קיין צורתא דשמעתא - נאר א צורתא דזוזא,
דאס הארץ - האט קיינמאל באגעגנט יענעמ'ס ווייטאג,
דאס מויל - פול מיט ליגנט נישט נאר ביז פרייטאג,
א מוכיח בשערים,
אבער וואס איז בחדרי חדרים?
ביי דיינע שמחות - תקנות,
ביי זיינע - קומען די אבות.
[center]טול קיסם? - טול קורה!
ער איז העכער דין תורה,
און הימל ער פליהט,
בשעת דאס הארץ שפריצט בלוט.[/center]
רופן רופט מען זיי מזיקים,
אויסער ביי א מחלוקת פון צדיקים,
בלוט זאל זיך גיסן,
אבי א בלויע בעקיטשע איז נישט צוריסן.
טראכט נישט! נאר דאס נישט!
בלייב אזוי, בלייב צומישט,
אויב פארשטייסטו נישט מיט גוטן,
זעה נאר ווי אנדערע האבן אפגעשניטן.
מעמדות זאלסטו איהם געבן,
וועסטו בלייבן ביים לעבן,
גיי אריבער זיך קוויטלען,
עס אויך פארהאן אנדערע מיטלען.
בניך תעביר למולך באש,
ער דארף האבן גענוג פלייש,
איז ער פאר זיי דארט?
ער האט נישט איבער קיינעם א ווארט.
[center]טול קיסם? - טול קורה!
ער איז העכער דין תורה,
און הימל ער פליהט,
בשעת דאס הארץ שפריצט בלוט.[/center]
איך וועל אבער דא נישט בלייבן שימלען,
איך וועל קערן אלע הימלען,
דאס איז פאר מיר סם,
איך האב נישט דערין קיין טעם.
גאט דארף נישט דיין קראקאדייל טרערן,
ער וויל דו זאלסט יענעמ'ס ווייטאג אויסהערן,
ער האט פיינט דיין מועד און חודש,
עס באמוטשעט איהם דיין עבודת הקודש.
וויין שוין נישט ביי שאלעשידעס,
ארבעט בעסער אויף דיין אייגענע מדות,
פארגעס שוין פון אומ-עקזיסטירנדע ציונות,
לייז אויף דיינע אייגענע פדיונות.
דער אינטערנעט איז דא צו פארבלייבן,
די מציאות מוזסטו קענען דערהייבן,
קענסט אונזער מויל פארשטאפן,
אבער אונזער מוח נישט פאפן.

אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
עס האלט שוין נאנט וואס מען ווען אונזער מויל נישט קענען פארשטאפן
נאך אביסל וועלן די רבנים זעהן אז זיי טיען זיך פאפן.
נאך אביסל וועלן די רבנים זעהן אז זיי טיען זיך פאפן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
הערליך שיין צאמגעפלאכטן גאונות, נבואת-זעם, שווארצע הומאר, אין א שטיקל פאעזיע!
כיהודה ועוד לקרא:
פון קיין גאט, פון קיין בורא,
האט ער גארנישט מורא.
אפאר דאלער איז די סחורה,
פון דעם 'מנורה הטהורה'.
טרעט אויף גופי התורה,
אבער רירט זיך נישט פון מסורה.
אויף אים איז די שכינה שורה?
'נתמלא הבית כולו אורה'?
שרייטס צום שורש פורה:
טול קיסם? - טול קורה!
כיהודה ועוד לקרא:
פון קיין גאט, פון קיין בורא,
האט ער גארנישט מורא.
אפאר דאלער איז די סחורה,
פון דעם 'מנורה הטהורה'.
טרעט אויף גופי התורה,
אבער רירט זיך נישט פון מסורה.
אויף אים איז די שכינה שורה?
'נתמלא הבית כולו אורה'?
שרייטס צום שורש פורה:
טול קיסם? - טול קורה!
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]געוואלדיג געשריבן! מיר האט דאס ספעציעל בארירט ווייל איך האב פונקט יעצט אין די תקופה מיטגעלעבט די רשעות פון אזא איינער אויף מיין אייגענע הויט און איך בין נאך אונטער די רושם דערפון. די פאלגענדע פאר שורות האבן ביי מיר ארויפגעברענגט raw emotions.
.[/justify]

מעמדות זאלסטו איהם געבן,
וועסטו בלייבן ביים לעבן,
בניך תעביר למולך באש,
ער דארף האבן גענוג פלייש,
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
טראכט נישט! נאר דאס נישט!
בלייב אזוי, בלייב צומישט,
אויב פארשטייסטו נישט מיט גוטן,
זעה נאר ווי אנדערע האבן אפגעשניטן.
(@פארוואס)
טרעט אויף גופי התורה,
אבער רירט זיך נישט פון מסורה.
(@אדנירם)
ווער איז דער קומענדיגער ביאליק (אין אידיש)?
בלייב אזוי, בלייב צומישט,
אויב פארשטייסטו נישט מיט גוטן,
זעה נאר ווי אנדערע האבן אפגעשניטן.
(@פארוואס)
טרעט אויף גופי התורה,
אבער רירט זיך נישט פון מסורה.
(@אדנירם)
ווער איז דער קומענדיגער ביאליק (אין אידיש)?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
לשאלת רבים, עטליכע מקורות:
מרחיקין משור תם חמשים אמה ברכות ל"ג ע"א. - וכ"ש שור חכם.
אם ראית רשע שהשעה משחקת לו אל תתגרה בו - ברכות ז' ע"א - ובצדיק אפילו כשאין השעה משחקת.
עם הארץ אימת שבת עליו והוא אומר אמת. ירושלמי דמאי טז, ב - מכלל דת"ח אפי' בשבת משקר.
חדשיכם ומועדיכם שנאה נפשי. ישעיהו א, יד.
היו עלי לטרח נלאיתי נשא. שם.
מרחיקין ממנו כהרחקת השור,
מרחיקין משור תם חמשים אמה ברכות ל"ג ע"א. - וכ"ש שור חכם.
אפי' כשאין משחקת לו השעה.
אם ראית רשע שהשעה משחקת לו אל תתגרה בו - ברכות ז' ע"א - ובצדיק אפילו כשאין השעה משחקת.
דאס מויל - פול מיט ליגנט נישט נאר ביז פרייטאג,
עם הארץ אימת שבת עליו והוא אומר אמת. ירושלמי דמאי טז, ב - מכלל דת"ח אפי' בשבת משקר.
ער האט פיינט דיין מועד און חודש,
חדשיכם ומועדיכם שנאה נפשי. ישעיהו א, יד.
עס באמוטשעט איהם דיין עבודת הקודש.
היו עלי לטרח נלאיתי נשא. שם.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: טול קיסם - טול קורה
פארוואס? האט געשריבן:לשאלת רבים, עטליכע מקורות:מרחיקין ממנו כהרחקת השור,
מרחיקין משור תם חמשים אמה ברכות ל"ג ע"א. - וכ"ש שור חכם.אפי' כשאין משחקת לו השעה.
אם ראית רשע שהשעה משחקת לו אל תתגרה בו - ברכות ז' ע"א - ובצדיק אפילו כשאין השעה משחקת.דאס מויל - פול מיט ליגנט נישט נאר ביז פרייטאג,
עם הארץ אימת שבת עליו והוא אומר אמת. ירושלמי דמאי טז, ב - מכלל דת"ח אפי' בשבת משקר.ער האט פיינט דיין מועד און חודש,
חדשיכם ומועדיכם שנאה נפשי. ישעיהו א, יד.עס באמוטשעט איהם דיין עבודת הקודש.
היו עלי לטרח נלאיתי נשא. שם.
פארוועים מען ברויך מסביר'ן איז מסתם פון די יושבי חושך, ביטע האב קאנפידענץ און אינז דא אז מיר האבן פארשטאנען יעדע ווינק
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל