בעל טובה היכי דמי?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל

בעל טובה היכי דמי?

שליחה דורך moshav zekeinim »

מיר אלע האבן זיך שוין אנגעשטויסן אין א מצב ווי פלוני פאדערט הכרת הטוב אדער פאררופט זיך גאר אלס דיין מיטיב אדער בעל טובה כללית, בעת איר שפירט נישט אז איר דארפט אים באדאנקען, און צומאל שפירט איר גאר אז עס קומט אייך צו ברעכן פון זיין הכרת הטוב פאדערונג.

מאידך, האבן מיר שוין אויך איבערגעלעבט דער געפיל אז עמיצער פאר וועמען מיר האבן א טובה געטון איז אונז נישט מכיר טובה.

אין ביידע פעלער מוז זיין אז מיר זענען אמאל יא גערעכט און אמאל נישט גערעכט. איז לאמיר פראבירן צו זעהן ווען מיר זענען יא גערעכט און ווען נישט.

אין מיין פערזענליכער ווערטערבוך האט דער נאמען "בעל טובה" עטליכע באדייטן. איך האב עס קאטעגאריזירט אויבערפלעכליך, און אדרבה, אז איינער קען פארבעסערן צו א מער יסודות'דיגער צעטיילונג זאל זיך ביטע לאזן הערן:

1. לב טוב. ער גיבט מיטן גאנצן הארץ, אבער איך דארף יעצט נישט דאס וואס ער גיבט מיר. און אדרבה איך וויל עס נישט יעצט.

2. מעביר על מדותיו. ער גיט מיר למשל א באנאנע ווען איך בין הינגעריג טראץ וואס ער איז א צר עין בטבע. ער שפירט ווי ער האט מיר געטון א וועלטס טובה, און איך שפיר נישט אז ער האט געטון א ווייסעך וואס פאר א טובה..

3. חצי טובה. דו טוסט א האלבע טובה, בשעת ער נויטיגט זיך קריטיש אין א גאנצע טובה.

4. מנצל. טוט טובות, אמת'ע צו נישט אמת'ע, בלויז כדי מיר אויסצוניצן, און מיינט בכלל נישט מיין טובה. צומאל דארף מען אפילו האלטן קאפ צו ער האט בכלל געטון א טובה אדער א רעה. שעל זה אמר הכתיב "וחסד לאומים חטאת".

5. בהשכל ודעת. א טובה מיט שכל.

דאס איז מער ווייניגער מיין ליסטע פון מושגים אין בעלי טובות, אן קיין צונעמען יעדער נקודה בהרחבה. אונטער נומער 5 זאל מען שטענדיג ערווארטן קריטיג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר