אנה אפנה

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

אנה אפנה

שליחה דורך מאטי »

ארז לב ארי - אנה אפנה"

- https://youtu.be/fTRm3nyNpro
געטריבן נאך דיינע געבאטן, טיילווייז.

אבער, אינערליכע רצונות ס'טרייבן מיר.

פארשעמט און דערשלאגן.

איך דערשלעפ זיך צו דיינע טויערן.

די לאנגע נאכט שעות, די איינזאמקייט, די יארן.

און דאס הארץ, אוי! וואס ווייסט קיין מנוחה נישט.

צו בארוהיגן די ברויזענדע כוואליעס.

ביז די בייזע שאטענס טראגן זיך אפ.

פזמון:
וואו זאל איך גיין, צו וועמען זיך ווענדן.

ווען דיין בליק עס דרינגט אריין אין מיר.

וואו זאל איך אנטלויפן, ווי קען איך דיך אויסמיידן.

צווישן ווארהייט און ריכטיגקייט, צווישן הלכה און פראקטיק.

צווישן דעם אמאהל און היינט.

צווישן דעם אפענע און דאס באהאלטענע.

צווישן די וועלט און יענע וועלט.

---------------------


איך יאג נאך דיינע געבאטן, טיילווייז.

אבער, א תשוקה, אוי! ס'ברענט געוואלדיגער ווי דאס טויט.

נישט צום דערטראגן, ווי הערליך.

די לאנגע נאכט שעות, די איינזאמקייט, די לויפנדע יארן.

און דאס הארץ, אוי! וואס ווייסט קיין מנוחה נישט.

צו בארואיגן די ברויזענדע כוואליעס.

ביז די בייזע שאטענס טראגן זיך אפ.

קער זיך אום צו מיר...

פזמון:
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שטארק, גאר שטארק!
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט