בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש
ס'איז צום האפן אז די הויכפונקט פון די דרשות ביי יעדע כ"א כיסלו פייערונג וועט זיין צו דערמאנען די אמעריקאנער אידנטום און באפעלקערונג אז NEVER AGAIN! אונזער בלוטיגע היסטאריע פון יענע יארן לעבט מיט אונז און מיר וועלן קיינמאל נישט שטיצן א קאנסערוואטיווע אנטי פליטים פלאטפארמע, מיט רעטאריק און געזעצן קעגן פליכטליגן פון מלחמה זאנעס. נעווער איגען וועלן מיר שטיין גלייכגליטיג ווען די פאלאטישאנס לויפן נאך די המון עם'ס פחדים איבער די פרעמדע אינוואנדירער, וועלכע זענען ע"פ רוב באמת נרדפים און לויפן פאר זייער לעבן.
Children!!
https://www.washingtonpost.com/news/wor ... ?tid=sm_fb
Children!!
https://www.washingtonpost.com/news/wor ... ?tid=sm_fb
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יואליש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
איך ניץ נעווער איגעין וויאזוי איך וויל (פארשטייט זיך ס'איז א מליצה וואס כ'האב reclaimed). נעווער איגעין מיינט מיר וועלן נישט איבער'חזר'ן די טעות, און איך באצו זיך צו די טעות פון לאזן fear mongers אונז - יעצט אז מיר זענען די אינסיידער אמעריקאנע בירגער ביים סיר הבשר - פארוואנדלן און מענטשן נאקעט פון הומאנטרישע געפילן.
פאר זיבעציג יאר האבן מיר נישט פארגעסן צו דערמאנען די אמעריקאנער איבער זייער האליקאוסט-שותפות צוליב דעם וואס די פאליטישאנס האבן זיך געלאזט פון די אנטי אימיגראציע סענטימענטן אינעם דעת הקהל אין יענע צייט. פון די קריטיק איז משמע אז מיר אלס אמעריקאנער וואלטן נישט באגיינגען דעם טעות. יעצט איז א טעסט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 228
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
יואליש האט געשריבן:ס'איז צום האפן אז די הויכפונקט פון די דרשות ביי יעדע כ"א כיסלו פייערונג וועט זיין צו דערמאנען די אמעריקאנער אידנטום און באפעלקערונג אז NEVER AGAIN! אונזער בלוטיגע היסטאריע פון יענע יארן לעבט מיט אונז און מיר וועלן קיינמאל נישט שטיצן א קאנסערוואטיווע אנטי פליטים פלאטפארמע, מיט רעטאריק און געזעצן קעגן פליכטליגן פון מלחמה זאנעס. נעווער איגען וועלן מיר שטיין גלייכגליטיג ווען די פאלאטישאנס לויפן נאך די המון עם'ס פחדים איבער די פרעמדע אינוואנדירער, וועלכע זענען ע"פ רוב באמת נרדפים און לויפן פאר זייער לעבן.
Children!!
https://www.washingtonpost.com/news/wor ... ?tid=sm_fb
פארשטייט זיך אז מדמה זיין הילפלאזע אידן וואס האבן בשעתו נישט פארגעשטעלט קיין שום טרעט צי די היינטיגע סיריער פליטים איז קיין דמיון.
על אף אז דער גרויסער רוב בתוכם זענען טאקע לעגעטימע פליטים (כאטש זיי שטייען נישט אויס עקסטינקשען ווי די אידן און אייראפע בשעתם). דאך דער קליינער פראצענט מאסן מערדער בתוכם איז גענוג סיבה נישט צי כאפן איז געהעריג שוקל זיין דעם ענין.
מקען פארקומען אלץ א ליבעראלער קאפ און אויך פארשטיין דעם דיפרענס.
איבער די כ"א כיסליו דרשות האב איך נישט קיין אינפאו
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
בנימין האט געשריבן:אויב רעדסטו פון די פליטים פון סיריע, האב איך א הומאנעטערישן געפיל זיי נישט אריינצולאזן. זיי זענען פאטענציאלע רוצחים. די סוגיא איז גאנץ אנדערש ווי אין 1939.
