באקענט אייך מיט אייער פריינד פון מארס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1777
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

באקענט אייך מיט אייער פריינד פון מארס

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]שטעלט אייך פאר ווען איר קענט ווען האבן פריינט אויף די לבנה. יא אויף די לבנה! איר דארפט אבער עקסעקיוטען פארשידענע מיטלען צו קומען אין בארירונג מיט זיי. כדי צו קענען קאמיוניקירען צו זיי דארפט איר אנטון א א געוויסע מאסקע, דאס טוט שאפן זענדוגען צווישן אייך און די לבנה באשעפענישן. איר קענט זיי אויך זען דורך אנטון א גרויסע גלעזער טעלעסקאפ, אזוי קענט איר שאפן א קשר מיט אייערע "טויטע פריינד". עס איז כמעט אוממעגליך אז איר וועט זיי אמאל זען. אבער דורך געוויסע טעכנעלאגיע מאסנאמען קענט איר פראבירן צו קריגן א בילד פון זיי. אזוי דארפט איר נישט דיילאגן מיט די מיסטיריעזע מענטשן, נעמליך איר האט א בילד פון די אנאנימער פארשוינען. עס האט אבער פארשידענע חסרונות צו האבן פארבינדונגען מיט די 'טויטע פריינד', איינס: ווייל איר קענט נישט פעסטשטעלן אויב די בילד איז טאקע אנגעגעבן וואס ער איז, צווייטנס: נישט אלע פריינד געבן בכלל א בילד אפציע. דאס זענען אבער די תוצאות הכרחיות צו קענען געווינען א פריינדשאפט מיט מענטשן וואס דו קענסט נישט אדער דו ווייסט זיי נישט, און מעגליך אז דו וועסט זיי קיינמאל נישט זען.

עס איז דא מענטשן וואס וועלן זיך צוכאפן צו די סארט רילעשענשיפס מיטן טענה: וואס גייט מיך אן וויאזוי זיי זעען אויס אדער מה טובם, פונקט פארקערט דא שטעלט זיך ארויס אז די פנים און כאראקטער זענען נישט די עיקר, נאר די פליסעניש וואס יענער פארמאגט, אויב יענער איז א כלי מחזיק ברכה, און האט שעפערישע כוחות און ידיעות, וואס אינטערסירט מיך זיין אויסזען און מהות. אנדערע וועלן דאס אבער אפווארפן זאגענדיג: ווען דו וואלסט יענע מענטשן געזען שטיין נעבן דיך וואלסטו אנטלאפן פון זיי, טא פארוואס באקומען זיי אויפמערקזאמקייט ווען זיי קומען ווירטואל אריין אנאנים.

די פרא-לבנה ליבהאבער וועלן שטענדיג זיין צוגעשמידט צו זייער מאסקע און ממש נישט רעאגירן וואס פאסירט ארום זיי. זיי וועלן ענדערש פארטוישן לעבעדיגע מענטשליכע און ווארעמע געסטערס מיט 'טויטע פריינד', אלס אויסרייד אז זיי זענען דא פאר מיך, זיי פארשטייען מיינע באדערפענישען. זיי ענטפערן מיר כמעט אייביג צוריק. און זיי זענען אייביג גוטמוטיג און אויפגעלייגט.


סאשעל מידיא האט געטוישט און דעגראדירט די וועלט אויף אייביג. מיליאנען מענטשן זענען צוגענאגעלט ארום די זייגער צום סקרין, און ליפערן ביליאנען זענדוגען צו מענטשן וואס זיי קענען נישט אדער וועלן קיינמאל נישט זען. אסאך פון זיי שמיעסן אויך צו פריינד וועמען זיי קענען פון די נאנט. אבער אייביג וועלן די 'טויטע פריינד' באקומען א דין קדימה איבער לעבעדיגע מענטשן. די בעסטע וועג היינט פאר א מענטש איז צו שיקן א מעסידזש. דו האסט מער אויסזוכטען צו באקומען אויפמערקזאמקייט ווען דו טיסט זיך אן אזא סארט מאסקע. מיר זענען פארוואנדעלט געווארן פאר ראבאטס, וואס דרייען זיך ארום מיט העירינג עידס און טוישן אויס ווערטער מיט די הענט און די אויגן. די שרעקעדיגע פאנאמענען מאכן מענטשן אריינפאלן אין פחד'מדיגע חזיונות, און האט שוין גורם געווען גרעניצלאזע מענטשליכע חרבנות. די אומשולדיג אויסזענעדע פייסבוק (ואביזרייהו) טויט-באד איז סובטיל צום חורבן און איז באהאנגען מיט רייצענדע מאסקעס וואס מאכט די מענטש אויפטוישן פריינד צו טויט-פריינד. צו אויפטוישן אמת'ע סצענעס צו טויטע סצענעס. אנשטאט צו הנאה האבן פונעם בלויען טייך און גרינע ביימער, געבט מען פאר די קעמערע די סצענעס, וואס אזוי וועט מען עס קענען שיקן צו ווירטואלע פריינד וועם זיי ביידע קענען זיך נישט. עס איז אזוי אבסורד אז לא יעברו ימים מעוטים, און מענטשן וועלן זיך לייגן שלאפן ווי חוני המעגל, און מען וועט ארויסלייגן א גרויסע רעקארדער וואס וועט אפכאפן די לעבן סצענעס, און מען וועט זיך אויפוועקן ביי די אכציג און זען וואס מען האט פארשלאפן. אשאד פאר די אויגן, אשאד פאר די מוח. איך קען דאך עס סייווי איבערזען.

פייסבוק האט אונז אויך געגעבן אן artificial פלאטפארמע צו אטלויפן פון אינדערהיים. צו אנטלויפן פון לעבעדיגע פריינד צו די לבנה פריינד. זיין גאנצע אנטרינען ווערן איז בלויז ווייל ער האט א פלאטפערמע אויסצורייכענען זיינע געדאנקן, זיין לעבן איז 'אהבה שתלויה בדבר, בטל פייסבוק בטלה אהבה'. עס איז אנגעהאנגן אויף טויטע פריינד וואס שענקן אים נישט מער ווי א טאמס-אפ. עוד יבואו ימים וועלן די פריינד פארוואנדעלט ווערן ממש אין פריינד סקעלעטן. מען וועט שוין נישט דארפן קיין 'טויטע פריינד'. 'סירי' אדער 'טעלעגראם באט' וועט באהאנלדען אלע זיינע געברויכן. זיי וועלן קיינמאל נישט פארפאסן קיין טאמס-אפ, און וועלן אייביג ענטפערן אויף זיינע פראגעס.

עסענע אוניעל א געוויסע סעלבערטי איז לעצטענס מיד געווארן פון סאשעל מידיא און באשלאסן צו מאכן א ענדע צו איר אינסטערגרעם אקאונט. זי פלעגט ארויס שיקן טויזענטער נארישע מעסידזשעס פון זיך און איז געקומען צום שכל אפצולאזן די לבנה פריינט. זי האט פארמעקט טויזענטער בילדער פון איר אקאונט, און אנגעהויבן קאמפיינען ווערענדיג אן אקטיוויסט צו מאכן מענטשן באוויסטזיניג אין וועלכע פלאנעט זיי לעבן.[/justify]

א בילד וואס רעדט מער ווי טויזעט ווערטער:
בילד

עס איז דא איין מענטש אינעם בילד וואס זעט די לעבן מיט די אויגן:
בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר