בלאט 1 פון 4

גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 10:41 am
דורך קאווע טרינקער
וואס ערווארטסו פון גאט צו טוהן ווען א פיינע, ערליכע, איידעלע, וואוילע און גוטע בחור'ל פון 13 יאר, פון א געזונטע גוטע און ערליכע שטוב, קלאפט אן די טירן פון אלע ישיבה-קטנות אין עיר הגדול בארא פארק, און וויינט בתחנונים "איך וויל לערנען תורה פון א רבי", "איך האב ביז יעצט געלערנט פיין, און וויל ממשיך זיין על דרך התורה", "איך וויל נישט זיצען ליידיג א גאנצען טאג", איך וויל.... לערנען!" - און די ענטעפער איז "ניין", "נישט ביי מיר"! "מ'נעמט שוין נישט אריין", "גיי צו א צווייטען"?

אזוי גייט אדורך איין טאג, נאך א טאג, דריי טעג, א וואך, איין וואך, צוויי וואכן, "פינף וואכן"!!!! און דער בחור'ס אויגעלעך זענען שוין געשוואלן פון טרערן!! די מאמעס תהילים איז שוין אויפגעבלאזן און די טאטע וואלגערט זיך אין בעט און שרייט פון יסורים "ר-א-ט-ע-וו-ע-ט"!!!!!!

ס'איז א פחד צו טראכן ווי לאנג גאט וועט זיך איינהאלטן און געבן א שארפע בליק אויף אונזער שטאט!!!

ערשט יעצט האבן מיר געלערנט אין רש"י: על צעקת ריבה אחת, דאס געוויין פון איין ליידענדע מיידלע - זאגט דער "מדרש" - האט מכריע געווען דעם כף חוב וואס האט געברענגט די חורבן הגדול פון הפיכת סדום וכו'.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 10:44 am
דורך אביסעל שכל
ליידער צופיל אבער אפשר עפן די א ישיבה נישטא גענוג ישיבות

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 10:46 am
דורך אביסעל שכל
טיערע בוחיר ביסטי שון אין א ישיבה טאמער נישט כאפ דיך יעצט מיט




ישיבה אהבת התורה

Due to the high demand
We are opening up a second registration drive, beginning on Sunday morning
From 9 Am to 1 pm .
The place to register
Is 1966 63 street
Those interested please
Email yosibenv10@gmail.com
And we will reply to you .

בחורים
Of age 13 and up are welcome.p

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 10:46 am
דורך אביסעל שכל
וואס איז שלעכט מיט דער ישיבה

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 10:47 am
דורך געוואלדיג
איך ערווארט אז דער בחור וועט חלילה בלייבן עלנד ווי א שטיין קיינער וועט אויף זיין זייט נישט קוקן, און די מנהלים און ראשי ישיבות און רבנים וועלן ווייטער שטאפן זייערע טאשן און האבן א גוטן טאג, זייערע ישיבות און מוסדות וועלן ווייטער בומען, די באנק אקאונטס ווערן מער געשוואלן און די חסדים מער אדוק, זיי וועלן ווייטער לעבן א גוט לעבן אהן קין טראגעדיעס און אפילו אן קיין שלעכטע חלומות.

# הסתרפנים

Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 10:55 am
דורך ירא שמים
ווילאנג די גאנצע שטאט איז נישט פאראייניגט און אלע מוסדות פילן אז זיי האבן א אחריות האבן זיי דאך א גערעכטע טענה גיי צו יענעם.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 11:14 am
דורך אחד העם
ירא שמים האט געשריבן:ווילאנג די גאנצע שטאט איז נישט פאראייניגט און אלע מוסדות פילן אז זיי האבן א אחריות האבן זיי דאך א גערעכטע טענה גיי צו יענעם.

וואס רעדסטו נערישקייטן סתם אין די וועלט אריין.
נישטא קיין איין איינציגע סיבה וואס קען לעגעטעמאזירן די וועג וויאזוי בחורים און קינדער ווערן היינט באהאנדעלט בנוגע ישיבות און חדרים.

Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 11:20 am
דורך ירא שמים
איך ברענג ארויס א נקודה ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 11:45 am
דורך געוואלדיג
[tag]ירא שמים[/tag], יעדער איד האט א חיוב אלס לא תעמוד על דם רעיך צו אריין נעמען יעדע בחור (ווילאנג ער מאכט נישט קאליע אנדערע) אין א ישיבה, אבער נאר די וואס האבן א ישיבה זענען סיפק בידם לעשות און פארדעם זענען זיי מחויב, עס איז קיין תירוץ גיי צו די אנדערע.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 11:56 am
דורך אהרן
[tag]ירא שמים[/tag] די זאגסט סה"כ וואס די מנהלי המוסדות זאגן, אבער סאיז זייער נישט ריכטיג, שיין גערעדט, א מרביץ תורה מיינט נישט איינער וואס פאנדרעיזט און געט אראפ א חלק דערפון פאר אכילה לינה ושתייה פאר בחורים מצויינים, דעס איז אפשר גמ"ח...

Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 11:59 am
דורך ירא שמים
הלכות קען איך נישט און איך ווייס נישט ווי ווייט סאיז סיפק בידם, סוכ״ס קען א ישיבה נישט אריין נעמען יעדע בחור וואס וויל אריין, און איך בארעכטיג בכלל נישט די צוגאנג און די הארצלאזיגקייט פון די ישיבות, אבער בעלבאטיש גערעדט, ווען סווען דא א וועד פאר אלע ישיבות און יעדער איז זיך משתתף און מאיז צוזאמען נושא בעול אז יעדער בחור אין שטאט זאל האבן א ישיבה, און יעדער נעמט אריין אפאר שוואכע בחורים וכדו׳ איז איין זאך, היות סאיז נישט אזוי און איינער וואס עפנט א ישיבה קומט ער נישט צושטעלן א נאך א ישיבה פארן שטאט ער קומט נאר מאכן פאר זיך א ישיבה וואס זאל האבן א גוטע נאמען און סזאל זיך אים לוינען, פארוואס זאל ער אריינעמען ווען סלוינט זיך אים נישט?! ובפרט ווען זיינע קאלעגע ישיבות טוען די זעלבע.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 12:02 pm
דורך געוואלדיג
ירא שמים האט געשריבן:פארוואס זאל ער אריינעמען ווען סלוינט זיך אים נישט?!


וואס מיינט לוינט נישט?

Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 12:02 pm
דורך ירא שמים
אזא סארט וועד איז נאך אזוי וויכטיג ווי די איחוד הקהילות אויף טעכנעלאגיע אזוי ווי בר כוכבא האט אמאל אויסגעשמועסט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 12:26 pm
דורך אחד העם
ביסט אביסל פארטומעלט צווישען די מושג פון א עצה, ביז לעגעטימאציע. וויבאלד לדעתך איז דא א לייזונג און א וועג ארויס, ווערט עס נאך נישט לעגעטים. און דאס איז חוץ פון דעם פאדעמענטאלער אומ-ריכטיגער און אפילו שלעכטער גישה וואס די 'אנשי המוסדות' גייען צו צו דעם מושג פון לימוד און הרבצת יהדות.
לאמיך נאר קלאר שטעלן איין זאך:
סקען זיין אז לכבוד דעם וואס עס גייט פארקומען א ווירטואלע דייאלאג, גייט אויסזעהן כאילו סאיז דא צוויי צדדים, אבער געדענקט אז סאיז פשוט נישט אמת, סאיז נישט פארהאן קיין שום אמת'ע צד פון לעגעטעמאזירן רשעות און שפך דם. אפגעזעהן וואס פאר א שפראך מען ניצט. נקודה.

Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 12:33 pm
דורך ירא שמים
לדעתי איז דאס די הסבר אויפן תופעה, די הגיון שבשגעון.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:25 pm
דורך Big Boy
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואס ערווארטסו פון גאט צו טוהן ווען א פיינע, ערליכע, איידעלע, וואוילע און גוטע בחור'ל פון 13 יאר, פון א געזונטע גוטע און ערליכע שטוב, קלאפט אן די טירן פון אלע ישיבה-קטנות אין עיר הגדול בארא פארק, און וויינט בתחנונים "איך וויל לערנען תורה פון א רבי", "איך האב ביז יעצט געלערנט פיין, און וויל ממשיך זיין על דרך התורה", "איך וויל נישט זיצען ליידיג א גאנצען טאג", איך וויל.... לערנען!" - און די ענטעפער איז "ניין", "נישט ביי מיר"! "מ'נעמט שוין נישט אריין", "גיי צו א צווייטען"?

