בלאט 1 פון 1

אינו אלא טועה

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 4:43 pm
דורך געוואלדיג
אונז ווייסן אז משה אמת ותורתו אמת, און יעדע ווארט אין די תורה איז אמת ויציב בלי שום פקפוק, יעצט לאמיר צוזאמען לערנען א פסוק חורש"י

הבו לכם אנשים חכמים ונבנים וידעים לשבטיכם ואשימם בראשיכם: זאגט רש"י, וידועים לשבטיכם. שהם ניכרים לכם, שאם בא לפני מעוטף בטליתו, איני יודע מי הוא, ומאיזה שבט הוא, ואם הגון הוא, אבל אתם מכירין בו, שאתם גדלתם אותו, לכך נאמר וידועים לשבטיכם:


משה רבינו ביי זיין לעצטע דרשה לפני מותו האט דערמאנט פאר כלל ישראל אז טאקע ער וואס ארבעים יום לחם לא אכל ומים לא שתה, דער מנהיג ישראל וואס האט דערלאנגט פרעה 10 מכות און געשפאלטן דעם ים סוף און געגעבן די תורה, ער און יא ער, קען מאכן א טעות און אויב קומט איינער צו איהם וואס זעהט אויס ערליך וועט ער א טעות האבן,

אזוי אויך טרעפן מיר אז דער רמב"ם שרייבט אז ר"ע וכל גדולי דורו האבן א טעות געהאט
שֶׁהֲרֵי רַבִּי עֲקִיבָא חָכָם גָּדוֹל מֵחַכְמֵי מִשְׁנָה הָיָה. וְהוּא הָיָה נוֹשֵׂא כֵּלָיו שֶׁל בֶּן כּוֹזִיבָא הַמֶּלֶךְ. וְהוּא הָיָה אוֹמֵר עָלָיו שֶׁהוּא הַמֶּלֶךְ הַמָּשִׁיחַ. וְדִמָּה הוּא וְכָל חַכְמֵי דּוֹרוֹ שֶׁהוּא הַמֶּלֶךְ הַמָּשִׁיחַ


לגבי עניני אכילה זאגט שוין תוס' אין חולין ה:
ואור''י דדוקא במידי דאכילה אין הקב''ה מביא תקלה על ידן שגנאי הוא לצדיק שאוכל דבר איסור


ומכאן אז ביי אנדערע ענינים קענען גדולי ישראל האבן א טעות,

דאס מאכט זיי נאכנישט פאר פשוטע מענטשן, מען זאגט נאך, און איך געדענק נישט פון וועם אז חסידים מאכן צוויי טעותים, 1 זיי מיינען אז א רבי קען נישט מאכן קיין טעות. 2 א רבי וואס מאכט א טעות איז מער קיין רבי נישט, ודפח"ח,

לענינינו וואלט געווען אינטראסאנט צו פראבירן אויסבויען לויט אונזערע מקורות ווען איז שייך א טעות און ווען נישט, און ווי אזוי מען דארף צוגיין צו דעם.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 5:01 pm
דורך הקטן
ווען איז שייך אז א יחיד זאל נישט קענען מאכן א טעות?
נאר ווען ער זאגט וואס ער זאגט בתורת נביאה

בנוגע למעשה, איז דא אמאל וואס "אתם אפילו שוגגין, אתם אפילו מזידין, אתם אפילו מוטעין"

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 7:24 pm
דורך [NAMELESS]
דער ווילעדניקער שרייבט אז ווען א צדיק מאכט א טעות האבן געוויסע נשמות תיקונים, און וואס גרעסער די טעות אלס מער פארווארפענע נשמות קענען האבן תיקונים

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 8:02 pm
דורך כפתור
דאס הייסט א שאכמאט. נישט קיין חילוק וואס דער צדיק טוט, איז ער געקאווערט

Re: אינו אלא טועה

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 8:07 pm
דורך ירא שמים
די שאלה איז נישט צו זיי קענען יא אדער נישט מאכן א טעות, סאיז נאר ווען האט די פשוטע מענטש א רעכט מחליט צו זיין אז די צדיק האט געמאכט א טעות.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 10:28 pm
דורך מבקר
Ivelt עליך העמק דבר
לבי עליך העמק דבר

Re: אינו אלא טועה

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 10:45 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער ראיה פון רש"י אין פרשת דברים האב איך געהערט יארען צוריק פונ'ם קנאי'שע לאגער און ס'האט קיינמאל נישט געשטימט. יא, אז מ'וויל גלויבען אז מ'זאגט אויס אלס פאר'ן צדיק פון הימעל און ער איז אזא כישוף מאכער אז מ'קען איהם נישט אפנער'ן, איז דער רש"י א פירכא. אבער אז ער קען קיין טעות נישט מאכען מחמת גודל חכמתו, דאס קען נאך זיין. גודל חכמתו וועט איהם פיהרען צו פרעגען אנדערע מענטשען ביז ער ווייסט דער אמת, פונקט ווי משה רבינו האט געטוהן מיט'ן פרעגען אנדערע.
לשון החזו"א: ששאלת איך הדרך להגיע לאמונת חכמים. תשובה. אמונת חכמים תלויה באמונת החכמה. אין לנו חכמה בעולם בלתי אם יעבור דרך נשמת אדם חי.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:49 am
דורך הקטן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: אין לנו חכמה בעולם בלתי אם יעבור דרך נשמת אדם חי.

