בלאט 1 פון 5

א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 5:27 pm
דורך [NAMELESS]
נעמט'ס ארויס טישא'ס און הערטס יואלי לעבאוויטש

א קינד דארף זיין טאטע און מאמע

https://vimeo.com/148811498

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 5:33 pm
דורך שלום על ישראל
כ'האב אים אויגעהערט היינט צופרי, און די אויגן האבן געגאסן פאר גערירטקייט, און די כעס האט געבושעוועט קעגען די עושה מעשה. דער פעסטער האט א כח.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 6:30 pm
דורך moshav zekeinim
קען מיר איינער ערקלערן, פארוואס טוען עסקנים נישט צולאזן קיין קינד צום טאטן?

צווייטנס, פארוואס איז וויכטיג אז א קינד זאל האבן א טאטע?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 6:51 pm
דורך [NAMELESS]
moshav zekeinim האט געשריבן:קען מיר איינער ערקלערן, פארוואס טוען עסקנים נישט צולאזן קיין קינד צום טאטן?

צווייטנס, פארוואס איז וויכטיג אז א קינד זאל האבן א טאטע?

איין קשיא פארענטפערט די אנדערע; אויב ס'דא עסקנים דארף מען נישט קיין טאטע...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 7:33 pm
דורך chusid
ס'הייסט אז זיין טאטע האט געמאכט זייער א הארציגן ניגון איינמאל ווען ער איז געפארן טרעפן יואלי אבער מען האט נישט צוגעלאזט. איינער ווייסט וועלעכע ניגון?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 9:01 pm
דורך אביסעל שכל
ער זינגט עס צום סוף

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 9:35 pm
דורך רויטע וואנצעס
א קינד דארף זיין טאטע,
א טאטע דארף זיין קינד,
א קינד וויל זיין טאטע,
א טאטע וויל זיין קינד,
א קינד האט ליב זיין טאטע,
א טאטע האט ליב זיין קינד,
א קינד ציהט צום טאטען,
א טאטע ציהט צום קינד,
אוי טאטי, זיי מיר מקרב,
אוי קינד, קום אונטער מיין שוץ,
טאטי, מיר זענען איינס טאטע,
יא קינד, נפשי קשורה בנפשך,
טאטע, דו האסט מיר געגעבן לעבן,
קינד טייערע, דו געבסט מיר א סיבה צו לעבן,
טאטע, לערן מיר אויס ווי אזוי מ'דארף לעבן,
קינד, בלייב נעבן מיר מיין גאנץ לעבן,
טאטע קום, איך וויל מיר צו דיר אויסוויינען,
קינד, קום לאמיך אפווישן דיינע טרערן,
טאטע, גיס אויף מיר אהבה אזוי שטארק,
קינד מיינע, ס'האט זיך נאך קיינמאל אפגעשטעלט,
טאטע, האלז מיר און קוש מיר עד כלות,
קינד זיסער, האלז מיר, איך דארף אויך דיין אהבה,
אוי קינד טאטע קינד טאטע מיר זענען איינס לעולם,
אונזער אהבה איז פון ווארטלאזע געגועים..

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 9:45 pm
דורך ישראל קאפקע
Our very own @RedMustache, unrivalled and unparalleled, as always!

Re: א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 10:19 pm
דורך ירא שמים
אביסעל שכל האט געשריבן:ער זינגט עס צום סוף

לא נכון.

Re: א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 10:32 pm
דורך [NAMELESS]
כן נכון

Re: א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 10:51 pm
דורך ירא שמים
ער זאגט אז די ניגון האט זיין טאטע געמאכט ווען זיי האבן זיך צום ערשט געטראפן, חסיד רעדט וועגן א אנדערע מעשה פון א ניגון וואס ער האט פארפאסט ביים קומען און זיך נישט טרעפן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:34 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאאל: יישר כח. דאס האט מיר באמת געברענגט טרערן. ווען איך לאך הויעך שרייב איך אייביג אז מיינע שכנים קומען צו לויפן. אבער בשעת איך וויין פון גערירטקייט, וויין איך שטיל. אז קיינער (אויסער די אייבישטער) הערט נישט.
זייער עמאציאנעל און רירנד. טאקע נאר יואלי לעבאוויטש קען דאס אזוי גוט ארויסברענגען.
ליידער ביי אונז אין די גרעסערע משפחה (קאזינס) איז אויך דא א פאל וואו מ'האט א טאטן מרחק געווען פון זיינע קינדער. אזוי ווייט אז ווען איינער פון די קינדער האט חתונה, דינגט מען גארדס אז זיי זאללן איהם נישט צו לאזן צו די חתונה פון זיינע אייגענע קינדער. ווען איך קום צו די חתונה, בעט ער מיך מיט טרערן אין די אויגן און הארצווייטאג אז איך זאלל איהם איבערגעבן כאטש א גרוס פון זיינע קינדער. דאס איז אויך צוליעב די גוטסקייט פון די אזוי-גערופענע עסקנים. אמת. דער טאטע איז זיך ווערד זיין געלט. אבער צו טון אזא מעשה אכזריות...און די פארשוינען מיינען נאך אז זיי וועלן האבן א גרעסער'ן חלק עולם הבא...אויף דעם קענמען נוצן דאס גוי'אישע ווערטל, וועלכעס זאגט...אז דער וועג צום גהינום איז אויסגעפלאסטערט מיט גוטע כוונות...!
The road to hell is paved with good intentions. .... :cry: :(

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 12:53 am
דורך קאצקע ציקער
די נמשל וועגן דער אייבערשטער ווי יואלי שרייט וויפל קינדער רעדט מען איין און זיי מיינען אז דער טאטע אין הימל האט זיי פיינט , האט מיך נאך מער צונימען

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 1:07 pm
דורך יעקב מענטש
איך געדענק נישט ווען איך האב די לעצטע מאל פאקטיש געוויינט ביים קוקן א קליפ. די נשמה צוגייט!

Re: א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 1:09 pm
דורך אהרן
שוין לאנג נישט געהערט אזא מוסר דרשה

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 1:40 pm
דורך רוח קדים
דאס קליפל פאר זיך איז עפעס געוואלדיג, אבער נאך איינמאל איינער שיקט מיך דאס אויף וואטסעפפ גייט גיין קלעפ! וויפיל איז דער שיעור צו באקומען א ניינצן מינוטיגער קליפ?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:57 pm
דורך גאנצל
וואס איז קרבתנו אלל עבאוט ?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 3:39 pm
דורך שמעקעדיג

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 3:48 pm
דורך Milk shake
רירנד!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 4:23 pm
דורך [NAMELESS]
אוי עס האט מיר געשאפן א טייכל פון צוויי הייסע שנירלעך וואס האבן געפלאסן פאר ניינצען מינוט אין א ציה. ער האט מיר צושטיקעלט.

ער האט מיר צוריק געפירט צו א מעשה וואס איך האב מיט געלעבט ביי א נאנטער קרוב ווי דער קינד איז מחמת זיין אפישעל פרעסטידזש אבער שלעכטער אויפפירונג גורם געווען אז ער האט נישט געקענט 'פעיסן' זיין טאטע און מאמע. זיי האבן געשפענדעט טויזענטער טויזענטער דאלארן און וואס נאר עס לאזט זיך נישט אים צו העלפן. אבער דאס אז מען דארף 'אים העלפן' און אז זיי האלטן מיט זיינע נפילות האט אים מער איזאלירט און דערווייטערט פון זיי, אזש זיי האבן זעלטן אויסגעטוישט א [פרידליך] ווארט.

ביי זיין חתונה, איידערן באדעקן האב איך געזען ווי ער געט עפעס א בריוול פאר זיין טאטן און פארן חופה האט דער טאטע געלייגט זיין האנט אויפן חתן אנצואווינטשן אבער עס האט זיך איבער געבראכן די אייזיגע מויערן פון יארן פונאנדערשיידונג, און איז אויפן רגע פארפארן צו א האלזונג פאר לאנגע מינוטין ווען עס איז געווען בכיות עצומות און טרערן אין די אויגן פון די ארומיגע, זיי האבן זיך איבער געבעטן און פארזיכערט צו נאך גיין אין זיין טאטעס מסורה.

א טאטע גייט אויס פאר זיין קינד און א קינד גייט אויס פאר זיין טאטע.

יואלי! דיינע רייד זענען פייער געווייקט אין טרערן.

Re: א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 5:06 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
זאל איך אונהייבן ווי יעדעם ?


יא מיין הארץ איז צוריסען געווארן הערענדיג .....


כבין באגייסטערט פין זיין קעראקטור פין ארויסקומען אין פאבליק, ווי אויף די קליפ קען מען אויך הערן זיין קול שטיקט ביי געוויסע פעלער.

וואס כוואלט געוואלט וויסן וואס האט איהם געגעבן די קוראדז 16 יאר עס א דורך צו מאכן.

וואלט געקענט אויסוואקסן א משוגנער אדער אפפארן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 5:20 pm
דורך שלום על ישראל
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:זאל איך אונהייבן ווי יעדעם ?


יא מיין הארץ איז צוריסען געווארן הערענדיג .....


כבין באגייסטערט פין זיין קעראקטור פין ארויסקומען אין פאבליק, ווי אויף די קליפ קען מען אויך הערן זיין קול שטיקט ביי געוויסע פעלער.

וואס כוואלט געוואלט וויסן וואס האט איהם געגעבן די קוראדז 16 יאר עס א דורך צו מאכן.

וואלט געקענט אויסוואקסן א משוגנער אדער אפפארן

כ'האב געטראכט די זעלבע. דאס לערענט אונץ א נייע פרק פון על תדין.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 5:22 pm
דורך לא ימלט
איינער מיט מער אינפאו בנוגע "קרבתנו"? וואס איז דאס? און ווי?