בלאט 1 פון 1

וויר איין קינד בלויז איין קינד?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 6:21 pm
דורך בן נריהו
קינדער.

כאריזמאטיש.

א צוקונפט.

באקוקט, ביטע, די דאזיגע בילדער. צו וואלט זיך ווען איינער - פון דאנעט - געקאנט אנטשיידן וואסארא לייט וועט אויסוואקסען וואן די דאזיגע יוגענטליכע?

איזט וואר דעס בוצין בוצין מקטפיה ידע?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 6:26 pm
דורך אחד העם
אונזער אלטער חבר [tag]יאיר[/tag], א שטאך אין הארץ ווען מען דערמאנט דעם נאמען, האט אמאל צו געוויזען א גאר אינטרעסאנטער לינק בנוגע די פילעזאפיע פון אזאנע בילדער.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 11:29 am
דורך שמעקעדיג
וואס מיינט 'וויר'?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 11:39 am
דורך געוואלדיג
אזוי ווי וואָר

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:08 pm
דורך berlbalaguleh
צו דען העררן, נעיריאהו בען. איך וואלטע צו אינעס אויפמערקזאמקייט ברינגען דאס דער קליינער אדאלף שיקלגרובער וואר זא איינעס שעהן אונד לייטזעליגעס קינד. דער פלעג מיט דען פאמיליען הונדע שטונדן פערבראכן אין שפיל אונד יאגד. אונד וויר לעגן גראססע האפפנונגען דאס ער איינער אטהלעט אדער באנקיר אויסוואקסן ווירד...!
נ.ב.: אפילו פאר א דזשאוק איז עס נישט גוט. ומח שמו וזכרו...!
נ.נ.ב.: ווען דו בעטסט א טעללער עסן אדער אנ'אנדער זאך אין שטוב, מאכסטו זיך אויך אזוי נאריש...!... :roll:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 5:37 pm
דורך לאשיצער
קען איינער מיר מסביר זיין פארוואס @בן נריהו האט אזוי געשריבן? עס דרייען זיך דא דייטשיש רעדנדע אידן?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 5:51 pm
דורך ברוך בער
לאשיצער האט געשריבן:קען איינער מיר מסביר זיין פארוואס @בן נריהו האט אזוי געשריבן? עס דרייען זיך דא דייטשיש רעדנדע אידן?


פילייכט גלייכט ער צו שרייבן מיט אזא ארכייאישער געשרייב צו זיין אביסל אנדערש. ווארום קען ער זעלבסט זיך ערקלערן?

וויר איין קינד בלויז איין קינד?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 6:38 pm
דורך לאשיצער
נו לאמיר הערן. @בן נריהו, ווארום האבען זיע געוואלט אז אייער נאכריכט אן דען פארום אזוי שווער זיך לעזען זאל?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 7:23 pm
דורך רויטע וואנצעס
פילייכט פעלן אויפן טייפרייטער בוכשטאבן אין טיילווייז, וואס ערקלערן דעם באנוץ פון געציילטע פארבליבענע בוכשטאבן. די ארימע בוכשטאבן פון נאטור אויס שפראצן קורציג ווען באנוצט צו פארמירן מענטש פארשטענדליכע פאראגראפן.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 1:29 am
דורך berlbalaguleh
לאשיצער האט געשריבן:קען איינער מיר מסביר זיין פארוואס @בן נריהו האט אזוי געשריבן? עס דרייען זיך דא דייטשיש רעדנדע אידן?

לאשיצער: אפשר דייטש-רעדנדע נישט-אידן נישט. אבער נאצי-סימפאטיקער און נאאיווע, זעלבסט האסער, ליידער יא...!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 1:41 am
דורך berlbalaguleh
לאשיצער האט געשריבן:נו לאמיר הערן. @בן נריהו, ווארום האבען זיע געוואלט אז אייער נאכריכט אן דען פארום אזוי שווער זיך לעזען זאל?

וועהרענד, דער הערר נריאהו, בען וואללטע ..."קיוט"..זיין. ענטשולדיגן זיע, ביטע. דאס ריכטיגע אויסשפריככע פור דען דאזיגן אויסדרוק ווייס איכה ניכט אין דעען הויך-קולטורעללן דויטשען שפראכע. די שפראכע פאן דיזע גרויסע לויטע ווי ביסמארק, וואגנער און דער העררן אדאלף שיקלגרובער..

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 1:44 am
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:פילייכט פעלן אויפן טייפרייטער בוכשטאבן אין טיילווייז, וואס ערקלערן דעם באנוץ פון געציילטע פארבליבענע בוכשטאבן. די ארימע בוכשטאבן פון נאטור אויס שפראצן קורציג ווען באנוצט צו פארמירן מענטש פארשטענדליכע פאראגראפן.

רויטע וואנצעס: אין טייפרייטער, מייניך אז עס פעלן נישט קיין כאראקטערן. זאנדער'ן אין מח פעהלן א פאר שרייפעלעך. אדער, ווי מ'זאגט עס אין די היינטצייטיגע, מאדערנע אוייסשפרוך. א פאר טשיפס אדער איי.סי.'ס זענען אויסגעברענט...!

Re: וויר איין קינד בלויז איין קינד?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 10:06 am
דורך [NAMELESS]