בלאט 1 פון 5
אב לא יחוס על בנו? [פרשת ישועות משה ור' ישראל'טשע מ'וויזניץ]
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 7:00 am
דורך [NAMELESS]
[center]הקדמה.[/center]אדורכגייענדיג
דעם אשכול, האב איך געזען אז מקום הניחו לי להוסיף כמה פרטים איבערן פרשת רבי משה'לע און זיין זון רבי ישראל'טשע מ'וויזניץ. האב איך אנגעהויבן שרייבן, אבער כמעשהו ב'הרב בנימין אייזנבערגער' כך מעשהו כאן. ס'איז נתארך געווארן גאר לאנג, אז כ'האב מיך דערזען מיט גענוג חומר פאר א נייער אשכול [וויי איז מיר. א נקודה'לע צוויי, ווערט מיר א ריזן אשכול. כאטש אידן האבן הנאה דערפון].
למעשה קען זיין אז מיינע ווערטער זענען צו שארף, אדער צו ווייך, און קען זיין אז ס'איז נישט גענוג לפי כבודו של מישהו, און כ'וואלט געדארפט גונז זיין דעם ארטיקל.
אבער היות די פאקטן זענען ממילא באקאנט, און אודאי ווען מ'האט שוין סייווי אויפגעעפנט אן אשכול מיוחד פון 12 בלעטער אויסצוקייען די פרשה, און ערגער פון דעם - זענען די קשיות נאכאלס פארבליבן. האב איך געקלערט אפשר וועלן מיינע ווערטער אביסל קלארשטעלן געוויסע פונקטן, והרי שלך לפניך:
אינטרעסאנט ווי דער עולם האט דא גע'חקרנ'ט אזוי לאנג צו פארשטיין וואס איז פשט פון רבי משה'לעס זיך מתאכזר זיין אזוי שטארק אויף אן אייגן קינד. מ'האט פרובירט צו מנתח זיין די א.ג. עוולות פון רבי ישראל'טשע צו זען אויב ס'האט גענוג געקענט אויפרעגן דעם טאטן... איינער האט אפילו געהאט א ריזן פראבלעם מיטן 'סתירה' פון א מענטש וואס איז געווען אזא לב רחום צו אנדערע, און אזא אכזר צו א זון.
לדעתי איז סאך גרינגער אריינצוקריכן בנבכי נפשו פונעם טאטן, און כאטש ס'וועט נישט פארענטפערן וויאזוי א טאטע קען זיין אזוי געמיין צו א זון, קען עס אבער מסביר זיין אביסל דער מהות פון ר' משה'לע, און דאדורך דעם קענען זאכן האפנטליך פארענטפערט ווערן [אפילו אז נישט 'מצדיק' זיין, קען מען כאטש 'פארשטיין'].
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 7:01 am
דורך [NAMELESS]
[center]א.[/center]
[center]לב רחום אדער לב רגש?[/center]
ר' משה'לע איז געווען גאר א שטארקער בעל רגש. פינטל. 'בעל רגש' מיינט נישט 'בעל רחמנות', כאטש ס'איז דא סאך גרעסערע שאנסן אז א בעל רגש זאל זיין א בעל רחמנות. אסאך מאל קען עס אויסקלאפן פונקט פארקערט: מ'קען רודפ'ן א צווייטן עד חרמה, אן קיין ברעקעלע רחמנות, צוליב דעם וואס דער נארישער רגש זיינע דיקטירט זיין מח, און ער ווערט איבערגענומען פון זיינע געפילן אנשטאטס זיין הארץ. נאכמער, ס'איז ניטאמאל קיין סתירה צו זיין א מורא'דיגער גוטער, און א מורא'דיגער שלעכטער, און א צייט אפשניט פון פינף מינוט, אויב מ'איז צו א שטארקער 'בעל רגש'.
עס צו מאכן קלאר: צופיל בעל רגש, מיינט אן אומסטאבילער מענטש. איינער וואס קען נישט שוקל זיין זאכן בטוב טעם ודעת, איינער וואס קען נישט הערן וואס א צווייטער האט צו זאגן, און איינער וואס איז פשוט נישט אין קאנטראל אויף זיך.
אסאך 'ארטיסטן' [נישט די פון וומסב"ג... עכטע מעלער'ס, ארטיסטן ממש] זענען געשלאגן אין דעם. אסאך מוזיקאלישע מענטשן זענען געשלאגן אין דעם. און בעיסיקלי, יעדער וואס נוצט אסאך דמיון וואס נעמט איבער זיין מהות [אזויווי דא: מאלעריי, מוזיקאלישע סטרונעס].
איך האב געהאט א משגיח אין ישיבה, וואס איז געווען א ריכטיגער רשע מרושע, א בלוט צאפער פון ערגסטן סארט, געפייניגט און חרוב געמאכט בחורים'ס לעבן - צומאל לעולמי עד. עכ"פ ער פלעגט אמאל דאווענען פארן עמוד, און זיך משתפך זיין כלפי קונו: 'ולירושלים עירך ברחמים תשוב', 'אב הרחמים, שמע קולינו, חוס ורחם עלינו', ממש כבן המתחטא לפני אביו. מאנכע בחורים פלעגן כאפן התפעלות און זיך וואונדערן 'אפשר איז ער יא אן ערליכער איד'?, אנדערע פלעגן ממש נישט פארשטיין די סתירה אין זיין מהות [אין פאקט, האט ער אמת'דיג געמיינט זיין דאווענען. בלתי שום ספק].
