נאך וואס איך האב געטראפן באוצרותי.
תמים תהיה עם ה' אלוקיך
התהלך עמו בתמימות, ותצפה לו,
ולא תחקור אחר העתידות,
אלא כל מה שיבא עליך קבל בתמימות,
ואז תהיה עמו ולחלקו
(רש"י דברים י"ח י"ג).
***
נאך איהם גיי
אין היצן און אין שניי,
נאך וואס זאלסטו אויסקוקן
אויף א מענטשן'ס הילף בליקן
אז דער באשעפער, ער אליין
הייסט יעדן גיין,
ער האט דיר דא געשטעלט
און טוהט וואס איהם געפעלט,
ווען דו ביסט ווען דער וואס טוהט
וואס עס גייט זיין וואלסטו געדארפט וויסן גוט
אבער אז מען פירט דיר סייווי ביי די נאז
צו וואס דארפסטו דאס?
גיי איהם נאך אויף טריט און שריט
קוק אויס אויף איהם כאטש עס בריהט,
נאכן עתיד זאלסטו נישט פרעגן
ער ווייסט שוין דיינע וועגן
און וואס עס געשעהט ביי דיר
וויסן זאלסטו! עס איז געטליכקייט אן א שיעור,
און דעמאלטס מיט געטליכקייט
וועסטו זיין באגלייט
זיין חלק וועסטו זיין
און אויף דיר וועט זיינען זיין שיין