אויפן האלצענעם באנק
נעבן דעם ספרים שאנק
פרובירט, געשפירט
אבער פון אנדערש פאנטעזירט
כאפ עס יעצט אן
באלד וועט באנק טאן
געווען טאקע געציילטע
אבער דאך ציט א צווייטע
שקר החן
ביי יענעם זאל זיין
שטענדיג ריין
אוי ווי פיין
קנאקט די התחלה
ס'איז מלא
וועבט אויך אויס
זיכט א וועג ארויס
אפשר ביי די גרינע
יענע מינע
דערשעפן, דערוועקן
אלע צוועקן
הייבט אן בליען
מוויל אנציען
רוצה מאתים
ארך אפים
ביינאכט טונקעל
אין וואונקעל
פיסט און לער
אן עול אזוי שווער
עס בענקט
יעצט געדענקט
דארט ביים טישל
פריי ווי דער פישל
מיט דעם געטראנק דעם שווארצן
אלעס טוט גלאנצען
איבער ביכער איינגעבויגן
עס טוט פיין טויגן
כי הם חיינו
רצוננו
אנו וזרעינו
בימינו
וואס איך זיך
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל