ישראליק, אוי ישראליק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

ישראליק, אוי ישראליק

שליחה דורך בר-כוכבא »

ישראליק, אוי ישראליקל. ביזט דאך אזוי שיין, אזוי מלא חן! ס'וויל זיך דיר אויסקישן. דיינע זאמדן זענען גאלד און די ביימעלעך – שטיקער פערל. אויך די קליינע, צעווארפענע קוסטקעס זענען אוצרות פאר זיך. דיינע בערג – די גרויסע, צעפלאכטענע, פון גרינווארג ליידיגע, שטומען מיט חנ'עוודיגער שעמעוודיגקייט. זייער ענדלאזע פוסטקייט דריקט אויס די שענסטע לידער, וואס זענען צו גרויס און זיס אריינצופאסן אין שורות און ווערטער.

דיינע טאלן, ישראליק, זענען טרוקן. ווייניג ווערן זיי בארעגנט. ביזט נישט קיין גרויסער דארפער; אביסל רעגן, א טראפן וואסער דא און דארט, און דו שמייכלסט צופרידן.

וועלדער – זיי מודה, ישראליק – האסטו אויך ווייניג. אבער - וואס מאך איך זיך נאריש – דו דארפסט דאך נישט מער. די נאקעטע ערד איז דיר מער ווי גענוג. אויב ווייזט זי א ביימעלע דא און א גראזעלע דארט, צעשטראלט זיך דיר דאס מלאכ'יש פנים מיט גליק.

שיין ביזטו, ישראליק, און אויך מלא גוטסקייט. די הענט זענען דיר תמיד גרייט זיך אויסצושטרעקן מיט הילף פאר אנדערע – פרעמדע, אומבאקאנטע, און אפילו שונאים און האסערס.

און ווייסט וואס, ישראליק? כ'פארשטיי וויאזוי דו קענסט אזוי לאנג שטיין מיט ארעמס אויסגעשטרעקט אויף ארויס אן מיד ווערן. ביזט דאך צוגעוואוינט די הענט אויסצושטרעקן. אזויפיל יאר, אזעלכע לאנגע תקופות, וואס דו האסט מיט די זעלבע הענט געפאכעט צו דיינע פייניגערס און באצווינגערס און געבעטן רחמים, דיך אפצולאזן, נישט צונעמען דאס לעבן, לאזן במנוחה. זיי, די ארעמס דיינע, זענען צוגעוואוינט צו שטיין שטייף אויף ארויס.

נאר זע א חידוש: דעמאלט, אמאל, זענען די הענט דיינע געווען אויסגעמאגערטע, אויסגעדארטע, ציטערדיגע, ביינערדיגע, שוואכע, גלות'דיגע. די ארעמס וואס דו שטרעקסט אזוי גערן אויס צו העלפן אנדערע זענען פעסטע, אייזן-שטארקע, מיט מוסקולען פון א געבוירענעם גיבור! די פעסטע הענט דיינע, וואס קענען מיט איין קלאפ ערלעדיגן זיבן שונאים, נוצטו גאר צו דערמונטערן פאר'חלש'טע אומבאקאנטע.

ווי קומט צו דיר אזויפיל גוטסקייט, אזויפיל זארג פאר א צווייטן, אזא מאס געפיל און איבערגעגעבנקייט? וויאזוי ביזטו נישט אויסגעגעסן מיט ציניזם, מיט האס און אפשיי כלפי א וועלט וואס האט דיר אזוי לאנג, אזוי שטארק, אזוי טיף וויי געטאן?

א מלאך ביזטו, ישראליק. א מענטש קען דאס נישט באווייזן!

ביזט פול מיט חיות און לוסט. ווילסט בסך הכל לעבן פאר זיך, זיך אליין אפגעבן מיט די אייגענע געברויכן, פירן אן אייגן ווירטשאפט. דארפסט פון אנדערע גארנישט, און דאס וואס דו פארמאגסט נישט אליין, וועסטו קויפן פאר גוט געלט, בכסף מלא. פארקערט: ביזט תמיד גרייט זיך צו טיילן מיט אנדערע, אוועקגעבן פון דיין ביסן צו א הונגעריגן פרעמדן. (דעם אייגענעם ברודער גיסטו דאס לעצטע ביסן פון מויל אוועק. אזא אומ'שכל'דיגע טבע האסטו, ישראליק.)

איבערגעפילט מיט שמחת החיים ביזטו, ישראליק. גארנישט צעקלאפט דיר דאס געמוט און קיינער קען דיך נישט צעברעכן. מ'האט דיך אזוי לאנג געשלאגן און געטרעטן. ווען דער שלעגער האט דיר אפגעלאזט, האסטו א צעביילטער און צעבלוטיגטער זיך אויסגעדרייט צו דער וואנט און גוט אויסגעוויינט. גוט געוויינט, און ווייטער געלאכט יענעם איראנישן געלעכטער פון עמיצן וואס ווייסט פארט דעם אמת...

היינט קען דיר קיינער נישט שלאגן. ביזט א הויכער, ברייטבייניגער קעמפער מיט די מוסקולען פון שמשון הגיבור. אלא וואס יא: דו פארמאגסט א הארץ פון פוטער, א פילבארע נשמה וואס דערהייבט נישט קיין קרעכצן און זיפצן, לאז שוין זיין אפילו פונעם דם שונא וואס וואלט דיר גערן לעבעדיג אפגעשינדן די הויט, געריסן שטיקער פלייש, און דיך געצווינגען אים אנצוטרינקען מיט דיין בלוט אין א גאלדענעם כוס. דו קענסט נישט, פשוט דו קענסט נישט.

נוצן טאקע אלערליי שלעכטע שוואכלינגען אויס דיין גבורה'דיגע גוטסקייט. זיי טשעפען דיר, שלאגן דיינע קינדער, ווארפן שמוציגע זאכן אויף דיין פרוי און גוטע פריינט. דו וויינסט נישט, ווייל דיין גייסטיגע גבורה שטייגט דאך אזויפיל מאל איבער דיין פיזישן כוח. דו וויינסט נישט, ישראליק; אנשטאט וויינען, קוקסטו אויף די שלעכטע, בייזע, ווילדע מדבר-מענטשן מיט בעטנדע בליקן. 'איך וויל דאך אזוי נישט דיר שלאגן,' רופסטו שטום אויס צום שלעכטן שוואכן, ווארפנדיג א זייטיגן קוק אויף דיינע קרעפטיגע ארעמס. 'פארוואס זאלסטו מיר דערצו צווינגען? עס פילט נישט גוט. כ'האב עס נישט ליב,' זאגסטו ווייטער, בשעת יענער פארשטארקט די קלעפ און כאפט נאך דערצו פון בוזעם ארויס א מעסער.

און אז דו לאזט אומגערן אראפ א פאטש דעם בלוטדארשטיגן נודניק, פילסטו זיך אזוי שלעכט... אמאל מוזטו – יענער קוועטשט עס דאך ארויס פון דיר – דעם שונא דערלאנגען מיט דיין קרעפטיגן פויסט. יענער פאלט אנידער אין בלוט. ווי אנדערש? א זעץ פון דיין פויסט... דער שלעכטער, שוואכער, שלעגער לאזט ארויס א געיאמער. ער וויינט און ווייזט אלעמען דעם בלויען צייכן מיט וואס ישראליק'ס זעץ האט אים איבערגעלאזט. ער וויינט און ליארעמט, און אלע – אלע בייזע, קרומע, בייזוויליגע אומפארגינערס, וואס האבן דיר דאס בלוט געצאפט כל זמן זיי האבן געקענט – קוקן אויף דיר, שיינער, שטארקער, גוטער ישראליק, מיט אזעלכע בייזע, גיפטיגע בליקן.

דו, ישראליק, חידוש'ט זיך אויף דער רוגזה. מורא האסטו נישט פון זיי; דו פארמאגסט אין איין פינגער מער גבורה ווי זיי אינאיינעם אין אלע צען. עס טוט דיר אבער וויי. ביזט דאך א גוטער, א ווייכער. האסט נישט ליב ווען אנדערע ברוגז'ן זיך מיט דיר, ווען זיי קוקן אזוי פיינטליך, פארשרייען דיך אלס ווילד קינד מיט צעפירטע הענט.

ווילסט שלום אזוי שטארק, מיט אזויפיל הארץ, אז דו ביזט פאר דעם צוועק גרייט צו טאן אלעס אויף דער וועלט. אפילו דיין אייגן הויז, כמעט אלע צימערן, אריינגערעכנט דיין פריוואטן חדר המיוחד, ביזטו גרייט אוועקצוגעבן – א שונא דיינעם! – אז יענער זאל דיך צורו לאזן און נישט מאטערן. דו ווילסט אזוי שטארק, דו פרואווסט מיט אזויפיל אייפער, אז די זייטיגע מענטשן זענען זיכער אז גאר דו ביזט דער שולדיגער אין דער קריגעריי. אן אומשולדיגער – מאכן זיך די מיט-שלעכטע-מידות-פולע מענטשן א חשבון – וועט קיינמאל נישט אוועקגעבן דאס ביסן פון מויל, דאס אייגן הויז, דעם לעצט-ביסל מיט-בלוט-און-שווייס אנגעהארעוועטן פארמעגן צו א שלעכטן גנב, א דם שונא וואס האסט דיך צוליב קיין שום אנדערע סיבה ווי קנאה.

שלעכט זענען זיי צו דיר אייביג געווען, די אומפארגינערס וואס קענען נאכנישט שלום מאכן מיט'ן מציאות אז דו ביזט אלעס איבערגעקומען און אזוי ווייט הויך זיך דערשלאגן. זיי קענען זיך גארנישט מצייר זיין אזעלכע גאלדענע מידות ווי די וואס טרייבן דיר, ישראליק, דאס אלעס צו טאן.

אבער, נישט געזארגט, ישראליק. האסט טאקע שוין גענוג געליטן. דו וואקסט דאך אלץ מער; ווערסט שענער מיט יעדן טאג. נאך אביסל וועסטו פארשטיין אז דו האסט נישט קיין עסקים מיט יענע פרעמדע און דארפסט נישט קוקן אויף די אנדערע, זייטיגע מענטשן. זיי וועלן שוין קומען צו דיר, אויף אלע פיר צו קריכן, בלויז צו כאפן א בליק אויף דיין פנים, הערן פון דיר א דבר חכמה, און אפשר באקומען א מתנה איינע פון די אומצאליגע טייערע חפצים וואס דו מאכסט זיך כסדר.

אינדערצווישן, וועסטו נאך דארפן געבן א פאר קלעפ. אבער זארג נישט: עס קומט יענע ערליך. שלאגסט אזעלכע וואס דארפן שוין לאנג צעשלאגן ווערן. די וואס פארשרייען דיר און קוקן אויף דיר אזוי בייזליך, זענען שטילערהייט, טיף אין הארצן, דיר טיף דאנקבאר. עס פאסט זיי עס נאר נישט צו זאגן מיט'ן מויל. נישט געפערליך. ביזט דאך, ישראליק, א גוטער. דו דארפסט נישט דעם יישר כוח. דיר איז גענוג דאס אליין, אז דו טוסט גוט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום בר-כוכבא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר