בלאט 1 פון 1

איך זיך א טיש......

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 1:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יא יא, דער ליטוואק האט קינדער וואס האבען ליעב אקשען פונקט ווי די פון ב.פ. און וומסב"ג.
מיין קינדער קוקען צו אלע קינדער גייען צו משפחה אויף חנוכה מסבות, חנוכה איז א צייט פון אקשען, און זיי בלייבען אין שטוב מיט טאטע מאמע. ס'איז מעגליך איך וועל זיך טרעפען אין נ.י. אום זונטאג, פרעג איך אייך ווי קען איך טרעפען א רעבע'ס הדלקת נרות אין ברוקלין א. באצייטענ'ס, הייסט'ס מער ווייניגער פרי ענדיגען פאר אכט אזייגער. ב. מיט אקשען כגון א קאלירטע בעקעטשע, א פידעל, חנוכה געלט וכדו'. ג. נישט דויער'ן צו לאנג, א האלבע שעה ביז א שעה.

ייש"כ פון פאראויס פאר סיי וואס פאר אינפארמאציע.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 1:46 pm
דורך berlbalaguleh
קיין פונקטליכע אדרעס פון א רעבע האביך נישט. מיין עצה איז דארט וואו דו הערסט די העכסטע זינגען אדער שרייען ביי הדלקת הנרות זאלסטו אריינגיין. איינמאל דו און דיינע קינדער וועלן שוין זיין אינסייד, וועללן דיינע קינדער נישט וועלן פארלאזן... פאר חצות הלילה וועסטו נישט אהיימגיין...

אויב דו קומסט אריין צו מיין רבי'ס טיש, וועל איך בלי"נ זעהן אז מ'זאל דיר שטארק מקרב זיין. איך וועל דיר אפילו פארבארגן מיין שטריימל... און דו וועסט אמאל ח"ו ווערן א חסיד. דו וועסט דארפן טוישן דיין נאמען צו... "חסיד פון בודאפעסט"...!

Re: איך זיך א טיש......

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 1:49 pm
דורך ירא שמים
א קאלפיק אויך?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 1:50 pm
דורך [NAMELESS]
מונקאטש - הייעלי רעקאמענדעד

Re: איך זיך א טיש......

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 1:52 pm
דורך ירא שמים
יעצט וועל מיר שוין קענען זאגן צום ליטוואק בירא דשתית מינה כו׳

Re: איך זיך א טיש......

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מונקאטש וואלט געווען א פלאן אפשר. ס'איז מסתמא א קליינע עולם. אבער איינער ווייסט ווען מ'צינדט? ס'איז דא אקשען דארט?

Re: איך זיך א טיש......

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:13 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ירא שמים האט געשריבן:יעצט וועל מיר שוין קענען זאגן צום ליטוואק בירא דשתית מינה כו׳

הכרת הטוב מיינט נאר דאס. רעכט און אומרעכט טוישען זיך נישט פאר הכרת הטוב.

Re: איך זיך א טיש......

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:15 pm
דורך ירא שמים
בירא דשתית מיינט אפי׳ סקומט זיך פארן גרוב א שטיין זאלסטו נישט זיין דער וואס זאל עס ווארפן אזוי ווי משה אין מצרים.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:19 pm
דורך קאצקע ציקער
איך מיין זאלסט גיין צו ר'זיידל קרעטשניפער אזוי וועסטו האבן וואס צו שרייבן (חוזק מאכן) די נעקסטע וואך

Re: איך זיך א טיש......

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:21 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מסתמא צינדט ער שפעט, ניין? ער האט אמאל געוויילט שבת אין לעיקוואוד ווי אויך זיין ברודער. מ'האט זיך באנוצט מיט א rent a crowd צו ברענגען א פאר בחורימ'לעך פון ערגעץ כדי מ'זאל האבען מנין

Re: איך זיך א טיש......

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 8:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=93516&cat=6&scat=40
איך בין למעשה אין ערגעץ נישט געווען, אבער געטראפען א לינק להדלקת בית קרעטשניף אין ירושלים. מ'קען זען אז מ'קויפט א בעקעטשע צו פאסען מיט'ן בענקעל. אדער פארקערט, ווער ווייסט?