בלאט 1 פון 1

שבת אין קראון-הייטס - הדרכה פליז

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 12:13 pm
דורך לכבוד שבת קודש
האט דער אויבערשטער געהאלפן, א שמחה אין די משפחה, און אלעס איז געפארן, די גאנצע משפחה מיט די פעטערס און מומעס, מיט שאף און רינדער. אבער שבת קודש ריעט, בין איך געבליבן נעבעך אליין אין מיין גרויסן ווילא - דאס ווייב פארשיקט, די קינדער צושפרייט, בין איך יעצט געווארן ווי א בחור אויף דער פריי, מען קען גיין און קומען ווען מען וויל, שלאפן ווילאנג מען וויל, פארברענגען ביז זייגער טויזנט. טון וואס מען וויל און קיינער שטערט נישט, עס איז א מחיה נפשות.

קומט צו גיין שבת, הויבט זיך אן די שאלה: וואו גייט מען שבת?! - מיר וואלט נישט געשטערט צו עסן שבת אליין אינדערהיים, וויל איך דאך מאכן דאס לעבן אינטערעסאנטער, אריינלייגן אביסל ספייעס אין דאס חיות, קלערט מען פון עפעס אויסערארדנטליך.

אצינד איז דער קלער צו פארן אויף שבת קיין קראון-הייטס, צו מאכן א שבת מיט די ליובאוויטשער (אויב איינער האט בעסערע איידיעס - קען ער מיר מעלדן...)

מיין שאלה יעצט איז, וואס קען מען טון אין קראון-הייטס? - וואו קען מען גיין און פארברענגען? - וואס טוט זיך מיט אש"ל? - וואו 'מוז' מען באזוכן און אויב מען גייט נישט אהין האבן מיר 'עפעס' פארפאסט? - וואס איז אינטערעסאנט דארט און וואו קען מען פארברענגען?

איך וואלט ערווארטעט צו הערן אדווייס פונעם ציבור, אויב איינער ווייסט פון עקספיריענס, פון ידיעה, אדער סתם אזוי, קען זיך מעלדן דא ברבים אדער אין אישי, ווי אזוי מען וויל - ווי אזוי קען מען אויסנוצן אזא צייט צו א מאקסימום... בסך-הכל איז דאס דאך א לייף אפערטאנעטי - דאס מאכט זיך נישט אזוי אפט, אז מען זאל קענען האקן א לעבן אויף אזא מצב... נו, ווי אזוי זאגן די בעלי-מוסר? - מען זאל נישט דארפן וויינען דערנאך, פארוואס מען האט נישט אויסגענוצט די צייט.

ענטפערס פליז...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 12:50 pm
דורך שמעקעדיג
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט אש"ל?

איך בין נאך קיינמאל נישט געווען דארט אויף א שבת; אבער כ'גלייב ס'זיכער פאראן דארט א חב"ד האוז אין די עריע, אפשר מאך א גוגל סערטש.....
אה, און מזל טוב צו די שמחה.
(אויב בלייבסטו אויסגעשפילט, קענסטו קומען צו מיר אויף שבת..)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 1:21 pm
דורך berlbalaguleh
לכבוד שבת קודש: דיין דערמאנען די בעלי המוסר האט מיך דערמאנט פון אן אינטרעסאנטע מעשה'לע וואס מיין רבי האט דערציילט אין חדר. והנה: ס'איז אמאל, אין א שטעטל געשטארבן א גרויסער עושר. אפשר דער גרעסטער עושר פון שטאט. פארשטייצעך אז די גאנצע שטאט איז געקומען צו זיין לויה. דער רב פון שטעטל האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט א פייער'דיגן הספד. ער האט אויך געזאגט די פאלגנדיגע ווערטער...רבותיי. לאמיר זיך אפלערנען א מוסר השכל אז די געלט מיינט נישט גארנישט. מ'נעמט זיך דאס נישט מיט אויף יענע וועלט...מיר זעהן דאך אז אפילו דער גרויסער עושר איז געשטארבן...איז דארט אויכעט געווען א פראצענט'ניק. איינער וועלכער פארבארגט געלט פאר אנדערע מענטשן אויף פראצענטן. איז ער צוגעגאנגען צו זיינע בעלי חובות און ער האט זיי געזאגט...עטץ הערטס וואס דער רב האט געזאגט. אז מ'נעמט זיך נישט מיט די געלט. און קיינער ווייסט נישט ווען ער וועט שטארבן. דעריבער זאלט עטץ שנעלל באצאלן ענקערע חובות...! האט מיין רבי אויסגעפיהרט. אז א יעדער נעמט ארויס א מוסר השכל פון א יעדע מעשה, וואס ער וויל...!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 2:39 pm
דורך לית דין בר נש
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:בין איך געבליבן נעבעך אליין אין מיין גרויסן ווילא

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:טון וואס מען וויל און קיינער שטערט נישט, עס איז א מחיה נפשות.

ול"נעבעך" מה זו עושה?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 4:19 pm
דורך לכבוד שבת קודש
פיינע תגובות, אבער לגופו של ענין האט קיינער נישט געענטפערט. איז טאקע קיינער נאכנישט געווען אין קראון-הייטס אויף א שבת? - איז דא אנדערע ערטער וואו איר וואלט געראטן צו פארברענגען א שבת בעת וואס מען געפינט זיך אליין?

נאך פאראן נאך א שבת.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 8:28 pm
דורך קאצקע ציקער
אפשר לעיקוואד וואס דווקא קראנהייטס?

Re: שבת אין קראון-הייטס - הדרכה פליז

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 9:20 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קענסט קומען ביי מיר שבת אין לעיקוואוד.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 11:07 am
דורך געוואלדיג
טשולנט איז דא? אווערנייט קוגל איז דא?

Re: שבת אין קראון-הייטס - הדרכה פליז

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 12:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טשולנט יא. אווערנייט קוגעל, טאמער ס'איז נייטיג קען מען עס ערלעדיגען.
אבער מ'וויל דאך א נייע עקספעריענס, ניין? דאס איז ווי די אמעריקאנער גוי וואס פארט ערגעץ זעהן די גארער וועלט און זוכט א מעקדאנאלד"ס צו עסן.