בלאט 1 פון 2
הלכות שער באשה ערוה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 10:56 am
דורך מ גפני
אין ליכט פון ר' אהרן'ס נעכטיגע דרשה - ווי ער איז מוחה איבער א געוויסע פרוי א העיר סטייליסט וואס כלות נוצן איר צו מאכן דעם שייטל נאך די חופה, און זי לייגט די כלה'ס אייגענע האר איבער'ן שייטל - שרייט ר' אהרן אז דאס איז אסור להלכה, אבער ווי ווייט איך ווייס גייט נישט די הלכה פון שער "באשה" ערוה אן ביי א כלה ביז אינדערפרי פון נאך די חתונה (ס'איז אפילו דא שיטות אז די איסור הייבט זיך הערשט אן נאך 3 טאג נאך די חתונה) איז ילמדנו רבינו / די אלע תלמידי חכמים דא וואס די הלכה איז
(ביטע זיך האלטן צו די הלכה און נישט פאר'צימעס'ן)
Re: הלכות שער באשה ערוה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 11:03 am
דורך ירא שמים
ביז אינדערפרי דארף זי זיך נישט שערן אבער צודעקן איז גלייך.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 11:04 am
דורך מ גפני
גלייך אדער הלכה מפורשת?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 11:26 am
דורך שלום על ישראל
דאס איז אן אלטער שאלה וואס כ'וויל שוין לאנג וויסען. כ'האב שוין געהערט אז מ'מוז גלייך נאכן חופה זיך האדעקן די האר, אז נישט ביז מארגן, און אז די ערשטע דריי טעג איז גרינגער. ווי קען מען דאס נאכקוקן?
הלכות שער באשה ערוה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 11:43 am
דורך ירא שמים
עי׳ באר היטיב אבה״ע סי כא סי״ק ה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 12:24 pm
דורך שבת אחים
ירא שמים האט געשריבן:עי׳ באר היטיב אבה״ע סי כא סי״ק ה
דאכצעך אז די צמח ה׳ לצבי קריגט זיך מיט אים און די פנים יפות זאגט אז אין אזא פאלל פסקנט מען אייביג ווי בית שמאי, און וואס זאגט דער כלי יקר?
הלכות שער באשה ערוה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 12:26 pm
דורך ירא שמים
ער זאגט זאלסט גיין לעזאזל און דארט וועטעך פארענטפערט ווערן די ק׳ פונ׳ם שעיר המשתלח.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 12:27 pm
דורך שבת אחים
ירא שמים האט געשריבן:ער זאגט זאלסט גיין לעזאזל און דארט וועטעך פארענטפערט ווערן די ק׳ פונ׳ם שעיר המשתלח.
אלץ א קרבן עולה אדער מנחת זבחים?
Re: הלכות שער באשה ערוה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 12:30 pm
דורך ירא שמים
אלס א שעיר לעזאזל.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 12:33 pm
דורך שבת אחים
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 1:12 pm
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:ער זאגט זאלסט גיין לעזאזל און דארט וועטעך פארענטפערט ווערן די ק׳ פונ׳ם שעיר המשתלח.
ירא שמים: דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק און הויעך לאכן אז מיינע שכנים זענען געקומען צו לויפן, און זענען שוין געווען גרייט צו רופן הצלה.
אויך איז א שאלה אויב מ'מעג אזוי שטארק לאכן אום ערב שבת חנוכה....וואו קענמען עס נאכקוקן...

Re: הלכות שער באשה ערוה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:00 pm
דורך ירא שמים
סאיז א ערנסטע שאלה בערל, כוועל מעיין זיין און עס דורכשמועסן מיט אנדערע רבנים (אופס גילוי…) אדערווייל זאלסטו מחמיר זיין און נישט לאכן.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:04 pm
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:סאיז א ערנסטע שאלה בערל, כוועל מעיין זיין און עס דורכשמועסן מיט אנדערע רבנים (אופס גילוי…) אדערווייל זאלסטו מחמיר זיין און נישט לאכן.
ירא שמים: איך האב שוין פון לאנג געהאט א חשד אז חוץ א ירא שמים ביסטו א ת"ח אויך.
Re: הלכות שער באשה ערוה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:09 pm
דורך ירא שמים
און יעצט ווייסטו עס אויף זיכער…
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 1:21 am
דורך געפילטע פיש
ירא שמים האט געשריבן:ביז אינדערפרי דארף זי זיך נישט שערן אבער צודעקן איז גלייך.
אין אידישע קהילות אין די גאנצע וועלט האט מען אלעמאל מיקל געווען קודם בעילה, ס'הייסט די חתונה נאכט, נישט צוצודעקן די האר פונעם כלה. זיין שרייען אז דאס איז קעגן אן הלכה מפורשת איז אדער אמעראצעס, אדער סתם א סילוף, און כ'ווייס נישט וועכלעס איז ערגער, אדער ווי ער וואלט געזאגט, ארגער.
Re: הלכות שער באשה ערוה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 1:44 am
דורך ירא שמים
ImageUploadedByTapatalk1449989047.949571.jpg
ImageUploadedByTapatalk1449989060.283517.jpg
Re: הלכות שער באשה ערוה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 5:17 am
דורך קל וחומר
שו"ע הרב סי' ע"ה ס"ד 'וכן שערות של נשים שרגילין לצאת מחוץ לצמתן בקצת ארצות מותר לקרות כנגדן כיון שרגילין בהן אינן מביאין לידי הרהור'
Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 5:58 am
דורך שבת אחים
אַההה!!! נטעי גבריאל! יעצט רעדסטו צום זאך! פון דארט איז דאך די מקור אז ווען משיח גייט קומען גייט דער לויתן מאכן קידוש צווישן זעקס און זיבן און עסען י״ב חלות פון די לחם הפנים מיט היימישע אונגארישע קאָטשעניו, אַה אנטשולדיגט כהאב מיך צומישט מיט דעם יפה בעתו, סליחה.
Re: הלכות שער באשה ערוה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 8:50 am
דורך ירא שמים
שבת אחים כהאב געמיינט בוסט נאך ביים עזאזל…
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 8:53 am
דורך שמעון וואלף
די טעמע פונעם אשכול איז אן ערענסטע. די פותח האשכול האט געבעטן מ'זאל עס נישט פאר'צימעס'ן; ער האט אבער פארגעסן צו בעטן מ'זאל עס נישט פאר'שמייכל'ן
הלכות שער באשה ערוה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 8:57 am
דורך ירא שמים
אה גערעכט נחזור לעניננו, די וואס דעקן זיך צו צומארגנס איז דאס א קולא און אז א סטיילערן זאל קומען במקום שנוהגים לכסות און עובר זיין דערויף איז נישט ריכטיג.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 3:37 pm
דורך יהושע חיים
נטע גבריאל איז געמאכט נאכצוקוקן די מ"מ נישט אויף וואס ער זאגט והבן
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 9:55 am
דורך שמעון וואלף
איך האב שוין געטראפן אין נטעי גבריאל אייגענע חידושים אן קיין מראה מקום. לדוגמא, אין הלכות תשעה באב שרייבט ער אז מ'מעג זיך אינטערהייבן ביי קידוש לבנה מוצאי תשעה באב ווען מ'זאגט "כשם שאני רוקד" און עס גייט נישט אריין אין גדר פון רקודין ומחולות וואס איז אסור.
דאס איז זיין אייגענע חידוש. כהנה וכהנה זענען דא נאך אסאך חידושים נפלאים דארט