וואס איז פשט פון די היזהר בגחלתן דיסארדער ? [HBD]
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:11 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
וואס איז פשט פון די היזהר בגחלתן דיסארדער ? [HBD]
כ'לייען אזוי אין א פאר אשכולות דא און דארט, אזוי אויך פין שמועסען מיט פריינד און נאנטע שטעלט זיך ארויס א בילד אז צווישען היימישען ציבור איז איינגעווארצעלט א טיפע פחד צי זאגען א שלעכט ווארט איבער איינער וואס וויקעלט זיך ארום מיט אן אדמו"ר'ישען פעלץ,
כ'דענק כ'האב אמאל באזוכט ביי א פריינד מיינעם א געוויסען מוצש"ק, און דער שמועס האט זיך אזוי געפירט אז כ'האב אביסעלע חוזק געמאכט פין איינעם פין די אדמו"רים וואס שפילען גאט, אין א בחינה פין ליצנותא דע"ז, זיין ווייב האט עס נישט געקענט פארנעמען, זי האט מיר ממש געבעטען מיט א שרעק אין די אויגען כ'זאל נישט רעדען אזוי אויף א "רבי" ווייל אויף א "רבי" טאר מען נישט רעדען, ס'האט ממש אויסגעזעהן ווי זי האט מורא אז איר הויז וועט איינפאלען טאמער זי וועט איינעם לאזען אזוי רעדען ביי איר הויז...
ס'הייסט אזוי אויף סתם א יונגערמאן א תלמוד חכם וואס געבט זיך אוועק זיינע טעג און נעכט על התורה ועל העבודה, איז נישט אזא פראבלעם צי רעדען אויף עים אדער זאגען עפעס קריטיק, אבער איינער מיט א טיטול "רבי" אדער "צדיק" זאל עס אפילו זיין א פוסטע שטריק איבערגעפילט ווי א האלאפטשע מיט מידות משחתות, אויף אים טאר מען חלילה נישט רעדען,
קומט אויס אז ס'האט גארנישט מיט די מאמר חז"ל פין היזהר בגחלתן וואס זיי האבען עס געזאגט איבער תלמידי חכמים עובדי ה' באמת ובתמים, נאר ס'איז פשוט א שם מושאל איבער א דיסארדער פון פחדים פון פוסטע יונגען וואס זענען גראדע געבוירען און א דינסטיע פין "רבי'ס",
די שאלה איז קודם צי ס'בכלל דא וואס צי מורא האבען, ס'הייסט דאס איז זיכער אז ס'האט נישט מיט עפעס ווי "אז מן השמים נעמט מען זיך אן פאר זייער כבוד" נאר די שאלה איז צי די מציאות אז זיי שפילען קעניג איבער א גרויסע ציבור וואס גלייבען אין זיי ווי די בארפיסיגע אראבער גלייבען אין מוחמד, איז קען זיין אז די אנערגיע וואס זיי באקומען פין זייערע גלויביגע קען זיך אויסדרייען אין טאקע שאטען פאר זייערע פיינט,
אדער איז עס סתם א אמונה טפילה אנע שום האפט, וואס איז דורעך די יארען געווארען איינגעבאקען אין די דערשראקענע שעפסעלאך, וואס וואקסען אויף מיט אזא פחד פין א "הקפדה" פין דעם צדיק אדער רבי אדער כ'ווייס נישט וואס פאר א שווארצע יאר מען ריפט זיי אן,
ס'מיר צימאל זייער אינטערעסאנט, ווען בי אזא אזוי געריפענע "רבי" ווערט יעדע קליינע גוטע זאך וואס זיי טוען פארוואנדעלט אין א מדריגה גדולה, מיט אומפארשטענדליכע מידות טובות, ווען ביי א פלעינע יונגערמאן וואס פירט זיך אויף אסאך בעסער איז ער א פשוטע "פיינע יונגערמאן",
אבער צירוק צים HBD דיסארדער, ס'איז א רחמנות צי זעהן אז מענטשען האבען עכט מורא,
כ'טראכט אז אפשער איז דאס א חלק פין וואס שטייט אין די תוכחה :
וְהַנִּשְׁאָרִים בָּכֶם וְהֵבֵאתִי מֹרֶךְ בִּלְבָבָם בְּאַרְצֹת אֹיְבֵיהֶם וְרָדַף אֹתָם קוֹל עָלֶה נִדָּף וְנָסוּ מְנֻסַת חֶרֶב וְנָפְלוּ וְאֵין רֹדֵף.