איך האב דאס אבער ממש פארשטאנען: דאס איז געווען זיין נאטור, און אדרבה, בא זה והשלים על זה. ער איז נישט געווען קיין שלעכטער לשם שלעכטס, ער איז פשוט געווען גאר א געפילבארער פערזאן. ביים דאווענען האט ער געקענט ממש וויינען צום בורא כל עולמים, מיינענדיג ערנסט יעדע ווארט. אבער ווען ער האט געזען א בחור טון אן עוולה לפי דעתו, איז זיין רגש איבערגעלאפן און ער האט געקענט טון משוגע'נע זאכן פאר נארישע חטאים.
נאכאמאל: אין סך הכל איז דאס אן אומסטאבילער מענטש. איינער וואס זיין הארץ טראכט אנשטאטס זיין קאפ. איינער וואס קען זיין גאר גוט פון איין זייט, און א רשע מרושע ממש פון די צווייטע זייט.
רבי משה'לע - כבודו במקומו מונח, איז געווען גאר א שטארקער בעל רגש. זיינע תפילות זענען געווען כבן המתחטא לפני אביו, זיינע ניגונים שבת זענען געווען מלא געגועים ובצפייה למשיח, אויסהערנדיג א צווייטער איד האט ער געקענט מיטוויינען ממש. אבער ס'איז נישט געקומען פון 'אויסגעארבעטקייט', ס'איז געקומען פון זיין ריזיגע הארץ, פון זיין מורא'דיגע רגש, און איבערפלוס פון געפילן. צומאל איז עס גוט, צומאל איז עס אבער פאטאל.
ווען מיין משגיח פלעגט ווערן גערעגט אויף א בחור, פלעגט אים די רגש שפריצן אין קאפ, און ער פלעגט טון ווילדע משוגע'נע זאכן. מעשי אכזריות ממש. ס'איז אבער נישט געווען א סתירה מיט זיין הארציגע דאווענען. ס'איז ליידער געווען אן השלמה דערויף.
אדורכגייענדיג די דרשות און היציגע של"ס תורות פון רבי משה'לע, שטויסט מען זיך כסדר אן אין זיין רגש. מאדנע לשונות, מאדנע שיטות, אבער איבעראל - צופיל געפילן אן קיין שכל. ווען די טאטע איז אוועק איז 'די גאנצע וועלט ארויפגעפאלן אויף מיר' [די אמרי חיים'ס פאר הונדערט חסידים...], 'בלוט גיסט זיך מיר אין די גאסן' [...], וכהנה רבות. דוק ותשכח. דאס אלעס איז לאו דרך גוזמא קתני, ער האט דאס געמיינט גאר ערנסט! זיינע געפילן האבן דיקטירט זיין קאפ, און האבן אים געמאכט דמיונ'ען פאקטן וואס האבן נישט פאסירט אין ערגסטן פאל, אדער אויפגעבלאזענע פאקטן אין בעסערן פאל [למשל, אז דער ברודער איז אריינגעקומען ביי אים אין קריה, אויפשטעלן א מאנסיער שטיבל, אים צו שטעכן].
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 7:01 am
דורך [NAMELESS]
[center]ב.[/center]
[center]הבדלה מנין?[/center]
נאך א וויכטיגע פאקטאר וואס האט דא געשפילט: רבי משה'לע איז געווען גאר א קנאפער אונטערגעציפטער. אין די צייט וואס מ'קען חקרנ'ען וויפיל שכל רבי מאטעלע האט, איז דאס אלעס באזירט אויף סתם שכל, קלוגשאפט, מאניערן, וכדומה [דיפלאמאטיע בלע"ז], אבער 'אונטערגעציפט' דאכצעך מיר אז ער איז לכו"ע. קען זיין כ'בין זיך טועה. אבער דאס איז זיכער, אז רבי משה'לע האט ממש געמאנגלט אין דעם. קיין ערמה, געריבנקייט, ארויסהאבן א זאך, מבין דבר מתוך דבר, איז געווען זיין סאמע שוואכקייט. אוודאי דאס אז ער איז סתם אזוי געווען א תמים גדול, האט נאר צוגעגעבן צו זיין לעבן.
אויף אים האט מען ממליץ געווען [געהערט אז דער איידעם, דער בעלזער, האט זיך אזוי אויסגעדריקט נאכן באקאנטן בריוו וואס ער האט געשיקט צום שווער - עם גיסיו - אים צו בעטן צוריקצונעמען רבי ישראל'טשע, וואס ער האט צוריקגעוויזן שארפערהייט], אז 'אתה חונן' מיט 'אתה קדוש' זענען צוויי באזונדערע ברכות. אן ענליכע גירסא האב איך געהערט. אתה קדוש קומט בעפאר אתה חונן, ער איז שוין אנגעקומען צום 'אתה קדוש', אבער האלט נאך פארן 'אתה חונן'.
זיין חכמה האט זיך כמה פעמים ארויסגעצייגט, און באזונדער שטארק ארויסגעשיילט דורכאויס דעם פרשה. אבער אין אנדערע פלעצער אויך. ער האט געקענט אויפקומען מיט אזא דבר חכמה, ווי זאגן פארן מועצת גדוה"ת אז מ'זאל איינפירן א תקנה כללית אז יעדער זאל לערנען 'חובות הלבבות' [א ספר וואס ער האט משום מה גאר שטארק געגליכן]. מאדנע שגיונות, די וועלט האט אים נישט פארשטאנען, אבער נו.
אין זיין קאפ איז געווען 'וויזניץ' און 'נישט וויזניץ'. גור, בעלזא, סאטמאר, קלויזנבורג, חב"ד, און זוטשקא, זענען אלע געווען 'נישט וויזניץ'. דארט האט זיך די וועלט אפגעשטעלט.
ער האט זיך געהאלטן פאר וועלטס מחנך, און נישט אויפגעהערט צו רעדן פון חינוך, און איבערגעזאגט אן א שיעור מאל אז ער פארשטייט צו חינוך, און אז מ'שיקט צו אים וועלן ארויסקומען גוטע פירות, און אז נישט נישט. און די מורדים, 'וויאזוי וועלן זייערע קינדער ארויסקומען'? ער האט זיך עמטליך געוואונדערט וויאזוי ס'איז בכלל 'מעגליך' אויסצוקומען ערליך אן זיין חינוך. שוין, לאמיר נישט רעדן פון זיינע צוויי קינדער. זייער גוט מחנך געווען... [א לץ האט מיר אמאל געזאגט, אז רעדנדיג מיט א מענדעליסט האט ער אים געזאגט אז דער גרויסער מחנך, דער ישועות משה, האט צו קיין חינוך נישט פארשטיין. ווייל ער האט אויפגעצויגן א זון א באנדיט. ממנ"פ, איז ר' ישראל'טשע צדיק, איז ר' מענדעלע באנדיט. אויב איז ר' מענדעלע צדיק, איז ממילא ישראל'טשע באנדיט...].
ער האט גארנישט געהאלטן ביי זיך אין בויך. געהאט עפעס א חשבון מיט איינעם, איז עס ארויס. נאכמער, אן האבן א חשבון האט ער אויך געקענט זאגן אומבא'טעמ'טע זאכן. למשל, אין איינע פון די דרשות קעגן די מורדים, האט ער זיך בתוך הדברים אויסגעדריקט אז ער האט געזאגט צו זיין טאטן דעם אמרי חיים אויף זיי, 'קיין סטראפקוב זאלן זיי גיין'... [חוזק מאכנדיג פון זיי], נישט כאפנדיג ווי אומנארמאל און אומדיפלאמאטיש איז זיך אזוי אויסצודריקן אויף א חסידות'ל, כאטש זיין פריוואטע אויסדרוק צום טאטן איז אפשר געווען ריכטיג.
נאך אסאך דוגמאות קען מען געבן. הצד השוה שבהם, ס'האט אים געפעלט לעבנסוויכטיגע תבלינים וואס וואלטן אים בעסער מסדר געווען אין פריוואטן, און כ"ש אין עפנטליכן רבי'שן לעבן. יעצט קען מען זיך נאר מצייר זיין, וואס געשעט ווען די צוויי טויטליכע תכונות, נישט געריבענע מח און גרויסע בעל רגש [אפטע תרי ריעין דלא מתפרשין], קומען זיך צוזאם אין איין מענטש, אויף אזא שטארקע פארנעם. אט דאס איז וואס ס'געשעט:
מ'ווארפט ארויס דעם זון פאר נארישקייטן, ווען דער מח דמיונ'ט איבער ריזן עוולות, און דער הארץ בלאזט אויף מעשיות ארויס פון נארמאלע פארפארציע, און מקורבים און ווייב האקן אין קאפ איין גירסא - וואס ער האט ניטאמאל 'געקענט' טראכטן אנדערש, נישט זייענדיג ציפעדיג, און נישט האבנדיג זיין ברודער'ס חוש הביקורת, און כ"ש זייענדיג דעם היפוך פון זיין ברודער'ס צומאל אייזיג-קאלטער מהות.
אודאי זענען אויך געווען נאך פאקטארן, א שטייגער ווי זיין שלום בית, זיינע שטענדיגע פאביעס, ועוד. אבער דאס איז געווען דער עיקר - לפי השערתי, און ס'קען אפילו זיין אז געוויסע זענען א תוצאה פון געוויסע, ודו"ק. ולבסוף: מיינע ווערטער זענען נישט געשריבן געווארן להרשיע, צו להצדיק, די התנהגות. וואס אימער די מסקנה סופית זאל זיין, איז פארט אומפארשטענדליך וויאזוי א טאטע באגייט אזא זאך צו אן אייגן קינד. און דאס קום איך אביסל מסביר'ן, אבער נישט מצדיק זיין או להיפוך.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 7:02 am
דורך [NAMELESS]
[center]ג.[/center]
[center]בנוגע דעם עצם פרשה, האב איך אפאר אנעקדאטן צוצולייגן:[/center]
1. דער אלטער טשערנאבילער רבי, ר' זושא'לע, איז געווען גאר אן ערליכער, אלט פארצייטישער רבי. א ריכטיגער דמות דיוקן פון דערהיים. אבער קיין גרויס הצלחה האט ער נישט געהאט בחייו, און ער האט זיך געמוטשעט אויפצוהאלטן זיין חסידות'ל. פארט האט ער גענאסן קירבה ביי אלע ערליכע אידן בשעתו, אבער דאס איז יעצט נישט די נושא. ער האט זיך איינגעהאנדלט אן איידעם, זייענדיג זיכער אז דאס איז 'זיכערע ריוח'. דהיינו, דער עלסטער זון פון ר' משה'לע, גייט דאך זיין דער צוקונפטיגער וויזניצער רבי.
