נייער בוך וועגען דעפרעסיע: Calling Out To You
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
נייער בוך וועגען דעפרעסיע: Calling Out To You
אן אינטערסאנטער כשר אין אויסגעהאלטן ביכל בנושא פון סייקאלאדזשי בייארבעט דורך א שרייבער מיט'ן נאמען תהילה עדעלמאן וואס דער מטרה פונם בוך איז אויף צי עפענען די אויגן פאר די וואס ליידען אויף דעפרעשען אין ענקזייאטי ועוד, ווי אויך פאר זייערע באקאנטע, דורך ארויסברענגען אמיתת הדברים ומציאתם וואס איז דער בעסטער אויפן אין מיטל אויף צי טוהן אין דעם פראבלעם.
נאך'ן דורך ליינען זע איך דעם תוכן פין דעם בוך אויף דעם אופן. עס אינהאלט אין זיך בעיקר דריי חלקים וואס ווערען איבער געחזר'ט אין א יעדען פרק אדער עטליכע פרקים כדלהלן:
א) די קשר פונם מענטש וואס ליידט מיט'ן באשעפער. זי ברענגט ווארימע דברי חיזוק פין פארשידענע מקורות אין שרייבערס וואס העלפט צי האבן די ריכטיגע פערספעקטיוו כלפי שמיא בפרט בשעת א קלעם אויף זייער א פארשטענדליכן אופן. אבער אין דיע חלקים ליגט נישט דער עיקר חידוש ווייל היינט איז ב"ה דא זייער אסאך ספרים אין ביכער וואס ברענגען ארויס די ריכטיגע השקפה אין מהלך החיים בשעת צר.
ב) די פערזענליכע איבערלעבנישן פון מענטשן וואס זענען דורך די שווערע תקופות דורך ליידן אויף דעפרעסיע, ענקזייעטי אד"ג, קלאר ארויסגעברענגט די ווייטונגען אין אויך די וועגען ווי אזוי זיי האבן זיך אן עצה געגעבען דערמיט. אין דעם ליגט דער שפיץ פון דעם בוך, ווייל דאס איז דער ציל פין דער ארויסגעבער אויף צי עפענען די אויגן פין דער וואס ליידט צי זען קלאר זיין מצב ובפרט אין די היינטיגע צייטן וואס עס ווערט ציביסלעך מער אן אמגענימענע אין נארמאלער זאך אז מ'זוכט פראקטישע עצות זיך צי היילן.
ג) פרקים געשריבן דורך פערפעשינאל סייקאלאדזשיסטס אין טעראפיסטס וואס באהאנדעלען רוחניות'דיגע אין גשמיות'דיגע מהלכים ווי אזוי צי ציגיין אין אדרעסירן די שווערע פראבלעמען. אזוי ווי זייער פעלד איז זייער א ברייטער, ווערט דא צאמגענומען פארשידענע מעטאדס פין טעראפי, אסאך אנגענימענע מהלכים אין אמאל זייער אנקאנווענשינעל מעטאדס.
סיכום: דער בוך איז א דבר חדש אין דעם נושא, זייער שיין געשריבן, אין בעיקר א פראקטישער חיבור וואס קען אסאך אויפטוהן. עס האט הסכמות אין אנהייב אין אויך גוטע ריסארסעס צום סוף.
http://www.menuchapublishers.com/callin ... o-you.html
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
איך וואלט געוואלט הערן, זעען reviews פין מענטשן וואס זענען געווען ערענסט דיפרעסט און זענען ארויסגעקארכן דערפין דארך דעם בוך
זאכן וואס רעדען צו דיר מיז נישט רעדען צו איינעם וואס איז דיפרעסד.
זאכן וואס רעדען צו דיר מיז נישט רעדען צו איינעם וואס איז דיפרעסד.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: נייער בוך וועגען דעפרעסיע: Calling Out To You
דאכט זיך אז קיינער קריכט נישט ארויס פון דעפרעסיע דורך א בוך פארט מאכט דאס נישט אוועק א גוטער בוך אין דעם נושא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
איך גלייב נישט אז דער שרייבר פין די בוך איז מודה צו דיר.
איך בין אויך נישט זיכער אז איך עגרי אינגאנצען מיט דיר.
נאך אלעם, איז talk therapy און (כמעט) אלע אירע פארמען, א מהלך וואס דער מענטש באקימט א נייער דערהער וואס ער האט ביז יעצט נישט דערהערט (קאנשעסלי אדער סוב-קאנשעסלי) ביז אהערת איז פארוואס זאל דאס א בוך נישט קענען מאכן?
מען קען נישט אוועק מאכן די self help אינדעסטרי אזוי מיט א מאך מיט די הענט
פאקט איז אז דאס האט שוין געהאלפען פאר מיליאנע מענטשן
פארשטייט זיך ס'דארף זיין געשריבן אויף א וועג וואס זאל רעדען צום באטרעפענדער, וואו למשל טרעפן דער מענשט דארט וואו ער איז יעצט אין דארף אויך קענען האלטען דעם מענטש געשפאנט אז ער זאל נישט ארפלייגן דעם בוך
איך בין אויך נישט זיכער אז איך עגרי אינגאנצען מיט דיר.
נאך אלעם, איז talk therapy און (כמעט) אלע אירע פארמען, א מהלך וואס דער מענטש באקימט א נייער דערהער וואס ער האט ביז יעצט נישט דערהערט (קאנשעסלי אדער סוב-קאנשעסלי) ביז אהערת איז פארוואס זאל דאס א בוך נישט קענען מאכן?
מען קען נישט אוועק מאכן די self help אינדעסטרי אזוי מיט א מאך מיט די הענט
פאקט איז אז דאס האט שוין געהאלפען פאר מיליאנע מענטשן
פארשטייט זיך ס'דארף זיין געשריבן אויף א וועג וואס זאל רעדען צום באטרעפענדער, וואו למשל טרעפן דער מענשט דארט וואו ער איז יעצט אין דארף אויך קענען האלטען דעם מענטש געשפאנט אז ער זאל נישט ארפלייגן דעם בוך
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
כו"ע מודי אז א בוך היילט נישט, אפגעזען ווי גוט עס איז געשריבן און ווי שטארק ער טרעפט צו דעם אמת. ווען א מענטש גייט דורך אן ערענסטע דעפרעשען דארף ער א באזוך ביים סיקייאטריסט, נישט ביי עמעזאן אדער בארנס ענד נאבל. און א סקייאטריסט וואס געט נאר מעדיקעשען אליינס העלפט על פי רוב אויך נישט גענוג, ווייל מען דארף היילן די גייסטישע פראבלעם אויף א גייסטישן אופן, און פארדעם דארף מען צוקומען צו טאלק טעראפי, אדער אנדערע אופנים, און וואס מער אלס בעסער, ווייל אזוי קריכט מען אריין צום שורש פונ'ם פראבלעם. דא קען צונוצקומען א בוך וואס שרייבט אפען און דירעקט וועגען דעפרעסיע, ווייל דאס איז מחזק די מענטש צו אנהייבן זוכען הילף, און אזוי ווייטער ווען ער זוכט הילף און אויך דערנאך ווען ער האט בס"ד דורכגעבראכן דעם פראבלעם, שטארקט עס א מענטש זיך צו האלטן וואך צום ענין דורך א פאזעטיוון פערספעקטיוו.
די פאבלישער שרייבט דאס אליינס, וז"ל:
[left]...This book won't tell you that your suffering is your own fault, that simplistic cures or segulos will solve everything, that after you read this, your pain will magically disappear[/left]
כאמור דער בוך איז זייער א גוטער סעלף העלפ בוק, אבער וואס מאכט עס מער איטערסאנט און נוצבאר פון אנדערע חיבורים איז דאס וואס כ'האב געשריבען אין אות ב' הנ"ל, אז דאס קלאר ארויסברענגען די עקספעריענס און דורכגאנג פון דעפרעסטע מענטשען קען זייער העלפן צו מחזק זיין אנדערע במוחין דקטנות, אריינצונעמען ביי זיך אין קאפ אז עס געשעט ביי אנדערע אויך, און אז די עצה איז צו זען דער אמת און זיך נישט שעמען און זיך באשולדיגען, נאר צו זוכן הילף בגשמיות דורך פארשידענע אופנים וואס ווערן ארומגערעדט דארט, און צו דעם געבן זיי צו רוחניות'דיגע חיזוק און עצות וואס דאס העלפט פארשטייט זיך נאר ווען דער מענטש איז אין מוחין דגדלות.
די פאבלישער שרייבט דאס אליינס, וז"ל:
[left]...This book won't tell you that your suffering is your own fault, that simplistic cures or segulos will solve everything, that after you read this, your pain will magically disappear[/left]
כאמור דער בוך איז זייער א גוטער סעלף העלפ בוק, אבער וואס מאכט עס מער איטערסאנט און נוצבאר פון אנדערע חיבורים איז דאס וואס כ'האב געשריבען אין אות ב' הנ"ל, אז דאס קלאר ארויסברענגען די עקספעריענס און דורכגאנג פון דעפרעסטע מענטשען קען זייער העלפן צו מחזק זיין אנדערע במוחין דקטנות, אריינצונעמען ביי זיך אין קאפ אז עס געשעט ביי אנדערע אויך, און אז די עצה איז צו זען דער אמת און זיך נישט שעמען און זיך באשולדיגען, נאר צו זוכן הילף בגשמיות דורך פארשידענע אופנים וואס ווערן ארומגערעדט דארט, און צו דעם געבן זיי צו רוחניות'דיגע חיזוק און עצות וואס דאס העלפט פארשטייט זיך נאר ווען דער מענטש איז אין מוחין דגדלות.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
[justify]
דאס איז פין Feeling Good New Mood Therapy by david burns
א בוך וואס איז איבערגעדריט געווארן אויף פיל שפראכן און האט שוין געהאלפען זייער אסך
כו"ע מודי???
[/justify]The good news is that anxiety, guilt, pessimism, procrastination, low self-esteem, and other "black holes" of depression can be cured without drugs. In Feeling Good, eminent psychiatrist, David D. Burns, M.D., outlines the remarkable, scientifically proven techniques that will immediately lift your spirits and help you develop a positive outlook on life
דאס איז פין Feeling Good New Mood Therapy by david burns
א בוך וואס איז איבערגעדריט געווארן אויף פיל שפראכן און האט שוין געהאלפען זייער אסך
כו"ע מודי???
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
הקטן האט געשריבן:דאס איז פין Feeling Good New Mood Therapy by david burns
א בוך וואס איז איבערגעדריט געווארן אויף פיל שפראכן און האט שוין געהאלפען זייער אסך
כו"ע מודי???
איך האב עס געליינט אין ס'איז זייער יסודות'דיג ביך ווי אויך א בעסט סעלער, אבער ס'איז נישט די מערסטע יוזער פרענדלי זייענדיג געשריבן אביסל צי בעיון אז מ'נוצט די ביך בנוסף צי גיין צי א טעראפיסט איז עס ווערד זייער א סאך. איך בין נייגעריג וויפיל מענטשן זענען אינגאנצן געהיילט געווארן נאר אויף דעם ביך אליינס
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
איך בין נישט דער גרעסטער חסיד פין דעם בוך, איך האב דאס נאר געברענגט אלס א דוגמא - איך בין פויל יעצט אפירצוזוכען, אבער אויב מיין זכרון איז גערעכט שרייבט ער זייער קלאר אז ס'איז דא אסך וואס זענען געהאלפן געווארן נאר מיט דעם בוך.
אני הקטן קען אויך איינעם וואס דער בוך האט געמאכט די ארבעט אויף אים.
אני הקטן קען אויך איינעם וואס דער בוך האט געמאכט די ארבעט אויף אים.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
איך בין היינט נישט דער גרעסטער חסיד פין CBT בכלל - עט ליסט נישט די ערשטע דור CBT
ס'היינט דא פיל מער און בעסער
אויב ביסטו אינטערעסירט און א בוך פאר layman איבער דעפרעשען וואלט איך ענדערש רעקעמענדירט
The Happenes
Trap
אדער עפעס ענדליך