אדער:
וְנָתַתִּי פָנַי בָּכֶם וְנִגַּפְתֶּם לִפְנֵי אֹיְבֵיכֶם וְרָדוּ בָכֶם שֹׂנְאֵיכֶם וְנַסְתֶּם וְאֵין רֹדֵף אֶתְכֶם.
מענטשען ציטערען פין זייער שאטען, לאזען זיך פיהרען פין ליידיגע זעק (אויפען בעסטען פאל) און ציטערען צי זאגען א ווארט,
כ'מיין קאם אן, מען טאר שוין נישט האלטען אנדרעש?!, מען טאר שוין נישט קריטיקירען?!, מען ברויך אריינגלייבען אין יעדע אפגעריסענער וואס שפילט "רבי" וואס איז דעיס, וואס איז דעי משוגענע ווירטשאפט,
אבינו מלכינו שלח רפואה שלימה לחולי עמך !

- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
Re: וואס איז פשט פון די היזהר בגחלתן דיסארדער ? [HBD]
ווער האט היינט מורא צו חוזק מאכן פון רבי'ס?? כ'מיין אז ביסט צוריקגעבליבען 15 יאהר
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: וואס איז פשט פון די היזהר בגחלתן דיסארדער ? [HBD]
איך ווייס איך פיהר זיך נישט אויף אזוי, אבער אפשר שטעקט עפעס אין דער זאך אז טאמער טויזענטע אידען רעדען זיך איין אויף איינעם אז ער טויג צו עפעס, איז עס א זלזול אין טויזענטער מענטשען זיך צו שפעטען אין איהם.
סופערסטיציע'ס איז אייביג נישט פאר ערוואקסענער מענטשען, אבער דו זאגסט נאך פון א פרוי, נו וואס האסטו געמיינט? זי זאל זיין געריבען ווי א מאן? דעמאלס האט זי נישט קיין שידוך.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
מאנכע האבן ליב אנצוצייגן אויפ'ן דברי חיים ווי ער שרייבט די תשובה אז איינער וואס אידן זענען נהנה פון אים בעצה ותושיה טאר מען נישט מזלזל זיין בכבודו. אויך זאגט מען נאך בשמו אז ביי קורח שטייט: אם כמות כל האדם ימתון אלה ופקדת כל האדם יפקד עליהם לא ה' שלחני. ואם בריאה יברא ה' ופצתה האדמה את פיה ובלעה אתם ואת כל אשר להם וירדו חיים שאלה וידעתם כי נאצו האנשים האלה את ה'. זאגט ער אז ממ"נ קומט זיך אים מיתה ווייל ער האט גערעדט אויף א מנהיג ישראל.
די תירוץ אויף דעם איז אז הא תינח א מנהיג ישראל וואס איז געווארן אויפגענומען ווייל ערליכע אידן האבן אים געהאלטן פאר א בעל מדריגה וכדומה. אבער טאמער איז ער גרויס געווארן פשוט ווייל ער איז באשאפן געווארן פון א הייליגע טיפה סרוחה און מענטשן מיט א געפיל פאר זיין משפחה זיכן אים גרויס צו מאכן, איז דאך עס סתם א זשאק.

- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
פין וואו נעמסטו צו מאכן דעם חילק, זאגסט א סברה אבער דער ד"ח זאגט דאס נישט ער זאגן אויב מען איז נהנה פון אים בעצה ותושיה טאר מען נישט מזלזל זיין בכבודו, וואס איז מיר א נפקא מינה פארוואס מען איז נהנה פון אים בעצה ותושיה.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: וואס איז פשט פון די היזהר בגחלתן דיסארדער ? [HBD]
פארוואס דארף מען לויפן בוזן דברי חיים? סאיז א בפירוש׳ע גמרא אפי קל שבקלים שנתמנה על הציבור כו׳
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: וואס איז פשט פון די היזהר בגחלתן דיסארדער ? [HBD]
א פיינע זאך! זאג פאר וואס פארא חסיד אז דו ביסט נישט מזלזל אין זיין רעבע ווייל אפילו קל שבקלים וכו'!
בכל אופן, טאמער יענער מנהיג טויג נישט און ער זאגט אומריכטיגע זאכען, צו ער שלעפט געלט פון מענטשען שלא ביושר, האט מען א מצוה צו ראטעווען מענטשען פון מאכען א גרייז.
בכל אופן, טאמער יענער מנהיג טויג נישט און ער זאגט אומריכטיגע זאכען, צו ער שלעפט געלט פון מענטשען שלא ביושר, האט מען א מצוה צו ראטעווען מענטשען פון מאכען א גרייז.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
Re: וואס איז פשט פון די היזהר בגחלתן דיסארדער ? [HBD]
וואס איז מיט די קופה של שרצים וואס א פרנס דארף האבן (נישט אז זיי האבן נישט, נאר וואס זאגט דער חסיד וואס דער רבי איז העכער גאט ב"ה עפ"ל. העי חסיד דארפסט נישט מורא האבן זיי האבן עקסטער לארז' סייז קופה)
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
כפתור האט געשריבן:ללמדך שכל מי שנתמנה "פרנס" על הציבור אפילו הוא קל שבקלים הרי הוא כאביר שבאבירים הראשונים, שנאמר (דברים י"ז) ובאת אל הכהנים ..
רוב רבי'ס וואס איך ווייס, זענען אלעס, חוץ א פרנס
וואס איז דאס א "פרנס"?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: וואס איז פשט פון די היזהר בגחלתן דיסארדער ? [HBD]
פאר נייגעריגקייט, דער אדמור וואס דו האסט חוזק געמאכט, איז די פרוי אפשר א חסידיסטע פון יענעם, אדער עכ״פ א מעריצטע?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
מיין מיינונג איז אז כל זמן דער אדמו"ר אדער מנהיג איז נישט קיין רשע וואס טוט אויסגערופענע שלעכטץ פאר מענטשן, איז נישטא קיין שום סיבה צו רעדן אויף אים. און אדרבה, עס איז א עוולה גדולה צו רעדן אויף אים.
ווידעראום, טאמער איז ער ידוע אלס א מענטש וואס האט בייזוויליג געטון שלעכטץ פאר מענטשן, דאן איז א עוולה זיך צו דערשרעקן פון זיין גחלתן. מען דארף אזא מנהיג אדער הייליגער בנש"ק אראפ רייסן און רודף'ן מיט די גאנצע ברוטאליטעט וואס שייך.
די סיבה פונעם גחלתן פאביע נעמט זיך פון פשוט'ע ברעינוואשינג. אויף כמעט יעדער רבי איז דא מעשיות פון הקפדות.
וויזניצער דערציילן וויאזוי די מורדים האבן מיעס אפגעשניטן. סאטמארער דערציילן וויאזוי די בני יואל האבן מיעס אפגעשניטן, און אזוי אלע מתנגדים פו גרויסע רבי'ס ביז שמויגערס.
זעלבספארשטענדליך אז עס האט נישט קיין שום האפט און קיין שום פראפעשענל סטאטיסטיק אגענטור וועט עס נישט אננעמען. עס איז דאך כמעט לא ימלט אז א מענטש זאל זיך ארויס דרייען פון סיי וועלעכע פראבלעמען מכאובי בני אדם. ממה נפשך, שטארבט ער יונג נאך א גוט לעבן, איז ער דאך געשטארבן יונג. לעבט ער לאנג, וועט זיך דאך לכאורה מאכן כאטש איין שווערע עגמת נפש אין זיין לעבן, אויב נישט ביי אים און זיינע קינדער, וועט עס זיין ביי זיינע אייניקלעך אדער אור אייניקלעך...
דאס אז טשעפענען סתם א איד קאסט אויך א פרייז איז אויך באקאנט, אבער נישט מיט אזא הייליגער גחלתן ווארענונגס לעמפל, און ווילאנג מען האט יענעם נישט בפועל שטארק וויי געטון איז נישט געפערליך.
צו מען ווערט געשטראפט בעלמא הדין פארן טשעפענען סיי וועמען קען איך נישט איבערווייזן. אבער אן א דעם מעג מען וויסן, אז, חס ושלום צו טשעפענען א פרידליכער מענטש, כולל א רבעלע.

אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).