למעשה, האט רבי משה'לע ארויסגעווארפן זיין זון ממש ווי א הונט, א זאך וואס רבי זושא'לע האט נישט געקענט אראפשלינגען, נאכדערצו אז ער האט לכבוד דעם געדארפט ליידן צוליב זיין טאכטער און אייניקלעך, ווען זיי האבן זיכער גארנישט קיין שלעכטס געטון אין דעם פריוואטן טאטע-זון געפעכט [א זאך וואס לדעתי האט ר' משה'לע בכלל נישט געקלערט דערפון. נישט די ערשטע עוולה מצדו]. ער איז מסתם געווען צען מאל חשוב'ער ווי רבי משה'לע, און עלטער, אבער אלס 'רבי'לע' האט ער גארנישט געקענט טון צום ריזן וויזניצער הויף. ער איז נעבעך פריצייטיג אוועק, און לויט די וואס האבן אים געקענט פון די נאנט, איז עס געווען א דירעקטע תוצאה פון הארץ ווייטאג איבערן מצב.
רבי משה'לע איז געקומען מנחם אבל זיין. איך האב געהערט פון טשערנאבילע אייניקלעך וואס האט דארט פאסירט. אלע ברידער לבית טשערנאביל, זענען געזעצן מיט די קאפ אראפ, נישט וועלנדיג קוקן דעם וויזניצער צדיק אין פנים אריין. לדעתם איז ער גאר געווען שולדיג אינעם טויט פונעם טאטן. רבי משה'לע האט זיך געפונען אין זייער אן אומבא'טעמ'טער פאזיציע [גלייך עס צו צו די כמעט צוואנציג יאר פונעם זון], און ער האט שנעל 'המקום ינחם'ט', און ער איז ארויס. שוין גייענדיג אין גאס, האט אים די אלטע טשערנאבילער רעביצין - רבי זושא'לעס ווייב - נאכגעשריגן: איר האט גע'הרג'עט מיין מאן!!! דאס איז געווען ריזיגע בושות.
2. רבי ישראל'טשע ווידער, האט קיינמאל נישט געלאזט בארעדן זיין טאטן. כמה פעמים האב איך געהערט דעם לעגענדע, אז אן עושר האט אים אמאל אויסגעשריבן א ריזיגע טשעק, בימי גלותו, ווען בשעת מעשה האט ער זיך אויסגעדריקט אז ער קען נישט פארשטיין די רשעות פון א טאטע ארויסצואווארפן א קינד וכו'. ר' ישראל'טשע האט גענומען דעם טשעק און עס צוריסן אויפן פלאץ, זאגנדיג אז א איד וואס רעדט אויף זיין 'העיליגן טאטן' וויל ער נישט הנאה האבן פון זיין געלט! דאס איז געווען אין א תקופה וואס דער מענטש האט געבעטלט פאר ברויט.
3. ער איז אנגעגאנגען בימי גלותו, בעסער געזאגט, אין די יארן ווען מ'האט אים געצאפט די בלוט, מיט אן אבנארמאלער אמונה. זיין דאווענען איז געווען בהתלהבות כאילו ער איז ביים טאטן אין וויינגארטן [תרתי משמע]. מיין שווער - וואס האט געהאט א שטיקל זיקה צו וויזניץ מבית אבותיו - פלעגט צומאל אריינפאלן ביי אים אין ביהמ"ד, ווערנדיג נתפעל יעדעס מאל פון פריש ווי ער פלעגט פאטשן און טאנצן כאילו לא היה, און נישט ווי ער איז אן אפגעפליקטע הושענא.
4. באקאנט איז, אז ער האט געזאגט אז אויב מ'רופט אים פון טאטנס שטוב אז מ'וויל אים שוין צוריקנעמען, זאל מען אים אויפוועקן פון שלאף. דאס פלעגט ער זאגן יעדעס מאל פון פריש. אן אבנארמאלער התנהגות, ואמונה פשוטה, נאך יאאאאאאארן לאנג, צו האלטן אז סוכ"ס גייען זיינע צרות נעמען אן עק [ס'הייסט, אז דער בעלזער, און דאכצעך אויך דער סאטמארע שוואגער, האבן אים כמה פעמים צוגערעדט ער זאל עפענען מוסדות און א רבי'סטעווע ווייל ער גייט ממילא נישט צוריקקומען. א זאך וואס ער האט אויסגעשלאסן זאגנדיג אז ער וויל נישט מצער זיין דעם טאטן, און ער גלייבט דער טאטע וועט אים נאך צוריקנעמען]. אויב די אגדה איז ריכטיג, הייסט עס אויך, אז דער ערשטער טעלעפאן קאל אז דער טאטע וויל זיך טרעפן מיט אים [אדער רעדן מיט אים אויפן טעלעפאן], איז טאקע געווען ווען ער האט געכאפט א דרימל פרייטאג נאכמיטאג לכבוד שבת...