איז א דייטש אדער א סאוויטישע איד (דורכאוס די קאלטע קריג) נישט געווען א פאטענציעל אינפילטערעט שפיאן אדער סאבאטזשירער? מ'האט אנגעשפארט יאפאנעזער אמעריקאנער אלס חשדות. ווען פחד נעמט איבער די געדאנקן איז אלעמאל דא א פאטענציאל רוצח אין יעדע אימיגראציע פאליסי. מיינסט טאקע אז מ'האט נישט אריינגעלאזט אידן פונעם שיף בלויז ווייל מיר ברויכן נישט קיין אידן? הגם דאס קען אויך האבן געווען די מציאות, אבער ס'האט געהאט בעיקר צו טוהן מיט די אלגעמיינע אנטי אימיגראציע גייסט אין לאנד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
די חשש איז לעגעטים, און אלע חששות זענען לעגעטים. אבער אלס א מעטער אוו פערספעקטיוו: ווי גרויס איז די חשש? און מיט וויפיל ווייניגער איז די סכנה ווען פליטים ווערן נישט אנגענימען (אימיגראציע איז אלס א פאקט וואס וועט אלס אנגיין, און ראדיקאליזאציע אויף עקזעסטירענדע ביגער איז אלס א סכנה), און וואס איז די פרייז וואס די פליטים וועלן צאלן פאר די חשש, און איז עס נישט נישט א פאקט אז די וועלכע זענען קעגן יעדע סארט אימיגראציע און בכלל גרויסע נאציאנאליסטן זענען די וועלכע זעהן דא אן עפענונג צו פארשפרייטן פחדים? ס'איז געווען א צייט וואס זיי האבן טראמפייטערט אז מ'ברויך א וואנט מיט מעקסיקא ווייל אייסיס קען פון דארט אינפילטרירן.
סך הכל איז אז סכנות, עכטע סכנות, עקזעסטירן איבעראל און יעדען טאג. די שאלה איז וויפיל פון אונזער ווערדן זענען מיר גרייט אויפצוגעבן (סיוויל ליברעטיעס און הומאנעטערישע באנעמונג) וויל א סכנה עקזעסטירט. און ווער רעדט נאך ווען די סכנה עקזיסטירט גענוי אזוי נאך די אלע טוישונגן.

- בנימין
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 8:43 pm
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
זיכער זענען געווען גוטע תירוצים פאר'ן נישט וועלן אריינלאזן די אידן. די אלע סיבות זענען אבער נישט געווען קיין באלדיגע לעבנ'ס געפאר פאר'ן לאנד. יעדער ווייסט אז אריינעמען פליטים איז נישט די געשמאקסטע זאך פאר סיי וועלכע לאנד, מען דארף אבער אוועקלייגן נגיעות אין דער זייט ווען עס קומט צו אומגליקליכע מענטשן וועלכע האבן נישט קיין גואל.
טייל פון פליטים פון סיריע האבן שוין באוויזן וואס זיי קענען אין פאריז. און אריינעמען די זעלבע סארט מענטשן קין אמעריקע, קען יא זיין א באלדיגע לעבנ'ס געפאר פאר'ן לאנד.
בלייבט די פראגע ווי שטעלט מען די ליניע פון אוועקגעבן פון זיך לעומת רחמנות האבן אויף זיי.
יואליש האקט אריין מיט ענליכע געדאנקען. נו, זאג דו אליין, נאכ'ן מיטהאלטן די טעראר אין פאריז, ביזטו גרייט אזוי סאך אויפצוגעבן פאר רחמנות? אדער דארף מען אויך רחמנות האבן אויף זיך אליין אביסל. און אפילו ווען סכנות וועלן אייביג בלייבן, מעג מען דאך טון וואס מען קען כאטש צו פארמינערן די סכנות.
טייל פון פליטים פון סיריע האבן שוין באוויזן וואס זיי קענען אין פאריז. און אריינעמען די זעלבע סארט מענטשן קין אמעריקע, קען יא זיין א באלדיגע לעבנ'ס געפאר פאר'ן לאנד.
בלייבט די פראגע ווי שטעלט מען די ליניע פון אוועקגעבן פון זיך לעומת רחמנות האבן אויף זיי.
יואליש האקט אריין מיט ענליכע געדאנקען. נו, זאג דו אליין, נאכ'ן מיטהאלטן די טעראר אין פאריז, ביזטו גרייט אזוי סאך אויפצוגעבן פאר רחמנות? אדער דארף מען אויך רחמנות האבן אויף זיך אליין אביסל. און אפילו ווען סכנות וועלן אייביג בלייבן, מעג מען דאך טון וואס מען קען כאטש צו פארמינערן די סכנות.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
בעריש האט געשריבן:על אף אז דער גרויסער רוב בתוכם זענען טאקע לעגעטימע פליטים (כאטש זיי שטייען נישט אויס עקסטינקשען ווי די אידן און אייראפע בשעתם).
פארגעס נישט, די טשארטס וואס כ'האב געברענגט איז פון די 1930s. און כ'בין נישט די קיין עקספערט איבער די מצב די סיריע פליטים ברויכן זיך ספראווען מיט. אבער דאס האב איך פון די האלאקוסט מעמאריעל סייט אין די יו עס.
The conflict is not simply a civil war between opposing armed forces. What started as a democratic uprising has now become an overtly sectarian conflict in which civilians are targeted for atrocities based upon their religious and ethnic identity. Members of Syria’s Sunni Muslim majority are bearing the brunt of the Syrian government’s massive campaign of crimes against humanity and war crimes, while some of the forces opposing the regime have committed abuses and atrocities against members of Syria’s religious and ethnic minorities.
In addition, the self-proclaimed Islamic State (IS; also known as the Islamic State of Iraq and Greater Syria, or ISIS)—which has been battling both the Syrian and Iraqi regimes as well as some of the Syrian opposition forces since the spring of 2013—is waging a campaign of persecution and horrific brutality against religious communities that do not ascribe to its brand of Islamist extremism.
The uprising’s transformation into a sectarian conflict has seen a dramatic rise in the civilian death toll: nearly one-half of the more than 220,000 killed have been civilians—including an estimated 20,000 children. As sectarian violence becomes more widespread and systematic, there is increasing danger that it could escalate to genocide.
The result of this conflict is a humanitarian catastrophe of staggering proportions. Every day Syrian men, women, and children are falling victim to the constant bombardment of their neighborhoods, schools, markets, and hospitals; to starvation, exposure, preventable diseases, and lack of medical care; and to torture, rape, and killings. The rapidly rising number of Syrian refugees now exceeds four million, and another 7.6 million are internally displaced.
http://www.ushmm.org/confront-genocide/cases/syria
זיכער ברויכן מיר שוקל זיין, אין fear mongering ביי קאנסערוועטיווע קולות ברויך אריינעמען די פערספעקטיוו פון וואס דאס מיינט צו זיין א פליט פון סיריע. און אלס א איד, אויפגעוואקסן אין א משפחה פון האלאקוסט קרבנות און אויפגעוואקסן מיט די היסטאריע פון די האלאקוסט בין איך זייער סקעפטיש און אפי' פארעקלט פון די "חששות" קאמפעין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
בנימין האט געשריבן:זיכער זענען געווען גוטע תירוצים פאר'ן נישט וועלן אריינלאזן די אידן. די אלע סיבות זענען אבער נישט געווען קיין באלדיגע לעבנ'ס געפאר פאר'ן לאנד. יעדער ווייסט אז אריינעמען פליטים איז נישט די געשמאקסטע זאך פאר סיי וועלכע לאנד, מען דארף אבער אוועקלייגן נגיעות אין דער זייט ווען עס קומט צו אומגליקליכע מענטשן וועלכע האבן נישט קיין גואל.
טייל פון פליטים פון סיריע האבן שוין באוויזן וואס זיי קענען אין פאריז. און אריינעמען די זעלבע סארט מענטשן קין אמעריקע, קען יא זיין א באלדיגע לעבנ'ס געפאר פאר'ן לאנד.
בלייבט די פראגע ווי שטעלט מען די ליניע פון אוועקגעבן פון זיך לעומת רחמנות האבן אויף זיי.
יואליש האקט אריין מיט ענליכע געדאנקען. נו, זאג דו אליין, נאכ'ן מיטהאלטן די טעראר אין פאריז, ביזטו גרייט אזוי סאך אויפצוגעבן פאר רחמנות? אדער דארף מען אויך רחמנות האבן אויף זיך אליין אביסל. און אפילו ווען סכנות וועלן אייביג בלייבן, מעג מען דאך טון וואס מען קען כאטש צו פארמינערן די סכנות.
פראנקרייך האט נאכנישט אריינגענימען קיין פליטים. דער איינער פליט איז אריינגענימען געווארן ערגעץ אנדערש. כ'בין איבערצייגט אז די סכנה פון פיפציג טעראריסטן זאלן זיך איינהאנדלן מיליטערישע-סטיל מאשין גאונס מיט הונדערטער רונדעס פון עמאניציע און זיך ארויסלאזן אויף אן אטאקע אין יעדע פון די פופציג סטעיט אין א פארנומענע שאפינג מאאל און אויס'הרג'ן אין צען מינוט הונדערטער אמעריקאנער איז א "עקזעסטירענדע סכנה." די וואפן איז גרינג צו באקומען, און רוב מאל אפי' לעגאל. די פאטענציאל טעראריסטן עקזיסטירן אין לאנד און וועלן אלעמאל עקזעסטירן. (אגענטליך לעבן מיר מיט די מציאות פון עמאציאנעל-דיסדארבט-גאן-טעראריזם אין אמעריקע). כ'בין אויך איבערצייגט אז די פחד ווערט אויסגעניצט צו באיינפלוסן די אימיגרציע דעבאטע. כ'בין אויך איבערצייגט אז אפי' מ'זאל אפשטעלן יעדע אזיל רעכט אפליקאציע פון סיריע איז די סכנה נישט פארמינערט מיט א האר. איך בין אויך איבערצייגט אז סיריע פליטים אנטלויפן פון א סכנה און מיר אין אמעריקע ווילן פארשפארן די טיר אלס א רעזאלט פון א פחד-געפירטע לאגיק.
ווען דער קאנסערוואטיווער פאליטיקאנט וועט זיין גרייט צו אויפגעבן זיין "רעכט" צו פארמאגן סעמי-אוטאמעטיק וואפן און זאפאסן פון ביקסן פאר די סעפטי פון אמעריקאנע קינדער (נישט קיין חשש, א טאג טעליכע מציאות) און פאר די מניעה פון טעראר וואס אמעריקע גייט ווירקליך דורך יעדע פאר חדשים (נאכמאל, נישט קיין חשש, א מציאות), וועל איך וויסן אז זיי זענען ערענסט מיט זייער קלעים אז מ'ברויך שוקל זיין די סכנה אין די "סעקרעפייסעס" מיר זענען גרייט צו מאכן דערפאר. ביז דאנמאלס בין איך איבערצייגט אז די דעבאטע איז בלויז אן אטעמפט צו אויסנוצן א טראגעדיע פאר עקזעסטירענדע אגענדעס. און היסטאריע זאגט אונז אז פאליסיס געמאכט אונטערן שאטן פון פחד אויסגעניצט ביי פאלאטישאנס איז א דיזעסטאר. ס'האט געשפילט א ראלע אין אנהייבן מלחמות (כמעט יעדע אגרעסיווע מלחמה אין היסטארי) און אוועקענעמן רעכטן פון בירגערס און זיך באגיין מיט אכזריות אין אלגעמיין מיט מענטשן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
לכאורה וועט הרב ישכר כ"ץ ביי זיין כ"א כסלו דרשה ארומרעדען דער נושא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- בנימין
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 8:43 pm
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
אז די סכנה עקזיסטירט, בארעכטיגט דאס נאכנישט אז מען זאל דאס פארגרעסערן. און אפילו מיט א האלבע האר.
דער אמת איז לכאורה ערגעץ וואו אינצווישן. מען קען טאקע נישט אינגאנצן פארקוקן אויף די אומגליקליכע פון סיריע, מען דארף אבער האבן גאר שטארק אפענע אויגן צו גוט קוקן וועמען מען נעמט אריין, און נישט אריינלאזן סיי וועמען. סוס"כ זענען די לענדער - פון וואו די פליטים קומען - אנגעפולט מיט גאר אסאך בארבארישע רוצחים וועלכע וועלן מיט פרייד הרג'ענען ווי מער אמעריקאנער.
