בלאט 1 פון 1

הדלקת נר א' דחנוכה תשל"ג אצל האדמו"ר מ'סאטמאר זי"ע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2015 9:07 pm
דורך ליפא
אויף דעם אדיא קליפ קען מען הערן דעם רבי'ן זי"ע מאכן די דריי ברכות, מיט א פייער, ס'כאפט א ציטער און שטארקע געפיל, און דערנאך הערט מען זינגען "הנרות", און "מעוז צור".
די הנרות ניגון געפעלט מיר גאר שטארק, ווי אויך הערט מען עטליכע אינגעלך (ילדי הפלא בלשונינו) וואס זינגען הערליך אינעם קווייער.

איינער האט עס אפגעכאפט ליל ראשון דחנוכה שנת תשל"ג.

כ'ווייס נישט אויב ס'דא ערגעץ אנדערש א רקארדינג דערפון, אבער כ'שטעל זיך פאר אז יא.

נר א' דחנוכה סאטמאר תשל"ג

קרעדיט א''וו

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2015 9:20 pm
דורך yatzmachp
סקען נישט זיין א רבי. ער זאגט די ברכות צו שנעל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2015 9:49 pm
דורך ברוך בער
וואס איז דאס חידוש דא? ס'דא טעיפס פון ברכות הנרות און צורה פון אלע יארן אנגעהויבן פון תש"י. איינער האט אנגעשמירט דעם גאנצן אינטערנעט כאילו ממש א מציאה.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 2:13 am
דורך קאצקע ציקער
אדרבא ברענג וואס דו האסט!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 11:34 am
דורך outspoken
yatzmachp האט געשריבן:סקען נישט זיין א רבי. ער זאגט די ברכות צו שנעל

אויב שרייבסט דאס פאר לצינות איז עס א גוטס. אויב ווילסטו באמת וויסן איז דאס די וועג ווי אזוי א סטרוק וויקטעם ר''ל רעדט ווען מ'ווערט עקסיידעט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 11:55 am
דורך שמעקעדיג
גראדע זאגט ער די ברכות זייער קלאר פאר א סטראוק געליטענעם.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 11:56 am
דורך outspoken
די ערשטע פאר יאר נאכן סטראוק האט ער קלאר גערעדט.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:41 pm
דורך shem-tov
שכח ליפא. מלא רגש