אזוי גייט אדורך איין טאג, נאך א טאג, דריי טעג, א וואך, איין וואך, צוויי וואכן, "פינף וואכן"!!!! און דער בחור'ס אויגעלעך זענען שוין געשוואלן פון טרערן!! די מאמעס תהילים איז שוין אויפגעבלאזן און די טאטע וואלגערט זיך אין בעט און שרייט פון יסורים "ר-א-ט-ע-וו-ע-ט"!!!!!!

ס'איז א פחד צו טראכן ווי לאנג גאט וועט זיך איינהאלטן און געבן א שארפע בליק אויף אונזער שטאט!!!

ערשט יעצט האבן מיר געלערנט אין רש"י: על צעקת ריבה אחת, דאס געוויין פון איין ליידענדע מיידלע - זאגט דער "מדרש" - האט מכריע געווען דעם כף חוב וואס האט געברענגט די חורבן הגדול פון הפיכת סדום וכו'.



Why is this good boy not finding a yeshiva and other good bucherem are? Last I checked all yeshivas are full so they are taking in other good boys why not him? Something is missing from your story

Why isn't he continuing in the same mosad he learned until now?

Why does a yeshiva have more responsibility to take him in than you opening a yeshiva for him?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:32 pm
דורך געוואלדיג
איך ווייס נישט צו דו האסט קינדער אדער נישט, אוןאין וועלעכע יארגאנג, אבער לידיעתך זענען ליידער פארהאנען אין אלע אידישע (לייען: היימישע) געגנטער פיל פיל אינגלעך בחורים און מיידלעך וואס געפונען זיך נאך יעצט אן קיין מוסד, סתם פאר רשעות, עס איז קיין שאלה פארוואס ער איז אינדרויסן און פארוואס מען וויל איהם נישט אננעמען, למשל זיין חדר האט נישט קיין ישיבה און זיין טאטע באלאנגט נישט פאר קיין פארטיי און ער האט נישט קיין קאנעקשנס צו די קנאקער'ס וכו' וכו', וירד [tag]big boy[/tag] מן ההר אל העם אפשר דריי זיך מער צווישן דעם המון עם וועסטו הערן ליידער גענוג און נאך שוידערליכע מעשיות ווי מען שפילט מיט אידישע וואוילע נשמות ווי מיט א באלי מען ווארפט דא און דארט און אויב עפעס איז דאס די חורבן פונעם דור, און אויב האט ער א ישיבה און דו נישט, דארף ער אריינעמען און דו נישט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:51 pm
דורך moshav zekeinim
עס איז א געלעגנהייט פאר עלטערן וואס גלייבן סייווי נישט אין ישיבה סיסטעם, צו שיקן זייער בחור אין קאלידזש, די שאלה איז צו ביי די פערצן קען מען שוין גיין אין קאלידזש, אבער עס איז אויך נישט אפגעפרעגט צו עפענען א אייגענער קאלידזש פאר די יוגנט, די "מסכנים" וועלן זיך גאנץ שנעל כאפן אז זיי טיען צעהן מאל מער אויף אין זייער לעבן ווי זייערע "גליקליכע" חברים וועלעכע זענען יא אנגענומען געווארן אין "א ישיבה" (א פלאץ פארן זיצער...). און אז זיי וועלן האבן א שיעור תורה ביינאכט און אמאל אויך פארטאגס וועלן זיי נישט זיין צוריק געבליבן אין לערנען פון רוב פון זייערע ישיבה חברים.

איי, אויב שוין עפענען עפעס אן אייגן מוסד זאל עס שויו זיין א ישיבה? געזונטערהייט! טאמער קען מען מאכן א אייגן ישיבה פאר די "ארויסגעפאלענע" זאל זיין מיט הצלחה, אבער איך בין נאר מציע פאר די וואס זעען סייווי נישט קיין תכלית אין אזא סיסטעם, און דער גאנצער ישיבה דארפן זיי פשוט אריין צו פאסן אין זייער חבורה, אז אויב איז סייווי נגזר געווארן אויף זיי צו זיין פון די שולי המחנה זאלן זיי כאטש פארדינען דעם אמת דורך דעם און געבן די געלעגנהייט פאר זייער זון צו שטייגן באמת.

עס זענען אבער ליידער נאך נישטא א גענוג גרויסע גרופע וועלעכע זענען גרייט ארויס צוטאנצן פון די ענני הכבוד מרצון עצמם אדער פשוט פארגרעסערן די ענני הכבוד איבער גרעסערע שטחים אין לעבן. מען איז ענדעשער בוחר צו זיין א האלב נעבעכדיגער ארויס געפאלענער, אין יעדנס דמיון געפונט זיך נאך דער עמוד אש בתוך המחנה, מען כאפט נישט אז מיט אביסעלע געוואגקייט קען מען בויען אייגענע פרישע ענני הכבוד מיט א שיינענדיגע עמוד אש וועלעכע קענען אין שאטן לייגן די אלטע עמוד הענן אויף וועלעכעס עס וואקסט שוין שימל, און די אלטע עמוד אש וואס צאנגט מיט א שוואכער ליכט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 2:02 pm
דורך [NAMELESS]
איים סאו סארי, באט איך פארשטיי באמת נישט וואס מ'וויל פון די ישיבות לעבען'ס האבן. די ישיבות האבן זיך געגרינדעט מיט א ציל, טאקע אלע בערך די זעלבע, אבער דאך האט יעדער אביסל א אנדערע שניט. און פארדעם האבן זיי אויך די רעכט אויסצוקלויבן וועלכע בחורים מעגן יא אדער נישט אריין. און כ"ש אז זיי זענען נישט מחויב אויפצונעמען אזא סארט בחור וואס פקע שמיה אז די ישיבות ווילען עם נישט, מ'האט דאך אפגעזאגט אסאך בעסערע פון עם, און סתם אזוי מאכט דאס קאליע די אזויגערופענע ציל פון די ישיבה.

אבער אויב שולדיג, איז יא; ס'שוין דא איינמאל וועם צו באשולדיגן. אבער נישט די הייליגע ישיבות, נאר דעם אשרי ילדתו...! דאס זענען די עלטערן וואס זענען נעבעך איינגערעדט אז טאמער זיצט מען נישט אפ בין כותלי ישיבתינו הקדושה פאר 5-7 יאר איז נוח לו שלא נברא, ער'ט נאך חלילה גיין מדחי אל דחי ותוצאותיו וכו' וכו' מיט די גאנצע שאלעשידעס תוירע, און ווער רעדט נאך פון א שידוך באשעפער זאל אפהיטן.
משא"כ אויב וועט ער יא אפזיצען אין ישיבה וועט זיכער ערפילט ווערן אונזערע זיסע חלומות ווי ער וועט נאך אויסוואקסן דער גדול בישראל.

טייערע עלטערן, אנשטאט צו זיין אזוי געברעין וואשט, און זיך איינרעדן די שטותים, טוט צו די זאך. האק נישט אזויפיל אויף די ישיבות טירן און טעלעפאנען, טרעף עם אן ארבייט וואס איז געשמאק פאר עם, שיק עם צו קארסעס אדער אין קאלעדזש ער זאל זיך אויסלערנען א פאך און עפעס אויפטון מיט זיין לעבן. טרעף עם/דינג א געשמאקע חברותה פאר לכה"פ א שעה א טאג ער זאל אביסל לערנען מיט עם, און אנשטאט צו צאלן די געשוואלענע שכר לימוד/תפיסה (תפיסת המוחות) פרייזן וועט מען צאלן פאר עפעס זאכליך און וואס האט זיכער א גוטע תוצאה. און איך זאג ענק; ער וועט נאך זיין א בעסערע תלמיד חכם ווי די חתנים מיט די לאנגע פאות ביד די ווייסע זאקן אראפ, ער וועט זיין אסאך מער באזעסן און מעטשאר ווי די אזוי גערופענע אויסגעקליבענע ישיבה בחורים.

מ'דארף נאר געדענקן דעם פסוק:
חנוך לנער על פי דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנה

מושב זקינים האט אריין געהאקט עמער יעצט זען

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 2:31 pm
דורך אחד העם
האמיר דא נאך איינעם וואס מישט צווישען עצות און לעזונגען, ביז לעגעטימאציע און בארעכטיגונג.
Enjoy the mess!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 2:37 pm
דורך געוואלדיג
כאטש ענקערע נקודות האבן אין זיך אמת איז די מציאות אז אויב וועט ער אין קיין ישיבה נישט לערנען וועט ער עפ"י דרך הטבע זיך מוטשענען מיט שידוכים און נישט זין אנגענומען צווישן חברים סא עס איז נישט קיין עצה.

ליין איבער די ערשטע תגובה, מען רעדט דא פון א געהעריגע בחור, און אויב איז פקיע שמיה אז מען וויל איהם נישט זענען אויך זיי שולדיג אויף דעם זאלן זיי ווישן זייער אייגענע שמוץ. עס איז רשעות שאין כמוה צו לאזן א בחור אויפן גאס ווייל איך האב רעכט, איך בין נישט מחויב, איך מען האט אפגעזאגט בעסערע וכו' וכו',

איך געדענק ווען אין א שמועס מיט א באוואוסטער רב זאגט ער מיר בתוך הדברים ווען איך האב איהם געפרעגט אויף עפעס וואס ער האט געזאגט, איך בין נישט מחויב צו געדענקען...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 2:42 pm
דורך נשמת אדם
בדידי הוי עובדא ווען מיינע קינדער זענען געבליבן אויפן גאס ווייל די מוסד ווי זיי האבן געלערנט האט זיך צוגעמאכט, די רשעות מיט וואס מוסדות האבן זיך באגאנגען צו מיר איז אין לשער ווען איך שרייב פון דעם עפנט זיך אויף נאכאמאל די ווייטאג, און מיינע קינדער זענען געווען די מצוינים פון זייער קלאס (נישט לפי דברי, נאר לדברי המחנכים משם ועתה) אבער זיי זענען געווען אינדרויסן פאר איבער צוויי חדשים פון דעם לערן יאר נאר צוליב די פוילע רשעות'דיגע תירוצים, און ביז צום סוף נאך גרויס פרעשור האט ענדליך א מוסד זיי אריינגענומען, אויב דו האסט יא געקענט און האסט נישט חרטה, פארוואס די רשעות קודם פון צוויי חדשים???

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 3:35 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:כאטש ענקערע נקודות האבן אין זיך אמת איז די מציאות אז אויב וועט ער אין קיין ישיבה נישט לערנען וועט ער עפ"י דרך הטבע זיך מוטשענען מיט שידוכים און נישט זין אנגענומען צווישן חברים סא עס איז נישט קיין עצה.

ליין איבער די ערשטע תגובה, מען רעדט דא פון א געהעריגע בחור, און אויב איז פקיע שמיה אז מען וויל איהם נישט זענען אויך זיי שולדיג אויף דעם זאלן זיי ווישן זייער אייגענע שמוץ. עס איז רשעות שאין כמוה צו לאזן א בחור אויפן גאס ווייל איך האב רעכט, איך בין נישט מחויב, איך מען האט אפגעזאגט בעסערע וכו' וכו',

איך געדענק ווען אין א שמועס מיט א באוואוסטער רב זאגט ער מיר בתוך הדברים ווען איך האב איהם געפרעגט אויף עפעס וואס ער האט געזאגט, איך בין נישט מחויב צו געדענקען...


איך זע נישט פארוואס מ'דארף זיך מוטשענען מיט שידוכים, ער איז האט דאך ממילא נישט באלאנגט אין ישיבה איז מוז ער נישט טרעפן די זעלבע פרומע שידוך וואס די ישיבה בחורים טרעפן.

למעשה האב איך מיך טאקע בעיקר באצויגן צו א בחור וואס ס'דא א געוויסע סיבה פארוואס די ישיבות ווילן עם נישט האבן און נישט סתם ווייל זיי האבן נישט קיין פלאץ וכדו', אבער נישט אייביג מיינט דאס אז די עלטערן דארפן אפווישן זייער שמוץ, און נישט יעדער זאך וואס מ'האט אויסגעלערנט אז ס'הייסט שמוץ איז דאס טאקע שמוץ, נאכדערצו ווען די באשעפער האט עם אראפגעשיקט מיט די אזויגערופענע שמוץ. ישיבה איז נישט קיין מקוה וואס יעדער אידישע נשמה מוז אריין גיין. אויב מ'וויל דוקא קען מען זיך אן עצה געבן אן דעם און בלייבן אן ערליכער איד א ירא ושלם. ס'באוואוסט פון צדיקים די טייטשט אויף איזהו חכם המכיר את מקומו אז דאס גייט אויף רוחניות, נישט יעדער דרך עבודה איז געמאכט פאר יעדעם, יעדער דארף קוקען וואס איז גוט פאר עם און זיך נישט לאזן פון א מאסן איינרעדעניש נאר נוצען אמאל די אייגענע דעת.


וועגן א געהעריגע בחור, דאס איז טאקע א פראבלעם וואס ווערט ערגער און ערגער. אבער ווייטער, מ'קען נישט באשולדיגען איין ישיבה מער ווי די צווייטער. לדעתי -און אסאך האבן דאס שוין אנגעמערקט- ליגט דאס אחריות אויף די רבנים.