בלאט 1 פון 1

אידישקייט און די 3 סטודזשעס

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 11:46 pm
דורך לאשיצער
כידוע האבן אידן געשפילט א צענטראלע ראלע אין דער געשיכטע פון "ענטערטעינמענט" אין אמעריקע (מוזיק, פילם, טעלעוויזיע וכו'). דעריבער איז גאר קיין חידוש נישט אז די אידישע קולטור האט שטארק משפיע געווען אויף דער אלגעמיינער גויישער קולטור. למשל אסאך פון לערי דעיווידס הומאריסטישע שטיק און וואודי אלענס ווערטערשפילן (וואס זענען דאך זייער פאפולער אויף דער גויישער גאס) זענען באזירט אויף אידישע מאטיוון.

אין די פריערדיגע דורות איז געווען אנדערש. די אידישע ענטערטעינערס האבן געפרואווט באהאלטן זייער אידישקייט, געטוישט זייערע משפחה נעמען און געמאכט לידער און פילמען דווקא אן א אידישן טעם, זיי זאלן געפעלן דעם גויישן עולם. נעמטס צב"ש דעם קאמפאזיטאר אוירווינג בערלין (געבוירן ישראל ביילין) וואס האט געשריבן דאס קראצמעך ליד "White Christmas". די אמעריקאנער וואס קענען נישט די געשיכטע האלטן עס פאר א טיפיש גוייש ליד.

עס זענען אבער אויך געווען יוצאים מן הכלל. נישט זעלטן האט א אידישער אקטיאר אריינגעווארפן א וויץ וואס נאר דער אידישער עולם וואלט באמערקט און פארשטאנען (און געלאכט דערפון). אין דעם אשכול וויל איך דערמאנען אפאר טשיקאווע דוגמאות פון די Three Stooges, די דריי לצים, וואס זענען געווארן באקאנט אין די 1930ער יארן צוליב דער "סלעפ-סטיק" קאמעדיע וואס זיי האבן פארגעשטעלט אויף דער אמעריקאנער טעלעוויזיע. די טרופע איז באשטאנען פון דריי (פאקטיש פינף) אידיש רעדנדע אידן פון ברוקלין. אין די ניו יארקער וואדוויל טעאטערס האבן זיי זיך געמעגט באניצן מיט אסאך אידישן מאטעריאל אין זייערע פארשטעלונגען. אבער באלד ווי זיי האבן באקומען א קאנטראקט צו מאכן סעריעס אויף טעלעוויזיע האבן זיי זיך געמוזט אריינפאסן אין דער אלגעמיינער קולטור... אבער נישט אינגאנצן.

דער שרייבער און אידישער הומאריסט מיכל וועקס האלט אז זייער גאנצע סלעפ-סטיק שטיק (וויאזוי די סטודזשעס פייניגן איינער דעם צווייטן) קומט פון זייערע קינדער יארן אין חדר. אין זיין ביכל Born to Kvetch (וועגן אויסדרוקן און אידיאמען אין אידיש) שרייבט וועקס כהאי לישנא:
[left]The patsh becomes truly dangerous when a number of petsh (the plural) are combined in an operation known as oysdreyen a shalsheles. This latter word is Hebrew for "chain," but it is also the name of one of the accents printed in khumoshim to show how the Torah is to be chanted when read aloud in the synagogue. The shalsheles is a zigzag line that looks like a hastily scribbled 3 printed over the word to which it applies. Oysdreyen a shalsheles involves an ascending series of petsh that alternate from cheek to cheek. If you've ever seen the Three Stooges, you've seen many a shalsheles. The Stooges did a great deal to transmit classical kheyder form to a mass audience, maintaining a proper shalsheles while allowing Curly to accompany every patsh with a high-piched "whoo-whoo."[/left]

אויסדרייען א שלשלת (לאנגזאם):
בילד

דא און דארט האבן זיי זיך ארויסגעכאפט מיט א אידיש ווארט אלס אן "אינסייד דזשאוק" פאר'ן אידישן עולם. אט זעט מען ווי צוויי סטודזשעס פארשטעלן זיך פאר כינעזער:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=sTOEEuiE-y4[/youtube]
(ס'איז דא אנ'אנדער קליפ אויף יוטוב מיטן טיטל "The Three Stooges speaking gibberish". אסאך פראזעס דארט זענען ריין אידיש.)