וואס שטייט דא?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:01 am
דורך [NAMELESS]
מען דארף פרעגן די קשיא פארקערט, ווען האט מען רעכט זיך צו פארלאזן בלינדערהייט אויף א בשר ודם און נישט אנערקענען אז זיין שכל איז בלויז א מוגבל'דיגע כלי וואס האט זיך זיינע שוואכקייטן און לעכער,

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:09 am
דורך [NAMELESS]
איך מיין אז אין ראשונים איז מבואר אז עס איז נישטא אזא זאך אז א מענטש קען נישט מאכן א טעות, אדרבה אונז דארפן ניצן אונזער שכל צו פארשטיין, חוץ ביי עניני הלכה וואס דארט איז געזאגט געווארן אתם אפילו שוגגין, דארט דארף מען פאלגן אפי' אויב מען האלט אז איז א טעות, אבער אויך נישט ווייל עס איז זיכער אז די אמת איז ווי זיי נאר ווייל כך דינו של תורה,

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:13 am
דורך שמעקעדיג
עקזעקטלי, דאס איז פשט אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל, דהיינו ער מאכט א טעות, זאלסטו פאלגן.
ד"ה אז די תורה אליינס איז מעיד אז א שופט/מדריך קען טועה זיין פון שמאל ביז ימין.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:27 am
דורך געוואלדיג
דערווייל קומט אויס אזוי, ביי עניני אכילה, איז אין הקב"ה מביא תקלה, ביי עניני הלכה קען ער מאכן א טעות אבער פארט דארף מען פאלגן, ביי אנדערע ענינים קען ער מאכן א טעות און אונז מעגן (אדער דארפן) דאס אנקוקן ווי א טעות און האנדלען לויט די ידיעה.

אינו אלא טועה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:31 am
דורך ירא שמים
ירא שמים האט געשריבן:די שאלה איז נישט צו זיי קענען יא אדער נישט מאכן א טעות, סאיז נאר ווען האט די פשוטע מענטש א רעכט מחליט צו זיין אז די צדיק האט געמאכט א טעות.

אזוי ווי סאיז געווען א געוויסע רבי אין אמעריקע וואס האט געהאט א שיטה אין א געוויסע ענין און ווער סהאט געהאלטן אנדערש פון אים האבן זיינע חסידים אים געהאלטן אדער א שייגעץ אדער א טועה…

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:38 am
דורך געוואלדיג
וכמו שכבר כתבתי במק"א

געוואלדיג האט געשריבן:
חאצקעל שניידער האט געשריבן:בעלזער רב האט מען נישט געקענט פארנארן און סאטמער רב האט מען נישט געדארפט פארנארן וד"ל.


און א סאטארער זאגט פונקט פארקערט און א אויפריכטיגער מענטש ווייסט אז אויב האט מען משה רבינו געקענט פארנארן עיין דברים על הכתוב הָבוּ לָכֶם אֲנָשִׁים חֲכָמִים וּנְבֹנִים וִידֻעִים לְשִׁבְטֵיכֶם וַאֲשִׂימֵם בְּרָאשֵׁיכֶם: ופירש רש"י הק' וידועים לשבטיכם. שהם ניכרים לכם, שאם בא לפני מעוטף בטליתו, איני יודע מי הוא, ומאיזה שבט הוא, ואם הגון הוא, אבל אתם מכירין בו, שאתם גדלתם אותו, לכך נאמר וידועים לשבטיכם: קען מען פארנארן אלע גדולי ישראל עיין גם ערך החוזה מלובלין שקיבל לשון הרע על היהודי הקדוש שהיה שקר גמור כידוע.

Re: אינו אלא טועה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:59 am
דורך ירא שמים
דו בציעסטעך נישט צו מיין טענה, כרעד נישט וועגן קענען און נישט קענען מאכן א טעות כרעד כלפי דער וואס באשטימט אז וואס אים געפעלט נישט איז א טעות, ואין צריך לפנים.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 12:24 pm
דורך געוואלדיג
טאקע דאס איז וואס איך שרייב אז מענטשן מיט נגיעות קענען אלס זאגן אויפן בר פלוגתא אז מען האט איהם פארנארט, ולפי כמה טפשים זהו יסוד המחלוקת בין סאטמאר ובעלזא, כי וודאי אפשר לצדיק לטעות רק מיהו הצדיק שטעה ודפח"ח.