בלאט 1 פון 1

לאכעדיגע געפילן אויף די ימי חנוכה

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 4:28 pm
דורך רויטע וואנצעס
(ניגון: אוי חנוכה)

אוי חנוכה, אוי חנוכה, א יום טוב א טייערע,
א צוקער'דיגע, א פעשע'דיגע, נישט דא נאך א זיינע,
אלע נעכט מיט דרייען פאר פארקינג זוכן מיר,
הייסע פרישע משוגעת toys קויפן מיר אן א שיעור.

קומסט קינדער, ווי א באנדע רינדער,
די מאגן מיט אויל'יגע חאזעריי אנצינדן,
זאגט על הניסים,
אז מ'שטארבט נישט פון יסורים,
לאמיר אלע טאנצען פון ווייטאג.

זאגט על הניסים,
אז מ'שטארבט נישט פון יסורים,
לאמיר אלע טאנצען פון ווייטאג.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 4:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
(ניגון: לאטקעלע לאטקעלע)

א פארטי און נאך א פארטי, האפ, האפ, האפ,
עס טוט שוין וויי פון געדערים ביז'ן קאפ,
פאק דיך אן זייער זייער פיין,
אז אויפן טרעדמיעל זאלסטו האבן פ"וו צו גיין.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 4:43 pm
דורך רויטע וואנצעס
א מייסטערווערק אויף חנוכה פון חברינו [tag]גנדי[/tag], לעצטע יאר ביים שוששנים פארמעסט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 4:55 pm
דורך רויטע וואנצעס
(ניגון: דריידעלע, דריידעלע, דרום דרום דרום)

מיידעלעך און אינגעלעך דרייען זיך ארום,
ראפלעך און לאטערי'ס פארקויפן זיי אומעטום,
נס גדול יהיה פה,
אויב איך וועל געווינען דעם שייטעל אדער טוי.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 5:01 pm
דורך געוואלדיג
(ניגון: איין קליינע וכו' פינגער)
איין קליינע צוויי קליינע דריי קליינע קינדער,
פיר קליינע פינעף קליינע זעקס קליינע קינדער,
זיבן קליינע אכט קליינע קינדער
און א פושקע אויך.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 5:08 pm
דורך רויטע וואנצעס
(יונים נקבצו עלי)

ילדים נקבצו עלי,
אזי בימי חשמנים,
ופרצו חומת אוצרי,
וגנבו כל הכספים.

ומנותר ה'קרעדיט קרטים,
נעשה אשתי ניי"ס ל'שייטלים,
בני בינה ימי חובות,
קרעו ה'בוזשעט לקרעים,
בני בינה ימי חובות,
קרעו ה'בוזשעט לקרעים.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 7:25 pm
דורך שמעקעדיג
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אוי טאטע, איך קייך פאר געלעכטער. :lol:

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 7:38 pm
דורך שמעקעדיג
דא איז געווען די הקדמה
viewtopic.php?p=165283#p165283

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 7:46 pm
דורך רויטע וואנצעס
קוק, ער געדענקט בעסער ווי מיר וואס איך האב געשריבן. wow!

Re: לאכעדיגע געפילן אויף די ימי חנוכה

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 8:36 pm
דורך פליקער
שמעקעדעג מיינט די אנהויב פון יענע תגובה[emoji12]

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 12:47 am
דורך שלאף קאפל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:(ניגון: אוי חנוכה)

אוי חנוכה, אוי חנוכה, א יום טוב א טייערע,
א צוקער'דיגע, א פעשע'דיגע, נישט דא נאך א זיינע,
אלע נעכט מיט דרייען פאר פארקינג זוכן מיר,
הייסע פרישע משוגעת toys קויפן מיר אן א שיעור.

קומסט קינדער, ווי א באנדע רינדער,
די מאגן מיט אויל'יגע חאזעריי אנצינדן,
זאגט על הניסים,
אז מ'שטארבט נישט פון יסורים,
לאמיר אלע טאנצען פון ווייטאג.

זאגט על הניסים,
אז מ'שטארבט נישט פון יסורים,
לאמיר אלע טאנצען פון ווייטאג.

נעבעך האסט נישט א געפיל צו חנוכה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 12:49 am
דורך רויטע וואנצעס
נעבעך, האסט נישט א געפיל צו הומאר.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 12:52 am
דורך ישראל קאפקע
ער האט נישט קיין געפיל צו @רויטערס נשמה, א שאד!

Re: לאכעדיגע געפילן אויף די ימי חנוכה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 12:58 am
דורך רימון
דריטע תגובה,
הדא דכתיב שדפ''א

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 8:04 pm
דורך שמעקעדיג
לאכט אידן, לאכט!