דאס לעצטע וואס איך וויל דא ברענגען איז א קליפ פון א ליד וואס די 3 סטודזשעס זינגען כדי חוזק צו מאכן פון פראפעסארן אין אוניווערסיטעט. פארשטײט זיך אז דער געדאנק פון זינגען די קאמבינאציעס קאנסאנטן מיט וואקאלן איז געקומען דירעקט פון חדר, "קמץ א' אָ קמץ ב' בָ קמץ ג' גָ...":

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=a_Y6UKMp8Qw[/youtube]

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 11:56 pm
דורך יהושע חיים
לויט ווי איך געדענק זענען זיי רבי'שע איינקלך (ראפשיץ אויב איך מאך נישט טעות)

ווער קען זאגן וועלכע פון די זענען דאס און וואס איז זייער פונקטליכע יחוס,וואלטן מיר הנאה געהאט

Re: אידישקייט און די 3 סטודזשעס

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 7:43 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איין תיקון: אירווינג בערלין איז געבוירען געווארען בערלין. ער איז ליידער אן אייניקעל פונ'ם נצי"ב.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 11:01 am
דורך לאשיצער
עס שטייט אויף אינטערנעט אז אירווינג איז נאכאלץ געווען א "ביילין" אזוי שפעט ווי 1900 נאך עטליכע יאר אין אמעריקע. זיין טאטע האט געהייסן משה ביילין. פון וואנעט האסטו די אינפארמאציע?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 1:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביסט גערעכט. איך האב אזוי געהערט אז ער איז אן אייניקעל פונ'ם נצי"ב, אבער זעט אויס ס'שטימט נישט און קיין שום מקור זאגט עס נישט.
דאס נאמען ביילין איז יעצט נאכאמאל באקאנט נאכ'ן שטארבען פון יוסי ביילין, וואס איז אויך פון א ליטוויש\רוסישע אפשטאם. גלייך ווען ער איז געשטארבען האט ער געהאט א וויקיפידיה וועגען איהם, און נאך איינס אויף זיין טאטע, אבער יעצט טרעף איך עס נישט. ווארשיינדליך האט עס איינער אוועק גענומען. אפשר איז ער א משפחה מיט איהם? ס'דוכט זיך אז מ'האט ערגעץ דארט אויך געטוישט א נאמען אבער איך געדענק נישט צו ס'איז א גאנץ נייער נאמען, צו א מאמע'ס נאמען צו וואס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 1:56 pm
דורך יעקב מענטש
עפעס ליגט מיר אין קאפ אז די 3 stooges הייסן הורווויץ, ניין ?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 5:56 pm
דורך לאשיצער
יעקב מענטש האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ אז די 3 stooges הייסן הורווויץ, ניין ?

אריגינעל יא געטוישט אויף האוערד.
די דריי סטודזשעס פראגראם האט איר פריער געזען? אדער נאר געהערט פון זיי?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 6:45 pm
דורך mevakesh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביסט גערעכט. איך האב אזוי געהערט אז ער איז אן אייניקעל פונ'ם נצי"ב, אבער זעט אויס ס'שטימט נישט און קיין שום מקור זאגט עס נישט.
דאס נאמען ביילין איז יעצט נאכאמאל באקאנט נאכ'ן שטארבען פון יוסי ביילין, וואס איז אויך פון א ליטוויש\רוסישע אפשטאם. גלייך ווען ער איז געשטארבען האט ער געהאט א וויקיפידיה וועגען איהם, און נאך איינס אויף זיין טאטע, אבער יעצט טרעף איך עס נישט. ווארשיינדליך האט עס איינער אוועק גענומען. אפשר איז ער א משפחה מיט איהם? ס'דוכט זיך אז מ'האט ערגעץ דארט אויך געטוישט א נאמען אבער איך געדענק נישט צו ס'איז א גאנץ נייער נאמען, צו א מאמע'ס נאמען צו וואס.

@ליטוואק פון בודאפעסט עפעס מישטו אויס יוסי ביילין לעבט און איז געזונט און פריש אפשר מישטו מיט יוסי שריד וואס איז יעצט אוועק

Re: אידישקייט און די 3 סטודזשעס

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 6:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גערעכט, טעיתי פעמיים באשכול אחד. וויי איז מיר. מ'דארף שוין תשובה טוהן אז ס'איז מיר אנגעקומען אזוינס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 8:20 pm
דורך רוסישער
אשריך ר' ליטוואק שנתפסת על..
==