5. כ'האב געהאט א קרוב א וויזניצער חסיד, נאך פון אמרי חיים, און שפעטער ביי רבי משה'לע. ביים פרשה מיט רבי ישראל'טשע האט ער זיך גענצליך פארעקלט פון וויזניץ, און אפגעלאזט דעם חצר. אבער ער האט געהאט אפאר דאלער, און יעדעס מאל ר' ישראל'טשע איז געקומען קיין אמעריקע, האט ער אים געגעבן אפאר דאלער. שפעטער ווען רבי ישראל'טשע איז שוין געווען ברום המעלה, און יענער קרוב האט ליידער נישט מצליח געווען אין פריוואטן לעבן, בנוסף לזה וואס קיין געלט האט ער מער נישט געהאט, איז רבי ישראל'טשע נאכאלס יענעם געקומען באזוכן און גאר שטארק מכיר טוב געווען פאר זיין הילף אין זיינע שווערע צייטן. א זאך וואס רוב מענטשן 'פארגעסן' נאכדעם.
6. און אז מ'רעדט שוין פון רבי ישראל'טשע, לאמיר מסיים זיין מיט א דבר טוב - וואס האט נישט עכט קיין שייכות מיטן אשכול, אבער שוין איינמאל א שייכות מיטן מהות פון רבי ישראל'טשע: איך האב א חבר וואס האט געהאט א קינד, וואס ביי די 2 יאר איז ליידער אנטדעקט געווארן ביי אים די ביטערע מחלה רח"ל [אגב, דאס קינד איז היינט ב"ה גענצליך ערהוילט]. ער איז א וויזניצער, א היבש אויפגעקלערטער [זיך דערוואגט צו גיין צו רבי ישראל'טשע בשתיקה, זייענדיג א בחור אין ישיבת וויזניץ גופא. ער האט פארשטאנען די פרשה], און היות דאס האט פאסירט ווען ר' ישראל'טשע איז געווען אומאפיציעלער רב [הרה"צ...], האט ער זיך אויסגערעדט פאר ר' ישראל'טשע דערוועגן - ווען ער איז געווען אין אמעריקע אינמיטן יאר [כ'מיין אז ווינטער], רבי ישראל'טשע האט אים אויסגעהערט מיט א קענטיגער צובראכנקייט, און דערנאך האט ער אים געזאגט אז מ'וועל מיר אים אי"ה אינזין האבן ביי די תקיעות ר"ה.
יענע מוצאי ר"ה באקומט מיין חבר א טעלעפאן קאל פון זיינס א חבר וואס איז געווען אין ארץ ישראל, און ער זאגט אים: דו מוזט הערן וואס האט פאסירט דעם ר"ה ביים רב [די ישראל'יסטן פלעגן אים רופן 'רב']. מ'האלט פאר די תקיעות, די ביהמ"ד איז געפאקט, און די תקיעות איז די סאמע ערנסטע מאמענט אין וויזניץ, ווען רבי ישראל'טשע האט זיך באוויזן אין ביהמ"ד מיט די נאסע פיאות, ער גייט ארויף אויפן בימה, מ'גרייט זיך שוין צו בלאזן שופר, ווען פלוצלינג ווייזט ער אויף זיין חבר צוצוקומען צו אים. די גאנצע ביהמ"ד שטייט מיט ברייטע אפענע בליקן טראכטנדיג מי יודע וואס דער הייליגער רב פארארבעט יעצט, ווען רבי ישראל'טשע האט אים געגעבן א פרעג: וויאזוי הייסט ... [מיין חבר'ס] ווייב? כ'וויל מזכיר זיין זיין זון ביי די תקיעות!!!
מיין חבר איז געווארן גערירט ביז טרערן, און ס'האט אים שטארק מחזק געווען כמובן. מיין חבר האט מיר אויסגעפירט: איך האב שוין לאאאאאאנג געהאט פארגעסן דערפון, נאך א גאנצע ווינטער, זומער, טריטמענס מיטן קינד. ער ווידער, איז נישט די טאטע, ער פירט א ריזיגע חסידות, ער הערט אזעלכע פרשיות יעדן טאג, און דאך - ער האט געדענקט אז ער האט געזאגט פאר א איד, אז ער וועט 'אינזין האבן זיין זון ביי די תקיעות'!
ווילט איר, דאס איז רבי ישראל'טשע וויזניצער על רגל אחת. ואשרי לדור שהוא ממנהיגיו!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 7:34 am
דורך שבת אחים
כ'האב געהאט א קרוב א וויזניצער חסיד, נאך פון אמרי חיים, און שפעטער ביי רבי משה'לע. ביים פרשה מיט רבי ישראל'טשע האט ער זיך גענצליך פארעקלט פון וויזניץ, און אפגעלאזט דעם חצר. אבער ער האט געהאט אפאר דאלער, און יעדעס מאל ר' ישראל'טשע איז געקומען קיין אמעריקע, האט ער אים געגעבן אפאר דאלער. שפעטער ווען רבי ישראל'טשע איז שוין געווען ברום המעלה, און יענער קרוב האט ליידער נישט מצליח געווען אין פריוואטן לעבן, בנוסף לזה וואס קיין געלט האט ער מער נישט געהאט, איז רבי ישראל'טשע נאכאלס יענעם געקומען באזוכן און גאר שטארק מכיר טוב געווען פאר זיין הילף אין זיינע שווערע צייטן. א זאך וואס רוב מענטשן 'פארגעסן' נאכדעם.
אמת! איך קען אויך אזא איינעם מיט א ענדליכע מעשה, ער איז א גרויסע מכיר טובה און ער האט נישט פארגעסען פון די אידן וואס האבן אים געשטיצט אין זיינע ביטערע יארן, מיין טאטע זז״ג איז א ילוד שיכון ויזניץ אין ב״ב און ער קען ר׳ ישראלטשע זיין גאנץ לעבן, ער האט קודם געלערנט אין ב״ב אין ישיבה שפעטער איז ער געקומען קיין אמעריקא לערנען אין מאנסי (נאך בשעת חייו פונעם אמרי חיים זצוק״ל) און ער איז פארבליבן א געשווארנע מאנסי וויזניצער חסיד און אויך אריינגעשלעפט זיינע ברידערס און שוואגערס קיין מאנסי, ווען מ׳האט ארויסגעווארפן הרה״צ ר׳ ישראל איז מיין טאטע מיט זיינע ברידער אין ב״ב געשטאנען צו ר׳ ישראלטשע׳ס האנט און אים געהאלפן אויף טריט און שריט, מיין טאטע פלעגט אים שיקן געלט און בעיקיטשעס פון אמעריקא און ווען ער פלעגט קומען קיין אמעריקא פלעגט ער אסאך מאל ארויפקומען צו מיין טאטען אינדערהיים פאר נאכטמאל, עד היום פארגעסט ער נישט צו רופן מיין טאטען מיט מיינע פעטערס יעדעס יאר פאר ר״ה וואונטשען א גיט יאר און יעדע מאל ווען ער מאכט א שמחה רופט ער אים זאגן א הערצליכן מז״ט און מיין משפחה איז ווייט נישט פון די איינציגסטע וואס ער רופט כסדר און האלט קאנטאקט על אף ער איז היינט א גרויסע רבי פון צענדליגער טויזענטער חסידים מיט אסאך פראבלעמען און דאגות. מיין טאטע האלט פון אים עולם ומלאו אזש אז ער פארגלייכט אים (אביסל) צום סבא קדישא דער אהבת ישראל זצוק״ל.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 8:58 am
דורך diff
פלגי מים לב מלך ביד ה' על כל אשר יחפץ יטנו
ער האט געהאלטן אט אט ביים ווערן מלך ישראל
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 11:47 am
דורך chusid
ביי איינע פון די שלש סעודות מחאות קעגן ר' ישראל זאגט דער ישועות משה אז ער פלעגט ארומלויפן מיט אים צו פראפעסארן אים צו היילן. פון וואס רעדט ער?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 11:55 am
דורך שבת אחים
chusid האט געשריבן:ביי איינע פון די שלש סעודות מחאות קעגן ר' ישראל זאגט דער ישועות משה אז ער פלעגט ארומלויפן מיט אים צו פראפעסארן אים צו היילן. פון וואס רעדט ער?
פון היץ...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:06 pm
דורך ראוונע
אזוי אויסצוקלארען א זאך ווי נאר הרב שש קען
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:18 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם: איך וועל מיך יעצט נאר מתייחס זיין צו דיין הקדמה און פרק א'. דאס ברענגט אריין א געוואלדיגע קלארקייט ביי מיר , וואס עגבערט מיך דער עצם פאקט שוין יארן. וויאזוי א לכאורה, פיינער מענטש, א בעל רגש קען ווערן אזוי אכזריות'דיג צו זיין אייגענעם זון. ס'זענען שוין געווען פארשידענע הסברים. איינס פון זיי איז געווען אז ער האט זיך צוגעהערט צו זיין רעבעצין, וועלכע איז געווען א מרשעת און האט איהם, ישראל'טשען געהאסט מיט א שטארקע שנאה און דער יונגערער ברודער האט עס אויסגענוצט. אבער די אלע הסברים זענען ביי מיר געווען בבחינת ..."ואין פותר אותו לפרעה" כפירש"י בפ' מקץ. עיין שם.
נאר מדי דברי בו, האביך מיך דערמאנט אז איך האב אמאל געהאט צו טון מיט א מנהל/אדמיניסטראטאר פון א ישיבה וואו איך האב געדרייווט דעם באס. אט דער מענטש...? איז געווען באוואוסט אלס א מענטש מיט זייער א גרויס מויל. סתם מענטשן וועלכע האבן זיך באגעגענט מיט זיין גרויסן פיסק זענען געבליבן וואו מעקעלעך. אדער ווי איינער וואס איז אפגעגאסן געווארן מיט א קאלטן שויער אין חודש טבת. איך האב מיך אמאל פארמאסטן מיט איהם אין פיסקעווען. און ער האט מיר געגענטפערט ווי א מעקעלע...!
והשנית. איך בין אמאל געווען ביי א שמחה און איך הער אז דער בעל תפילה פון מעריב דאוונט מיט א קול דממה דקה. און מיט גרויס הכנעה. אבער די קול איז מיר געווען זייער שטארק באקאנט. האביך באמערקט אז דאס איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי יענער אדמיניסטראטאר מיט דעם גרויסן פיסק...!
