בלאט 1 פון 1
שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 10:46 am
דורך רושם
דיע קורצע שבת טעג איז א טאטאלע דיזעסטער פאר מיר,איך געב מיך נישט קיין עצה מיט די סדר היום.
לאור זאת וויל איך פרובירען דאווענען זיבען דרייסיג אכט אזייגער,אזוי האב איך נאך עפעס צייט צו אטעמען אוכט.
אויב איינער וויל זיין לאחיעזר,ביטע ציוויסען טוהן ווי מקען טרעפן א פריע מנין שבת אינדערפרי און בארא פארק.
יא איך ווייס פון שומר שבת בעיסמענט 8 אזייגער מנין,ווי סדאווענען א צאהל קערעקטערס פון שטאט,איך זיך עפעס בעסערע אפציעס.
Re: שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 11:07 am
דורך ירא שמים
סטאלין
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 11:15 am
דורך רושם
צייט ?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 11:22 am
דורך הירשל ציג
כמדומני אז זיי דאווענען אן ערך 8 אזייגער (לעולם)
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 11:24 am
דורך ליפא
אין אלע ברסלב שולן דאווענט מען פרי
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 11:45 am
דורך שמעקעדיג
סתם נייגעריג, פארוואס גיבסטו זיך נישט קיין עצה מיטן סדר היום? וואס נאך טוט מען פון צופרי, אויסער דאווענען, סעודה, און א דרימל?
אויב עפעס, קען מען זומער צעפלאצט ווערן פון אזויפיל צייט אין די לאאאאנגע נאכמיטאג'ס. אויב לערנט מען נישט, איז די צייט זייער לאנגווייליג.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 11:54 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לעיקוואוד מנין האט א פריער מנין. אין ישיבת שערי ישר פלעגט זיין א נוסח אשכנז מנין אום שבת, איך ווייס נישט צו ס'גייט נאך אן. אין קהלת 'וצבי הערש' לעבען אמונת ישראל דאווענט מען יעדען טאג כוותיקין. די אלע דאווענען נוסח אשכנז, און די לעצטע איז גאר כמנהג הגר''א.
Re: שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 12:25 pm
דורך mevakesh
אינטערעסאנט איך זיך א מנין 11 אזייגער 9 איז צו פרי ..
Re: שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 12:26 pm
דורך גר ותושב
mevakesh האט געשריבן:אינטערעסאנט איך זיך א מנין 11 אזייגער 9 איז צו פרי ..
א צוועלעווער איז נישט גענוג? וויפיל איז די שיעור צו שלאפן?
Re: שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 12:29 pm
דורך mevakesh
קיינמאל נישט גענוג שינה בשבת תענוג
Re: שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 12:38 pm
דורך ירא שמים
ער וויל לערנען, קענישט זיין?
Re: שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:01 pm
דורך גר ותושב
ירא שמים האט געשריבן:ער וויל לערנען, קענישט זיין?
קען ער דאווענען פרי און לערנען נאכמיטאג חוץ טאמער ער וויל דוקא לערנען פארן דאווענען קען ער אויך אויפשטיין פרי דאווענען און זיך צולייגן נאכמיטאג
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:01 pm
דורך רושם
שמעקעדיג האט געשריבן:סתם נייגעריג, פארוואס גיבסטו זיך נישט קיין עצה מיטן סדר היום? וואס נאך טוט מען פון צופרי, אויסער דאווענען, סעודה, און א דרימל?
אויב עפעס, קען מען זומער צעפלאצט ווערן פון אזויפיל צייט אין די לאאאאנגע נאכמיטאג'ס. אויב לערנט מען נישט, איז די צייט זייער לאנגווייליג.
איך דארף אייגענע צייט א יעדן טאג און בפרט שבת
דאווענען,דרימעל,סעודה, איז נישט קיין אייגענע צייט.
וואס איך טוה ווען איך האב אייגענע צייט ?
אמאל לערנען,אמאל ליין איך א בוך,אמאל טראכט איך עפעס אדורך,און אמאל קלאץ איך מיט א געשמאק,און אמאל פארווייל איך מיט די ווייב צו מיט די קינדער,צומאל טשיל איך מיט א שכן.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:06 pm
דורך רושם
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לעיקוואוד מנין האט א פריער מנין. אין ישיבת שערי ישר פלעגט זיין א נוסח אשכנז מנין אום שבת, איך ווייס נישט צו ס'גייט נאך אן. אין קהלת 'וצבי הערש' לעבען אמונת ישראל דאווענט מען יעדען טאג כוותיקין. די אלע דאווענען נוסח אשכנז, און די לעצטע איז גאר כמנהג הגר''א.
איך האב גארנישט קעגן נוסח אשכנז,אדער נוסח גר״א,איך זיך אבער צו דאווענען מיט לייכטערע מענטשען.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:07 pm
דורך Kool man
ברסלב 16, ותיקין אויף 51
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:23 pm
דורך ירח בן יומו
אין די ספרדישע שול איז דא א 6:30 מנין
אין גער דאווענען זיי אויך פרי. איך מיין 7:30 אלעמאל.
Re: שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:42 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לעיקוואוד מנין איז מסתמא שווערע מענטשען, וותיקין איז דאך וותיקין (וכידוע מפרק שירה - משוגעים אומרים: ייראוך עם שמש). אבער שערי ישר איז דוכט זיך א גרויסע ליידיגער צימער. איך האב איין מאל אין לעבן געוויילט שבת אין ב.פ. אין תשס''א, אבער אזוי געדענק איך.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 3:37 pm
דורך שמעון וואלף
שומרי אמונה אויף 14 און בני יהודה אויף זעכצן פלעגן האבן א זיבענער מנין. דאס ווייס איך פון אפאר יאר צוריק איך בין נישט זיכער אויב עס גייט נאך אן
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 4:14 pm
דורך berlbalaguleh
Kool man האט געשריבן:ברסלב 16, ותיקין אויף 51
וותיקין: זאלל דער אייבישטער אפהיטן. כ'האב אמאל געדארפט גיין צו א שבת'דיגן ברית אין צווייטן עק שטאט (עוו. זי...) האביך געדאוונט וותיקין. 3שעה מיט 15 מינוט. מ'קען צופלאצט ווערן. ספעציעל ווען מ'איילט זיך...!
Re: שבת אינדערפרי פריע מנינים בארא פארק
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 14, 2015 8:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
געווענדליך שלעפט מען נישט ביי וותיקין מניינים. ס'איז געמאכט פון אנגעזעצטע מענטשען, עלטערע בחורים אדער מענטשען וואס פארגעטערען דער סעקונדע פון וותיקין. אלע אנדערע זאכען זענען טפלים. אפשר האסטו זיך אנגעשטויסען אין א קבוצה עובדים וואס פראבירען אריינצולייגען וותיקין אינ'ם קארב פון עבודות. איך הער אז אין 'וצבי הערש' ענדיגט מען ר''ה ארום עלעף אזייגער, אנהייבענדיג ארום פערטעל פאר זעקס.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 14, 2015 11:08 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:געווענדליך שלעפט מען נישט ביי וותיקין מניינים. ס'איז געמאכט פון אנגעזעצטע מענטשען, עלטערע בחורים אדער מענטשען וואס פארגעטערען דער סעקונדע פון וותיקין. אלע אנדערע זאכען זענען טפלים. אפשר האסטו זיך אנגעשטויסען אין א קבוצה עובדים וואס פראבירען אריינצולייגען וותיקין אינ'ם קארב פון עבודות. איך הער אז אין 'וצבי הערש' ענדיגט מען ר''ה ארום עלעף אזייגער, אנהייבענדיג ארום פערטעל פאר זעקס.
ליטוואק פון בודאפעסט: דער הרב געווירץ שליט"א פון מנין וותיקין איז א ספעציעל געהויבענער איד, אן עובד ה'. ס'איז טאקע זייער שיין אז מ'דאוונט במתינות, וואס איך האב געוויינליך זייער שטארק ליעב. אבער ווען כ'האב מיך געאיילט צו ענדיגן דאווענען און עסן די סעודה פאר איך לאז מיך ארויס אויף א לאנגן וועג, ביניך צופלאצט געווארן פון דעם שטאאטן דאווענען און קריאת התורה...!