קען זיין אז איך בין געשלאגן מיט "איסלאמאפאביע". אין הארצן האב איך טאקע מער מורא פון א מוסלימענער ווי פון א קריסט. קען זיין אז עס קומט פון דעם וואס אין די לעצטע יארן זענען רוב בארבארישע מאסן רציחות דורכגעפירט געווארן דורך מוסלימענער.
דאס איז אבער זיכער אז דער נושא וועט נישט בארירט ווערן ביי קיין איין כ"א כסליו מסיבה...
דער אמת איז לכאורה ערגעץ וואו אינצווישן. מען קען טאקע נישט אינגאנצן פארקוקן אויף די אומגליקליכע פון סיריע, מען דארף אבער האבן גאר שטארק אפענע אויגן צו גוט קוקן וועמען מען נעמט אריין, און נישט אריינלאזן סיי וועמען. סוס"כ זענען די לענדער - פון וואו די פליטים קומען - אנגעפולט מיט גאר אסאך בארבארישע רוצחים וועלכע וועלן מיט פרייד הרג'ענען ווי מער אמעריקאנער.
קען זיין אז איך בין געשלאגן מיט "איסלאמאפאביע". אין הארצן האב איך טאקע מער מורא פון א מוסלימענער ווי פון א קריסט. קען זיין אז עס קומט פון דעם וואס אין די לעצטע יארן זענען רוב בארבארישע מאסן רציחות דורכגעפירט געווארן דורך מוסלימענער.
דאס איז אבער זיכער אז דער נושא וועט נישט בארירט ווערן ביי קיין איין כ"א כסליו מסיבה...
- בנימין
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 8:43 pm
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
יואליש האט געשריבן:ווען דער קאנסערוואטיווער פאליטיקאנט וועט זיין גרייט צו אויפגעבן זיין "רעכט" צו פארמאגן סעמי-אוטאמעטיק וואפן און זאפאסן פון ביקסן פאר די סעפטי פון אמעריקאנע קינדער (נישט קיין חשש, א טאג טעליכע מציאות) און פאר די מניעה פון טעראר וואס אמעריקע גייט ווירקליך דורך יעדע פאר חדשים (נאכמאל, נישט קיין חשש, א מציאות), וועל איך וויסן אז זיי זענען ערענסט מיט זייער קלעים אז מ'ברויך שוקל זיין די סכנה אין די "סעקרעפייסעס" מיר זענען גרייט צו מאכן דערפאר. ביז דאנמאלס בין איך איבערצייגט אז די דעבאטע איז בלויז אן אטעמפט צו אויסנוצן א טראגעדיע פאר עקזעסטירענדע אגענדעס. און היסטאריע זאגט אונז אז פאליסיס געמאכט אונטערן שאטן פון פחד אויסגעניצט ביי פאלאטישאנס איז א דיזעסטאר. ס'האט געשפילט א ראלע אין אנהייבן מלחמות (כמעט יעדע אגרעסיווע מלחמה אין היסטארי) און אוועקענעמן רעכטן פון בירגערס און זיך באגיין מיט אכזריות אין אלגעמיין מיט מענטשן.
יעצט זע איך וואס דו האסט צוגעשריבן איבער די לאגיק פון די פאליטיקאנטן. קודם בין איך נישט זייער ווארטזאגער, איך זאג בלויז מיין אייגענע אפיניען. און צווייטנס, אויב גייסטו מיט דעם לאגיק אז די טעראריסטן קענען "סיי ווי" זיך איינהאנדלען וואפן, איז דאס אויך אמת אפילו ווען איז דא א שטרענגערע גאן קאנטראל. און פון די אנדערע זייט, וואלטן אסאך שולע-שיסערייען געקענט פארמיטן ווערן, ווען דער וועכטער איז ווען מער באוואפנט.
יואליש, הגם איך קען נישט מער מסכים זיין מיט איינעם'ס א מיינונג ווי מיט דיין שיקול הדעת איבער די אמעריקאנע קאנסערוואטיווע יושב על האחוריים פריציפן. דאך ערווארט איך נישט אז ביי די האלאקאוסט פייערונגען סוף חודש זאל די טעמע בכלל ווערן אדרעסירט. פארוואס? און קורצן, ברמז, די כלל איז אז דארטן ווי מען איז שטארק פארטוהן אין "אתה בחרתנו" בלייבט נישט צופיל אויפמערקזאמקייט פארן "כי בצלם".
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 228
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
חג כ"א כסלו על שום מה
יואליש האט געשריבן:בנימין האט געשריבן:אויב רעדסטו פון די פליטים פון סיריע, האב איך א הומאנעטערישן געפיל זיי נישט אריינצולאזן. זיי זענען פאטענציאלע רוצחים. די סוגיא איז גאנץ אנדערש ווי אין 1939.
איז א דייטש אדער א סאוויטישע איד (דורכאוס די קאלטע קריג) נישט געווען א פאטענציעל אינפילטערעט שפיאן אדער סאבאטזשירער? מ'האט אנגעשפארט יאפאנעזער אמעריקאנער אלס חשדות. ווען פחד נעמט איבער די געדאנקן איז אלעמאל דא א פאטענציאל רוצח אין יעדע אימיגראציע פאליסי. מיינסט טאקע אז מ'האט נישט אריינגעלאזט אידן פונעם שיף בלויז ווייל מיר ברויכן נישט קיין אידן? הגם דאס קען אויך האבן געווען די מציאות, אבער ס'האט געהאט בעיקר צו טוהן מיט די אלגעמיינע אנטי אימיגראציע גייסט אין לאנד.
ציזאגן אז דער איד בסוף שנות השלושים איז א פאטנציעלער שפיאן נאך ווערן פערסיקיוטעט זינט 1933 איז גאר גאר א שטארקער דוחק.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חג כ"א כסלו על שום מה
נישט פון דייטשע שפיאנען האט מען זיך דערשראקען, נאר פון קאמוניסט'ן.
נו, ר' ישכר קען שוין שרייבען א תשובה אויך לכבוד די טאג
נו, ר' ישכר קען שוין שרייבען א תשובה אויך לכבוד די טאג
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
כ'ווייס נישט פאר א פאקט אז דאס איז געווען די חשש (און טאמיר נישט א פאשיסט איז ער זיכער א קאמיוניסט.... ווי די ביטערע איראנישע מצב פונעם איד האט דאנמאלס דיקטירט), כ'ווייס אז ס'איז געווען אן אלגעמיינע aversion פאר סיי וועלכע סארט אימיגראציע און דאס איז מסתם געווען די עיקר קעגנערשאפט וואס האט אריינגענעמן "אויך" דעם איד אין זיין קלעם. אבער די פאניק פון דייטשע אינפילטראציע האט זיכער עקזעסטירט דורכאויס די ערשטע וועלט מלחמה. כ'קען זעהן א גאזיליאן טאלקינג פאונטס וואס קאנסערוואטיווע וואלטן ארויסגעשיבט אין די 1930ס. און ס'וואלט טאקע געווען אינטערעסנאט דאס צו דורכטוהן. אבער פארלאזענדיג זיך אויפן כלל פון מה שהיה הוא שיהיה בין איך גאנץ קאנפידענט אז די אלע טאלקינג פאונטס זענען געניצט געווארן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 228
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
יואליש האט געשריבן:כ'ווייס נישט פאר א פאקט אז דאס איז געווען די חשש (און טאמיר נישט א פאשיסט איז ער זיכער א קאמיוניסט.... ווי די ביטערע איראנישע מצב פונעם איד האט דאנמאלס דיקטירט), כ'ווייס אז ס'איז געווען אן אלגעמיינע aversion פאר סיי וועלכע סארט אימיגראציע און דאס איז מסתם געווען די עיקר קעגנערשאפט וואס האט אריינגענעמן "אויך" דעם איד אין זיין קלעם. אבער די פאניק פון דייטשע אינפילטראציע האט זיכער עקזעסטירט דורכאויס די ערשטע וועלט מלחמה. כ'קען זעהן א גאזיליאן טאלקינג פאונטס וואס קאנסערוואטיווע וואלטן ארויסגעשיבט אין די 1930ס. און ס'וואלט טאקע געווען אינטערעסנאט דאס צו דורכטוהן. אבער פארלאזענדיג זיך אויפן כלל פון מה שהיה הוא שיהיה בין איך גאנץ קאנפידענט אז די אלע טאלקינג פאונטס זענען געניצט געווארן.
דערפאר ברויך מען אויסציזיכען דעם דרך הממוצע. נישט זיין קאנסערוועטיוו אדער ליבעראל. נאר שוקל צי זיין יעדער פאטענציעלער סכנה פאר זיך.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
וואס זאל איך טוהן אז די דרך הממוצע דא האט א ליבעראלע בייעס.
און כ'מיין עס גאנץ אמת'דיג. אויב זאגט מען זיך אפ פון אנטייל נעמען אין די לינדערן די פליטים קריזיס צוליב פחד פון טעראריזים ברויך מען גיין סך ווייטער פון דעם. מ'ברויך אפשטעלן אימיגראציע פון מיטל מזרח, צפון אפריקע און אפי' פון איירופע (צוליב זייער מיטל מזרח דעמאגראפיקס). צו זיך אויסדרייען די ריקן אויף די סיריע פליטים איז א ראדיקאלע מאוו וואס איז פאפולער אין די פאולס אבער האט זייער ווייניג פאליסי מעריטס.
אבער אלס א איד, אן אפשטאמיגער פון אימיגראנטן און א פערסעקיודעט קלאס, שפיר איך א פליכט צו ארויסהייבן און סימפאטיזירן מיט די סכנה אין וואס די סיריע פליטים גייען דורך. ס'איז די זשאב פון די רעגירונגס אנגעשטעלטע צו דיעלן מיט די סעקיוריטי חשש. ווען סאטמאר, למשל, פראטעסטירט ישראל'ס באהאנדלונג פון די אראבער קומען זיי מיט א קאמפריהענסיוו פאליסי פאר די מיטל מזרח סומעטאכע? ניין. זיי זענען דא אלס אדוואקאטן פאר א פואנט אוו וואיו. כ'שפיר דאס זעלבע איז מיט מיר, כ'ברויך זיין די אדוואקאט פאר די הומאנטארישע נקודה, וואס ווערט פארלוירן אין די דעבאטע. כ'בין נישט דא צו אפערען קאמפרעהענסיוו סעלושענס.
מיר, מער פון סיי ווער, האבן נאטירליך א בייעס כלפי נרדפים און די פארוואגעלטע ווייל מיר ווייסן וואס דאס מיינט, על דבר אשר לא קדמו אתכם בלחם ובמים. און דאס איז געווען מיין אריגינעלע נקודה (כ'בין נישט דא צו פארמינערן די חשש און די סכנה מיט וואס מיר לעבן שוין פאר יארן). ווי ליגט אינזער בייעס? איך וועל טרעפן ק"נ טעמים להצדיק הנרדף ווייל כ'האב געוואלט אז מיינע עלטערן זאלן האבן פארדינט פון אזא בייעס ווען זיי זענען געווען אין א סכנה.

- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
- בנימין
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 8:43 pm
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
יואליש האט געשריבן:מיר, מער פון סיי ווער, האבן נאטירליך א בייעס כלפי נרדפים און די פארוואגעלטע ווייל מיר ווייסן וואס דאס מיינט, על דבר אשר לא קדמו אתכם בלחם ובמים. און דאס איז געווען מיין אריגינעלע נקודה (כ'בין נישט דא צו פארמינערן די חשש און די סכנה מיט וואס מיר לעבן שוין פאר יארן). ווי ליגט אינזער בייעס? איך וועל טרעפן ק"נ טעמים להצדיק הנרדף ווייל כ'האב געוואלט אז מיינע עלטערן זאלן האבן פארדינט פון אזא בייעס ווען זיי זענען געווען אין א סכנה.
דעם דעהער קען איך שוין הערן. כאטש וואס עס קען טאקע זיין א סכנה, דארפן מיר אבער זוכן לצדד לטובת די נרדפים.