מיין בריוו צו שרולי שטיין
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 9:31 pm
הער מיר אויס (געוועזענער) פריינט מיינער, שרולי שטיין!
איך וועל אנהויבן מיט א חסידי'שע מעשה פון דער יסוד-העבודה פון סלונים זיע"א. אמאל איז ער געזעצן מיט זיינע חסידים שבת נאכמיטאג ביי די סעודה און האט אריינגעשניטן אין זיי מוסר ויראת-שמים. די חסידים זענען ארויס פון דארט מיט א שטארקע שפל-ברך, שפלות און הכנעה אויף זייער רוחניות'דיגער מצב. געווען איז דארט א חסיד, וועלכער איז ארויס פון יענעם שמועס שטארק צובראכן, אזוי אהיימגייענדיג איז ער דורכגעגאנגען דעם בית-המדרש פון די ליטווישע לומדים און וויבאלד ער איז געווען א תלמיד-חכם איז ער דארט אריינגעגאנגען און זיך גענומען רעדן אין לערנען מיט די לומדים וואס זענען דארט געזעצן.
זייענדיג דארט, האט ער זיך זייער גוט געפינען, זיך מפלפל געווען און געלעבט אין תורה און זיין מצב-רוח איז געווען אויף א הויכן שטאפל. דעמאלס האט דער חסיד געקלערט ביי זיך 'וואס האט ער צוריקצוגיין צו די חסידים?' - דא ביי די לומדים לעבט מען א לעבן, מען קאכט זיך אין לערנען, בשעת דארט ביי די חסידים ברענגט דער רבי אריין אזא עצבות און מרירות... ער האט דאן באשלאסן אז ער וועט נישט צוריקגיין אהין.
ווען עס איז געקומען די צייט פון שלש-סעודות, האט ער זיך א כאפ געטאן און געטראכט, 'דער רבי זיצט דאך יעצט מיט די חסידים אויף שלש-סעודות, און איך וועל זיך דא געפינען מיט די ליטווישע לומדים?' - האט ער זיך אויפגעהויבן פון דארט און געגאנגען צום טיש פון דער יסוד-העבודה.
אנקומענדיג צום טיש, האט דער רבי געהאלטן אינמיטן שמועסן און דערציילן מעשיות, האט דער רבי דעמאלס דערציילט ווי פאלגענד: אמאל איז געווען א מענטש, וואס איז ל"ע בלינד געווארן אויף ביידע אויגן און ער האט געזוכט א רפואה. האט ער געהערט אז אין פעטערבורג איז פאראן א דאקטער וואס באווייזט וואונדער און ער היילט אויס בלינדע אויף א שטארקער פארנעם, איז ער אראפגעפארן קיין פעטערבורג מיטן ציל אריינצוגיין צום דאקטער. אזוי וויילנדיג אין שטאט, האט ער זיך אנגעטראפן מיט בלינדע מענטשן וועלכע נעמען זיך צוזאמען און זענען זיך מחזק אינאיינעם. האט ער געפרעגט פון די בלינדע, "פארוואס גייט איר נישט צום גרויסן דאקטער וואס וועט אייך אויסהיילן?" - האבן אים די בלינדע געענטפערט, אז עס איז א שאד אויף די געלט און אויף די צייט דערפאר... דער בלינדער מאן האט דאס נישט פארשטאנען, דא איז ער געקומען צו פארן פון דער ווייט און ער לאזט זיך קאסטן אויסגעהיילט צו ווערן, אבער דא אין דעם שטאט פון דעם דאקטער, האלטן די מענטשן זיך נישט ביים היילן.
ווען ער איז געקומען צום דאקטער, האט ער דערציילט פארן דאקטער וועמען ער האט אנגעטראפן, און וואס זיי האבן געענטפערט, אז זיי ווילן זיך נישט לאזן היילן. ער האט זיך דערויף הויך געוואונדערט פארוואס דאס איז אזוי, און פארוואס מען קומט נישט צו אים זיך היילן. הערנדיג די קושיא האט זיך דער דאקטער אנגערופן: "יענע מענטשן זענען געבוירן געווארן בלינד, זיי האבן קיינמאל נישט געזען, דעריבער פארשטייען זיי נישט דער געשמאק פון קענען זען און פילן נישט פאר וויכטיג זיך צו לאזן היילן", "אבער דו" - פירט דער דאקטער אויס, "דו האסט דאך שוין אמאל געזען, וועט עס דיר גארנישט העלפן, וועסט נישט האבן קיין מנוחה ביז דו וועסט כסדר קומען און זיך לאזן היילן, ביז דו וועסט צוריק זען".
די מעשה האט דער יסוד-העבודה דערציילט ביים טיש, מיינענדיג דערמיט דעם חסיד וואס האט זיך געוואלט אפשאקלען, אבער זיין גייסט האט אים צוריקגעשלעפט צום רבי'ן.
ישראל אברהם, ישראל אברהם, עס וועט דיר גארנישט העלפן... דו האסט דאך יא געזען און דאס וועסטו נישט קענען אויסרייסן פון דיר... מעגסט זיך מאכן ווי א מיידל, מעגסט זיך דערווייטערן פון אלס און אלעמען, טיף אין דיין הארץ ברענט אין דיר דאס וואס דו האסט מקבל געווען און קונה געווען אין די גוטע יארן זייענדיג אין ישיבה. דאס וועסטו קיינמאל נישט קענען אויסרייסן פון דיר.
מעגסט זיצן אין רוממו אום יום-כיפור, ארומגענומען מיט מענער און פרויען, גוים מיט אידן צוגלייך, אבער אין דער ריכטיגער מינוט וועסטו זיך געבן א דערמאן, וועסט זען פאר דיינע אויגן דעם בית-המדרש אין מאנסי, דער רבי שליט"א פאלט קורעים, בשעת עס הערשט א חרדת אלקי אין גאנצן בית-המדרש... דיין הארץ וועט טליען און נישט האבן קיין מנוחה ביז דו וועסט צוריקקומען. קענסט טון וואס דו ווילסט, אבער ווען דו וועסט זיך דערמאנען אין א ויאתיו כל לעבדך, מלכות זכרונות שופרות... וועסטו נישט קענען שלאפן, א פשוט'ער טיש ביים רבי'ן, א קוויטל, וועט דיר נישט לאזן קיין מנוחה.
ישראלי, דו בלייבסט ווייטער שרולי, דיין נאמען פון דיין גרויסן זיידן ליגט ווייטער אויף דיר, אפגעזען וויפיל דו וועסט זיך מאכן פאר א פרוי... שבת בלייבט ביי דיר שבת, יום-טוב בלייבט ביי דיר יום-טוב, די דאווענענ'ס, די טישן, דאס וועט דיר ציען מיט קייטן און דיר נישט לאזן זיך אפשיידן... מעגסט זיצן אין שויס פון יענע מיידל (נאמען ארויסגענומען מפני כבוד המשפחה), מעגסט טון וואס דו ווילסט... דיינע זיסע יארן וועלן שטענדיג ליגן ביי דיר אין זכרון, דער רבי שליט"א פון מאנסי וועט דיר שטענדיג שטיין פאר די אויגן און מאנען פון דיר מיט זיינע בליקן... וועסט דאס נישט קענען אוועקנעמען.
און רעד דיר נישט איין קיין איין רגע, אז דו האסט שוין נישט קיין וועג אויף צוריק. עס איז נאך דא פאר דיר א וועג אויף צוריק, דער אויבערשטער איז א מלך מוחל וסולח, עס איז דא א וועג אויף צוריק, אפגעזען פון וואו דו קומסט. פון דעם ערגסטער שפלות, פון דער טיפסטער אפגרינד, קען זיך א איד דערהייבן צו גאר הויכע שטאפלען. ווער ווייסט צי מען האט דאס דיר נישט צוגעפירט, נאר צוליב דעם אז דו זאלסט ארויסנעמען די נצוצות פון די טיפע נידעריגע ערטער, וואס קיינער האט נאך דארט נישט דערגרייכט. דו קענסט צוריקקומען און ווערן א פולשטענדיגער שומר תורה ומצוות, און אפילו א פלאקערדיגער חסידי'שער איד. יא, דו קענסט, דו קענסט.
וויסן זאלסטו: עס איז דא א הייליגער באשעפער אויף דער וועלט, דער באשעפער האט דיר ליב... יא שרולי, דער באשעפער האט "דיר" ליב, ער קוקט אויף דיר און וויל דיין גוטס, ער וויל אז דו זאלסט זיך צוריקקערן צו אים, און דו קענסט זיך צוריקקערן צו אים... אויב האסטו געמאכט אזא ווייטע מהלך אוועקצוגיין פון אים, קענסטו מאכן אויך דער מהלך אויף צוריק, און דורכקומען אלע שוועריגקייטן... קענסט נאך ווערן א אמת'ער חסידי'שער איד און אפילו א משפיע, אזוי ווי דו האסט גע'חלומ'ט דערפון דיין גאנץ לעבן.
חזור בך, ואני ואיתך...