Re: אב לא יחוס על בנו? [פרשת ישועות משה ור' ישראל'טשע מ'וויז
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פון די באשרייבונג זעט אויס אז ס'איז דא א דריטע שטיקל פונ'ם חשבון. ווייל די ערשטע צוויי האט דאך ר' ישראל'טשע אויך און פון דעסטוועגען שטייגט ער איבער זיין טאטע.
דאס איז דער 'בלויע בלוט' צוגאנג. דאס אז ר' משה'לע האט געהאלטען אז דער וועלט באלאנגט צו איהם, אז די מורדים האבען איהם עפעס צוגענומען, אז זיין זון מעג נישט האבען אן אייגענע מיינונג אלס אן ערוואקסענע מענטש. דאס קומט אלס פון זיין א רבי'ש קינד וואס מ'האט איהם איינגערעדט אז דער זון דרייט זיך ארום איהם.
ר' ישראל'טשע קען ריכטיג זאגען 'חביבין יסורין', ווייל הגם ער איז אויך א בעל רגש, אויך א גאנץ קליינע מח, אבער דאס וואס ער קלערט נישט אז דער זון האט זיך היינט אויפגעוועקט פאר זיין הנאה און דער וואס גייט אין גאס ערגעץ אויפ'ן כדור העולם האט עפעס א שייכות מיט איהם, דאס איז אלס אדאנק די יסורים וואס ער האט זוכה געווען דורכצומאכען.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:29 pm
דורך רושם
טעות
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:30 pm
דורך chusid
ר' שש, דארפסט מאכן אן עקסטערן ארטיקל מסביר צו זיין וויאזוי טויזענטער חסידים זענען געשטאנען אינדער זייט און צוגעקוקט צו דע טעראר און עס בארעכטיגט...פארוואס האבן דע ערוואקסענע מענטשן געהאלטן אז עס קומט פאר ר' שראלטשע דע רדיפות?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:49 pm
דורך ראוונע
chusid האט געשריבן:ר' שש, דארפסט מאכן אן עקסטערן ארטיקל מסביר צו זיין וויאזוי טויזענטער חסידים זענען געשטאנען אינדער זייט און צוגעקוקט צו דע טעראר און עס בארעכטיגט...פארוואס האבן דע ערוואקסענע מענטשן געהאלטן אז עס קומט פאר ר' שראלטשע דע רדיפות?
ווייל דאס איז וויזניץ
פונקט ווי רבי ישראלטשע האט נישט געלאזט רעדן אויף זיין העיליגען טאטע׳ן טראץ דעם וואס ער האט אים אויסגעטיילט ציפקע צרות אזוי האבען די חסידים זיך נישט דערוואגסט צו טון עפעס אקעגן די העיליגע רבי אפילו זיי האבען געהאלטען אז סאיז נישט ריכטיג
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 2:36 pm
דורך יהושע חיים
נישט דוקא וויזניץ נאר יעדער אדמו"ר קען טוהן וואס ער וויל און די לעמעליך וועלן שרייען קדוש
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 2:50 pm
דורך ראוונע
קען זיין אבער אין וויזניץ איז עס אויף גאר א שטארקע פארנעם
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 7:39 pm
דורך וזרח השמש
און וואס איז די מעשה מיטן רעבעצין? פארוואס האט זי פיינט געהאט איר זון?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 10:57 pm
דורך ראוונע
וזרח השמש האט געשריבן:און וואס איז די מעשה מיטן רעבעצין? פארוואס האט זי פיינט געהאט איר זון?
הייסען הייסט עס אז ער איז געווען צו פרום פאר איר
פלעגט מבער זיין אירע מאגאזינען וכדומה
Re: אב לא יחוס על בנו? [פרשת ישועות משה ור' ישראל'טשע מ'וויז
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 11:02 pm
דורך mevakesh
ראוונע האט געשריבן:וזרח השמש האט געשריבן:און וואס איז די מעשה מיטן רעבעצין? פארוואס האט זי פיינט געהאט איר זון?
הייסען הייסט עס אז ער איז געווען צו פרום פאר איר
פלעגט מבער זיין אירע מאגאזינען וכדומה
שמעתי אז דער טאטע פלעגט איהם שיקען
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 11:25 pm
דורך שושן פורים
געוויסע זענען עס תולה אין די נאמען, שמעתי אז ווען ער איז געבוירן האט זיין מאמע געוואלט געבן די נאמען מענדל נאך איר טאטע אדער זיידע מצד דעעש (נישט פארמישן מיט דאעש ) און ר משה האט געוואלט געבן ישראל נאכן אהבת ישראל פון וויזניץ, למעשה האט דער ברודער פון אמרי חיים דער דמשק אליעזר געהאט קריאת השם ביים ברית און ער האט געגעבן ישראל און אדאנק דעם האט זי איהם פיינט באקומען .
די מעשה מאכט נישט קיין סענס אבער אויף רביצין לייטשא לאזט זיך עס גלייבן.
א כעין די מעשה האט זיך אפגעשפילט מיט די נאמען זעליג ביי משפחת שטיסל הרוממה
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 11:36 pm
דורך ראוונע
שושן פורים האט געשריבן:געוויסע זענען עס תולה אין די נאמען, שמעתי אז ווען ער איז געבוירן האט זיין מאמע געוואלט געבן די נאמען מענדל נאך איר טאטע אדער זיידע מצד דעעש (נישט פארמישן מיט דאעש ) און ר משה האט געוואלט געבן ישראל נאכן אהבת ישראל פון וויזניץ, למעשה האט דער ברודער פון אמרי חיים דער דמשק אליעזר געהאט קריאת השם ביים ברית און ער האט געגעבן ישראל און אדאנק דעם האט זי איהם פיינט באקומען .
