נודיזם, און די חטא אדם הראשון.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 8:06 pm
באקליידן נאקעטקייט, א פאראדאקס, קאנווענציאנאל באטראכט אלס באשיידנקייט, אבער אריינקלערנדיג, שטעלט זי פאר פאלטשקייט, פארדעקונג, און גאווה, פארלייקענענדיג די מציאות פון זיין א טייל פונעם אלגעמיינעם נאטור.
פון אן עוועלוציענערישן שטאנדפונקט קען זיין אז די נויט פון באקליידן דעם נאקעטן קערפער איז אן אטוויקלונג פון סאציאלע סיבות פון באהאלטן עראטישע נויגונגען, ווי אויך קען זי זיין די סיבה די ארויסוואנדערונג פונעם מענטשליכן מין פון אפריקע צו קילערע ראיאנען.
ס'איז מסתבר אז ביידע זענען פאקטארן פאר אט די פענאמען, בכל אופן זייט פארדעקן נאקעטקייט איז געווארן טאבו, ווערט דאס באטראכטן נאקעטקייט אלס אומאיידל אויף אן איראניש אופן מער ווי אין איר ארגיניעלן אנהויב.
צוריק צום אויבנדערמאנטן פאראדאקס, דאס זעלבע פאראדאקסן קען מען געפינען אין אנדערע אספעקטן פון לעבנסשטייגער און איבער די וועג מיר טוען פאראורטיילן געוויסע סארט מענטשליכע כאראקטורן.
אלזא, צו באצייכענען מיט קלארע טערמינען מענשטליכע כאראקטורן, פאזאטיוו צו נעגעטיוו, דער מענטש אלס א פאליטישער-בעל-חי איז מער פסיכיש- קאמפליצירט פון דעם, אלא מאי, דאס באצייכענען מענטשן מיט געוויסע תוארים פון ווירדן זענען דוקא אויך געוואנדן וויאזוי די באנעמונג ווערט אויפגענומען, סימפאטיש צו פארקערט, וואס לפי זה קען מען טרעפן געוויסע אספעקטן צו צופאסן צו געוויסע ווירדן.
בכל אופן, אננעמענדיג אז דער מענטש איז טאקע א פאליטישע-בעל-חי מיט דיפלאמאטישע צביעות און פארשלייערונגן איז דאס זיך באקליידן כדאי צו פארדעקן דאס נאקעטקייט און דאס זיין א טייל פון די אלגעמיינע נאטור, א קוראפטירטע מהלך המחשבה.
היסטאריע האט געוויזען אז א טייל פונעם עוועלוציענערישן קייט איז, מתחלה פראגרעסירן מיט ענדערונגן צו באפרידיגן די מענטשליכע געברויכן אריינגערעכנט דאס באפרידיגן די קוראפטירטע אספעקטן פון די מענטשליכע אינסטינקטיווע נויגונגען, אבער שפעטער גייענדיג פאראויס, צוריק צוגיין צו די ביפאר-געענדערטע תקופות, און ליבערשט ענדערן די קוראפטירטע אספעקטן און דאס ערזעצן מיט ריינע אידיאלן.
אדם הראשון פארן חטא שטעלט פאר דעם אידיאלן מענטש בעפאר קוראפציע האט אים באנומען מיט פארלייקענונג און פארדעקונג, א מענטש וואס די וועלט איז אים געווען א גן עדן זייענדיג א טייל פונעם אלגעמיינעם נאטור, קוראפציע האט אים פון גן עדן פארטריבן.
אלה-ים עשה את האדם ישר והם בקשו חשבונות רבים