בלאט 1 פון 1
מיין ווייב איז נישטא - ווי אזוי האקט מען א לעבן?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 12:56 pm
דורך לכבוד שבת קודש
לאמיר רעדן אפן, אן קיין הקדמות:
אזוי ווי איך האב שוין ערווענט אין אן אנדערן אשכול, איז דאס ווייב אוועקגעפארן, קינדער זענען צוטיילט און איך בין ווי מ'זאגט - א בחור... אן קיין שום עול אויפן קאפ. למעשה, שטיי איך אויף אין צייט, גיי דאווענען, צו די ארבעט, מ'קומט אהיים ביינאכט, לערנט מיט א חברותא און... מ'גייט שלאפן... דערווייל לויפט דורך די צייט, און איך שפיר אז איך פארפאס עפעס... וויפיל מאל אין לעבן מאכט זיך עס דען צו קענען לעבן אזוי אן קיין עול?! - דערווייל איז לייף געהעריג.
איך וויל פרעגן אפן און גראב: ווי אזוי קען מען אויסנוצן אזעלכע טעג ווי דאס, און שפירן אז יא! - מען האט עפעס אויפגעטאן, עפעס אריינגעכאפט!
קען איינער געבן עצות פליז?
Re: מיין ווייב איז נישטא - ווי אזוי האקט מען א לעבן?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 1:02 pm
דורך mevakesh
פאר ווי לאנג רעדט מען דא ?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 1:07 pm
דורך לכבוד שבת קודש
זי איז שוין נישטא פאר א וואך, און עס איז דא נאך א וואך צו גיין.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 1:11 pm
דורך רויטע וואנצעס
האסט חברים, אדער האפקן אליינס? אליין איז זייער שווער צו האפקן.
Re: מיין ווייב איז נישטא - ווי אזוי האקט מען א לעבן?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 1:29 pm
דורך mevakesh
פלי אריבער צום וועסט קאוסט אדער לאס וועגאס
אדער דינג א קאר און מאך א ראוד טריפ צו פלארידע
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 2:01 pm
דורך shem-tov
ביי יעדן איז עס אנדערש. סווענדט זיך לויט די טעגליכע באגרעניצן. איינער עסט זיך אן מיט קנאבל אז סגייט א רויעך... איינער קאלט די מאמע און שמועסט פאר שעות אן קיין פרעשור... איינער מאכט זיך א גרויסע פרישטאג און עסט מיט א רואיגקייט... איינער רוימט אויף צו מאכן א סורפרייס... איינער שטייט אויף פארטאגס... אדער גייט שלאפן פארטאגס...לגבי שבת אסאך וואלטן זיך מחי געווען צו זיין אליינס אינדערהיים סאיז גוט זיך צו מאכן א חשבון הנפש און דאנקן דעם אייבערשטן אויף די אלע קלייניקייטן וואס מען פארגעסט צו דאנקן. אנדערע וואלטן דווקא אוועקגעפארן צו א שוואגער. צום טאטען. אדער ערגעץ א שטיקל וואקאציע. איבעראל קען מען היינט טרעפן א שיינע שבת און פון איבעראל קען מען ארויסנעמן אינספירעישאן זיך צו פירן
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 3:16 pm
דורך שמעקעדיג
יעדער מענטש ווייסט ביי זיך זיינע האבי'ס, וואס זיין "דריעם וועקעישאן" איז יעדן טאג ביי די שווערע ארבעט, האסט ליב שפילן באלל? באולינג? געימ'ס? היסטאריע, גיין צו מוזיאמ'ס? טשילן מיט חברים? הייקינג? גיין אין א רעסטוראנט? גיין שלאפן אין א האטעל? וואטשן עפעס א לאנגע שאו אן קיין הפסק? פליען (אדער דרייוון) צו א אנדערע סטעיט? וכו' וכו'...
טראכט ביי דיר וואס דו גלייכסט די מערסטע, און צי דו ווילסט עס טון אליין אדער גיין טשילן אינאיינעם מיט א חבר, און היידא, רענט דיר ארויס א פארד מאסטענג און הייב אן ראללן.....
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 3:24 pm
דורך שבת אחים
מיין ווייב איז נישטא אגאנץ יאהר וואס טוה איך? וואס די הארץ גלוסט מיר, א הייסע מקוה אינדערפרי, אמאל כאפּ איך א שנעלע שחרית איך לויף צו איצאוס אדער צו גרילל אן ליע זיך דערכאפן דאס הארץ, יעדען טאג לייען איך אדורך די דבר יום ביומו מדושקא לדושקא, קול מבשר אויף ספיד דייעל, אמאל הער איך צוה ובלכתך בדרך טעיפס, אמאל כאפט מיר א געשמאק אין לערנען האק איך אדורך א פרק צוויי אין בבא קמא, אמאל אביסל מסילת ישרים, אביסלע תהילים יעדן טאג שאדט קיינמאל נישט, קיין איין תפילה ווערט נישט פארלוירן יעדע תפילה לייגט דער אייבישטער אוועק אינטער די כסא הכבוד. און אזוי האלט מען זיך ביזי 365 טעג א יאר.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 4:07 pm
דורך אוהב ספרים
שמעקעדיג האט געשריבן:יעדער מענטש ווייסט ביי זיך זיינע האבי'ס, וואס זיין "דריעם וועקעישאן" איז יעדן טאג ביי די שווערע ארבעט, האסט ליב שפילן באלל? באולינג? געימ'ס? גיין צו מוזיאמ'ס? טשילן מיט חברים? הייקינג? גיין אין א רעסטוראנט? גיין שלאפן אין א האטעל? וואטשן עפעס א לאנגע שאו אן קיין הפסק? פליען (אדער דרייוון) צו א אנדערע סטעיט? וכו' וכו'...
טראכט ביי דיר וואס דו גלייכסט די מערסטע, און צי דו ווילסט עס טון אליין אדער גיין טשילן אינאיינעם מיט א חבר, און היידא, רענט דיר ארויס א פארד מאסטענג און הייב אן ראללן.....
אין בין דיר עכט מקנא, אז ראללען מיט א פארד מאסטענג מאכט דאס פאר דיר, ממש א מחיה
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 4:16 pm
דורך שמעקעדיג
דער מאסטענג איז נאר דער כלי לקבל ברכה, בבחי' די אייסינג אן די קעיק, וכמובן אז עס איז לאו דוקא, אויב גלייכסטו מער א שעווי קעמערא, דאן גיי פאר דעם

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 5:36 pm
דורך גנדי
קויף דער איד און דער בלאט. שפרייט עס אויס אויפן ליידיגען טיש בשעת די עסט נאכטמאל...
דאס איז מיין חלום!!!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 5:40 pm
דורך גנדי
אויס ביסטו אן ארבעטער וואס קען ארבעטן רימאטלי. קלייב דיר אויס א דעסטינאציע פלי אדער פאר אהין און האק א לעבן מיט א חבר.
אויב דארפסטו גיין אין ארבעט.
אויב האסטו איבערפלוס פון געלט. גיי ארויס מיט חברים עסן יעדן נאכט אין אן אנדערן פלאץ.
אויב איז געלט געצוימט. וועל דיר אויס א גוטן TV SHOW און הייב אן בינטש וואטשינג.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 5:57 pm
דורך יעקב מענטש
אגב, קענסטו זיך אויך מתבונן זיין ווי באורד דיין לעבן וואלט געווען אן קיין ווייב און קינדער, און נעקסטע מאל די קליינע לאזן דיך נישט עסן נאכטמאל וועט צווישן איין קוועטש און די אנדערע זיך אריינכאפן א מחשבה'לה אז 'דאנק גאט ס'איז דא ווער ס'קוועטשט'
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 6:07 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שטיי אויף אין מיט'ן נאכט און רעכט אפ א חצות מיט טרערען. קיינער זעט דיר נישט און מ'דארף זיך נישט שעמען.
פאסט א תענית הפסקה. דיין ווייב וועט נישט כאפען און זיך נישט באליידיגען טאמער דו עסט נישט איהר עסן, און דו וועסט זיך נישט נעמען אנשרייען די קינדער ווען זיי זענען נישט דארט.
לערן גאנצע נעכט אן א שטער.
גיי צו א בית השחיטה און קויף אפ א האלבע קוה וואס דו האסט בודק געווען און געטרייבערט מיט אלע הידורים (כולל הצלע הי"ג) און כשר עס אליינס ביי זיך אין קאך און לייג עס אין פריזער, צו האבען לכתחלה כשר'ע פלייש.
נעם אראפ אלע מזוזות פון שטוב און געב זיי איבער פאר בדיקה (די סכנה איז יעצט קלענער ווייל קיינער איז דא).
זינג דורך די גאנצע בענטשער פון זמירות ביים טיש, און אלע ניגונים וואס דו קענסט פאר יעדער זמר.
עס אפ א שבת סעודה אין צוואנציג מינוט, גיי גלייך שלאפען און שטיי אויף איינסער אינדערפרי און לערן אכט שעה פאר'ן דאוענען.
----------
און בעיקר היינט אינ'ם יום הבהיר י"ט כסלו - טרינק אפ א פאס וואדקא און קום אן צו התפשטות הגשמיות כפשוטו ממש למטה מעשרה טפחים
Re: מיין ווייב איז נישטא - ווי אזוי האקט מען א לעבן?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 9:03 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך נעם אן אז די פארפלייצונג פון לייק'ס זענען אדער פאר'ן לעצטע שורה, אדער א תוצאה דערפון, אז מ'האלט שוין ביי התפשטות הגשמיות
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 10:52 pm
דורך כפתור
קויף שוין נאך א טיקעט פאר איר פאר די נעקסטע וואקאציע
מיין ווייב איז נישטא - ווי אזוי האקט מען א לעבן?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 11:14 pm
דורך שטילע אינגערמאן
נישט צו גלייבן ווי איך האב פונקט די פארקערטע פראבלעים
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 1:52 am
דורך שמעקעדיג
זיי מסביר
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 10:23 am
דורך [NAMELESS]
אלץ ווייסט דער באשעפער פארוועם צו שענקען אפאר בחינם'דיגע וואוקאציע טעג. נישט פאר דעם וואס איז אנגעפילט מיט א ריזן מגילה'דיגן טו דו ליסט פון דאנעט ביז אהער, נאר פאר דער וואס דארף קומען אין קאווע שטיבל פרעגען וואס איז אלס שייך צו טון אין.....צוויי! גאנצע וואכן צו פילן אז מ'האט עפעס אויפגעטון אויפ'ן וועלט.
SoSad#
נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 4:29 pm
דורך לכבוד שבת קודש
נאך צוויי טעג צו גיין... עני איידיעס?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 10:50 pm
דורך shem-tov
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:נאך צוויי טעג צו גיין... עני איידיעס?
זייער גערן. אבער קודם אפשר שענקט איר א קליינעם לייק פאר אלע וואס האבן זיך מטריח געווען אייך צו העלפן מיט איידיעס און אויב מעגליך אפשר דערציילסטו וואס מען האט געטאן למעשה...