זייער מערסטע 'אידישער' פילם איז זייער ליצנות פון היטלער https://en.wikipedia.org/wiki/You_Nazty_Spy!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 1:58 pm
דורך berlbalaguleh
mevakesh האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביסט גערעכט. איך האב אזוי געהערט אז ער איז אן אייניקעל פונ'ם נצי"ב, אבער זעט אויס ס'שטימט נישט און קיין שום מקור זאגט עס נישט.
דאס נאמען ביילין איז יעצט נאכאמאל באקאנט נאכ'ן שטארבען פון יוסי ביילין, וואס איז אויך פון א ליטוויש\רוסישע אפשטאם. גלייך ווען ער איז געשטארבען האט ער געהאט א וויקיפידיה וועגען איהם, און נאך איינס אויף זיין טאטע, אבער יעצט טרעף איך עס נישט. ווארשיינדליך האט עס איינער אוועק גענומען. אפשר איז ער א משפחה מיט איהם? ס'דוכט זיך אז מ'האט ערגעץ דארט אויך געטוישט א נאמען אבער איך געדענק נישט צו ס'איז א גאנץ נייער נאמען, צו א מאמע'ס נאמען צו וואס.

@ליטוואק פון בודאפעסט עפעס מישטו אויס יוסי ביילין לעבט און איז געזונט און פריש אפשר מישטו מיט יוסי שריד וואס איז יעצט אוועק

מבקש: איך האב געהאט די זעלבע רעאקציע ווען כ'האב געליינט זיין קאמענט. נאר די איינציגע צד השווה שבהן. יוסי ביילין ויוסי שריד איז, אז זיי זענען ביידע געווען די זעלבע גרויסע שקצים. יוסי ביילין איז נאך א האמאסעקסואל אויך. און ער ארבעט אויף געי רייטס. יוסי שריד האט אנ'אנדער'ן יחוס. ער איז שוין די פערטע דור גויים. זיין זיידע איז געווען דר. אברהם שריד. ער האט געוואוינט אין ארץ ישראל נאך פאר'ן קום המדינה. בימי המנדט הבריטי. ער איז אויך געווען דער איינציגער אין זיין שכונה וועלכער האט פארמאגט א ראדיא. און די גדולי המייסדים פון די מדינה זענען געקומען צו זיין הויז צו הערן די אפשטימונג און באשטעטיגונג פון מדינת ישראל...אום שב"ק...!
זיין טאטע, יעקב שריד איז געווען דער ערשטער שר החינוך אין מדינת ישראל. און ער אליינס איז געווען דער שר הרווחה. ער איז געווען אן אויסגעשפראכענער אנטי-דת אקטיוויסט. אויך דער מייסד פון מר"ץ. זאלל געזאגט ווערן לזכותו, אז ווען די אנדערע רשעי ישראל האבן געוואלט אפשטעללן די סובסידיעס פאר ישיבות און חדרים, האט ער זיך אקעינגעשטעלט...(האמיר שוין יוצא געווען מיט א קורצע ביאגראפיע אין אנשי שם אויף י.ש.(...!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:01 pm
דורך berlbalaguleh
המשך צו די פריער'דיגע תגובה.: ס'דא שמועות אז יוסי שריד'ס זון איז געווארן א בעל תשובה. און אן ערליכער איד...!

Re: אידישקייט און די 3 סטודזשעס

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך זעי נישט אז א לינקע שייגעצ'ל איז ערגער ווי א רעכטער. ווידער די סכנה צום ארצישראלדיג'ע איינוואוינער איז נישט מער פון די לינקע ווי די רעכטע. עכ"פ ס'איז ווייט פון באשטעטיגט.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:09 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך זעי נישט אז א לינקע שייגעצ'ל איז ערגער ווי א רעכטער. ווידער די סכנה צום ארצישראלדיג'ע איינוואוינער איז נישט מער פון די לינקע ווי די רעכטע. עכ"פ ס'איז ווייט פון באשטעטיגט.

ליטוואק (אדער, חסיד) פון בודאפעסט: מאן יימר אז איינער פון זיי איז א רעכטער שגץ. ביידע פון זיי זענען די מערסטע לינקע וואס ס'קען נאר זיין...!

Re: אידישקייט און די 3 סטודזשעס

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:11 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב דאס נישט געמיינט. איך מיין נאר אז זייער לינק'קייט איז לאו דוקא א שלעכטץ. דאס נישט היטען תומ"צ טויג נישט, אבער ס'איז ווייט פון א זיכערקייט אז דער רעכטע מהלך ראטעוועט מער אידישע נפשות ווי די אנדערע.
זאל דער אויבישטער זארגען צו באשטראפען די אראבער. איך וויל מ'זאל קענען בלייבען לעבען.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 8:26 pm
דורך דולה ומשקה
מצבה פון CURLY, ער איז דער פעשליכער פון די דריי לצים.

מנהג אנשים צו שרייבען זיינע מאמרים מיט פעני'ס.