די מעשה מאכט נישט קיין סענס אבער אויף רביצין לייטשא לאזט זיך עס גלייבן.
א כעין די מעשה האט זיך אפגעשפילט מיט די נאמען זעליג ביי משפחת שטיסל הרוממה
יא אויך אזוי געהערט
אבער דעס אליינס איז נישט געווען גענוג סיבה צו קענען ארויסווייזען איר פיינטשאפט די מכה בפטיש איז געווען אז ער איז געווען פרומער ווי איר
די אהבה וואס זי האט געהאט צו מענדל שטאמט טאקע פון זיין נאמען נאך איר זייט
טאקע בערך אזוי ווי ביי שטיסל נאר דארט האט עס אויסגעקלאפט אויפען מאן. אבער ווער ווייסט אפשר ווען דאס קינד זליג וועט אויפ וואקסען וועט אים מרת גיטי טאקע פיינט האבען
דרך אגב כעין אזא מעשה איז געווען מיט מהר״א מסאטמאר אין מאיר שפיץ פון ביסטריץ ביים ברית פון רבי חיים הערש בן מהרז״ל
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 12:28 am
דורך [NAMELESS]
שושן פורים האט געשריבן:געוויסע זענען עס תולה אין די נאמען, שמעתי אז ווען ער איז געבוירן האט זיין מאמע געוואלט געבן די נאמען מענדל נאך איר טאטע אדער זיידע מצד דעעש (נישט פארמישן מיט דאעש ) און ר משה האט געוואלט געבן ישראל נאכן אהבת ישראל פון וויזניץ, למעשה האט דער ברודער פון אמרי חיים דער דמשק אליעזר געהאט קריאת השם ביים ברית און ער האט געגעבן ישראל און אדאנק דעם האט זי איהם פיינט באקומען .
די מעשה מאכט נישט קיין סענס אבער אויף רביצין לייטשא לאזט זיך עס גלייבן.
א כעין די מעשה האט זיך אפגעשפילט מיט די נאמען זעליג ביי משפחת שטיסל הרוממה
ליין דא: מעכל האט געשריבן:נייגעריגער האט געשריבן:דעתי הענייה האט געשריבן:איז אזוי, בקיצור, זיין מאמע (איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים וועגן איר פערזענליכקייט, ווייל צו וואס רעדן אויף שוכני עפר)האט אים פיינט געהאט אלה יארן, ווייל ער איז געווען א פרומער, א קנאי, און (אויף די וויזניצער שפראך) א חניואק
אן אנדערע גירסא בנוגע די סיבת השנאה פון מאמע צו קינד: דער מאמע לאה אסתר ע"ה איז געווען די טאכטער פון הה"ק ר' מנחם מענדיל פון דעעש ז"ל, און זי האט זייער שטארק געוואלט אז איהר ערשטע זוהן זאל טראגן איהר טאטע'ס נאמען, אבער למעשה האט מען איהם א נאמען געגעבן נאך הה"ק ר' ישראל'טשע וויזניצער ז"ל, און זי האט דאס קיינמאל מוחל געווען.
אזוי ווייט, אז עס פארציילט זיך א לעגענדע [איך נעם דערויף קיין אחריות - מ'זאל נישט זאגן אז נייגעריגער אליינס האט אזוי פארציילט - אבער אזוי פארציילט מען], אז נאכן ברית ווען מען האט געברענגט דעם רך הנימול צו זיין מוטער האט זי איהם נישט געוואלט אין האנט נעמען, אזוי אז ער איז שיעור נישט אראפגעפאלן!
און לפי דעם איז פארשטענדליך איהר ספעציעלע ליבע צו ר' מענדיל שליט"א וואס האט געטראגן איהר טאטע'ס נאמען.
עס שטימט מישט, רבי ישראל איז געבורען אין ארץ ישראל ו' אייר תש"ה אפאר וואכן איידער די צווייטע וועלטס וג האט זיך גענצליך אפגעשטעלט. די קלארע ידיעה וואס עס האט פאסירט מיט רבי חיים מנחם מענדיל הי"ד מדעעש איז הערשט אנגעקומען צו זיין טאכטער א שטיק צייט שפעטער, האט מעןנישט געקענט א נאמען געבן נאך איהם ווי לאנג מען האט נישט געוואוסט מה עלה בגורלו
------------
אגב, פאר ווער עס וויל זען די דרשות ומכתבים פונעם ישועות משה, וואו מ'קען זען אזעלכע לשונות ווי איך האב מצטט געווען אויבן סוף קאפיטל א', זאל ליינען
פון דא און ווייטער.
א ברכה צו מאכן...
Re: אב לא יחוס על בנו? [פרשת ישועות משה ור' ישראל'טשע מ'וויז
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 12:38 am
דורך יהושע חיים
אויך האט זי געגלייבט אז מען האט עהם אין שפיטאל פארטוישט מיט אהן אראבער (ציליב זיין טינקעלע הויט)
Sent from my LG-P659 using Tapatalk