בלאט 1 פון 1

ברוך שמסר עולמו לשומרים..!

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 7:45 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
בעת די פריידיגע נייעס קימט אריין,
אז היינט שבת האבן קרוב צי 200 פין די אומות העולם זיך ציזאמן גענימן, און פאריז, אין אינטערגעשריבן אן היסטארישן אפמאך, אינטרנעמנדיג שטארקע קבלות צי רעדיצירן אויף א ריזן פארנעם די ריזיקע פין גלאבאלע אנווארעמינג...!!

כלל ישראל נעמט אויף די נייעס מיט א געוואלדיגע שמחה,
אויסשרייענדיג מיט דאנק צי גאט..: ״ברוך המקום שמסר עולמו לשומרים"

Re: ברוך שמסר עולמו לשומרים..!

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 7:53 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
‎בגמרא עבו״ז דף מ:
‎ 
"ת"ר: פעם אחת חש רבי במעיו, אמר: כלום יש אדם שיודע, יין תפוחים של עובדי 
בדקו ומצאו עובד כוכבים אחד שהיה לו שלש מאות גרבי יין של תפוחים של ע' שנה, ושתה ונתרפא.
אמר: ברוך המקום שמסר עולמו לשומרים".

משתמע פין די גמרה אז דאס איז פין די תפקידים פין אוה״ע, בעוה״ז,
צי זען דערצי אז די בריאה זאל אנגיין מיטן גאנצן שלימות.. (כך שמעני מרבותי.)

Re: ברוך שמסר עולמו לשומרים..!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:44 am
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
מדרש בקהלת (קהלת רבה פרשה ז):
"ראה את מעשה האלהים כי מי יוכל לתקן את אשר עותו, בשעה שברא הקב"ה את אדם הראשון נטלו והחזירו על כל אילני גן עדן ואמר לו ראה מעשי כמה נאים ומשובחין הן וכל מה שבראתי בשבילך בראתי,

״תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי,״

שאם קלקלת אין מי שיתקן אחריך"

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 12:02 pm
דורך יעקב מענטש
יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:‎בגמרא עבו״ז דף מ:
‎ 
"ת"ר: פעם אחת חש רבי במעיו, אמר: כלום יש אדם שיודע, יין תפוחים של עובדי 
בדקו ומצאו עובד כוכבים אחד שהיה לו שלש מאות גרבי יין של תפוחים של ע' שנה, ושתה ונתרפא.
אמר: ברוך המקום שמסר עולמו לשומרים".

משתמע פין די גמרה אז דאס איז פין די תפקידים פין אוה״ע, בעוה״ז,
צי זען דערצי אז די בריאה זאל אנגיין מיטן גאנצן שלימות.. (כך שמעני מרבותי.)

איך קען נישט אזוי גוט די נושא, און ווי איך פארשטיי איז די גאנצע מעשה וואס די אלארמיסטן טענה'ן נישט 100 פראצענט קלאר, אבער אזוי ווי ס'איז אויפגעשטעלט געווארן א גאנצע אינדוסטרי וואס שעפט פרנסה און כבוד פון דעם, וועט שוין קיין אמת קיינמאל נישט זיין, ווייל פונקט ווי שארפטאן קען נישט עקזיסטירן אן קיין ראסיסטן, און די עי. די. על האט נישט קיין קיום אן קיין אנטיסעמיטן, און ראש לימבא וועט בלייבן אין קיין שטאך ארבעט אויב די פרעזידענסי איז אקופירט ביי א ראנאלד רעיגען, אזוי אויך וועט קיין אנבייעסד אינפאו נישט ארויסקומען אויב שטעלט דאס אין געפאר די קארעריעס פון אסאך מענטשען וואס בליען אויף די קלימאט טויש פחדים.

אבער אז מ'רעדט שוין פון האלטן די בריאה בשלימות, איז אינטערסאנט אנצומערקן אז רוב פון די אלארמיסטן זענען הייסע ליבעראלן וואס ווען ס'קומט צו אנדערע סדרי בראשית, - ווי למשל חתונה האבן - זענען זיי גאר די וואס שטופן פאר טויש.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 1:39 pm
דורך קליגער אינגערמאן
יעקב מענטש האט געשריבן:אבער אז מ'רעדט שוין פון האלטן די בריאה בשלימות, איז אינטערסאנט אנצומערקן אז רוב פון די אלארמיסטן זענען הייסע ליבעראלן וואס ווען ס'קומט צו אנדערע סדרי בראשית, - ווי למשל חתונה האבן - זענען זיי גאר די וואס שטופן פאר טויש.

דאס איז נישט אינטערעסאנט.. אלעס קומט פונעם זעלבען יסוד, די ליבעראלען זענען דא צו קאנטראלירן די בריאה ווי מ'קען...
קאנטראלירן די קליימעט
קאנטראלירן די מין האנושי
ענד די ליסט גאויס אן ענד אן....

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 6:25 pm
דורך ישראל קאפקע
ווארעמסטע הערבס אין היסטאריע אין די קאנטינענטאל שטאטן אין אמעריקע.
https://www.washingtonpost.com/news/cap ... says-noaa/

ברוך שמסר עולמו לשומרים..!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 7:03 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
איך ווייס נישט וועגן א וואראמע הערבסט...
אבער אזא געשמאקן שבת חנוכה וויקענד, געדענק איך נישט מיום עמדי על דעתי...


אגב האט דאס נישט קיין שייכות מיט די נושא פין גלא׳ ווארעמינג, ואדרבה
די global warming. קען גאר גורם זיין גאר שטורימישע אין קאלטע ווינטערס.
כידועה ליודעי חן..

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 7:57 pm
דורך ישראל קאפקע
קלימאטן טויש קען 'גורם' זיין מער שניי ווי געווענליך, און עס קען, צייטנווייז, זיין קעלטער ווי געווענליך 'טראץ' קלימאטן טויש. נישט אז גלאבעל ווארמינג קען גורם זיין קעלטערע וועטערס, כנלע"ד.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 10:05 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:קלימאטן טויש קען 'גורם' זיין מער שניי ווי געווענליך, און עס קען, צייטנווייז, זיין קעלטער ווי געווענליך 'טראץ' קלימאטן טויש. נישט אז גלאבעל ווארמינג קען גורם זיין קעלטערע וועטערס, כנלע"ד.

פונקטליך פאר דעם טעם האבן די ענווייראנמענטאליסטן געטוישט די דעפינישן פון ..."גלאבאל ווארמינג" צו ..."קלימאטן טויש" וואס נעמט אריין עקסטרים קאלטע וועטערס אויך. צו פארמיידן די קשיא וויאזוי גלאבאלע אנווארעמונג קען גורם זיין עקסטריעם קאלטע וועטערס און א סאך שניי...!

Re: ברוך שמסר עולמו לשומרים..!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 11:26 am
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
אוודאי גייט פאהר אסאך שקרים אין אויפגעבלאזעריי אין די פ״ר פין די גלאבאלע ווארעמיג אינדוסטרי
(3 יאר ציריק האט מען אנדעקט געוויסע אימעלס פין הועכע סייענטיסטן אין דו pr פין גלא׳ ווארעמינג, שרייבענדיג קליפ אין קלאר אז מ׳טרייבט איבער געוויסע פאקטן.)

אבער אויף די יסודית׳דיגע שאלה לית מאן דפליג, אז סאיז דא א ערענסטע געפאר,
די שאלה איז נאר ווי שטארק אין נאנט די געפאר איז...

ס׳איז דא ישובים אין די וועלט , וואס זענען שוין יעצט אינטער וואסער, כתוצאה מזה...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 12:35 pm
דורך יעקב מענטש
יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:אוודאי גייט פאהר אסאך שקרים אין אויפגעבלאזעריי אין די פ״ר פין די גלאבאלע ווארעמיג אינדוסטרי
(3 יאר ציריק האט מען אנדעקט געוויסע אימעלס פין הועכע סייענטיסטן אין דו pr פין גלא׳ ווארעמינג, שרייבענדיג קליפ אין קלאר אז מ׳טרייבט איבער געוויסע פאקטן.)

אבער אויף די יסודית׳דיגע שאלה לית מאן דפליג, אז סאיז דא א ערענסטע געפאר,
די שאלה איז נאר ווי שטארק אין נאנט די געפאר איז...

ס׳איז דא ישובים אין די וועלט , וואס זענען שוין יעצט אינטער וואסער, כתוצאה מזה...

לאמיך פרעגן א פשוטע קושיא, אויב האלט מען חשבון נישט מער ווי 121 יאר, וויאזוי האלט מען אפי' נאנט צו proof (וואס דאס איז די וועג דאס ווערט רעפארטעד) אז דאס איז א תוצאה פון מיין קאר מאפלער, אדער על גאור'ס פריוואטע פליגער ? ספעציעל ווען די אלע האלטן דאך אז דער וועלט איז ביליאנען יאר אלט! אפשר איז דאס די סדר העולם אז יעדע 100 יאר גייט דורך אזא ווארעמונג, און דאס ווערט אפגעקיהלט שפעטער,

וואלט די FDA עפראווד א דראג באזירט אויף אזוינע לעכערליכע באווייזן ? וויאזוי נעמן זיי די רעכט צו קראנק מאכן די גאנצע וועלט מיט זייער טעאריע ?