בלאט 1 פון 4

א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:37 pm
דורך בלויע רעקל
קודם כל א שטיקל ברוך הבא און התנצלות, איך בין נישט קיין שרייבער, עס איז מיין ערשטער ארטיקל, איך האב נישט צופיל צייט אין טאג, אבער איך מוז לופטערן מיין אנגסט, און אולי וועל איך מהיום פרובירן צוצוגעבן צום פלאץ וויפיל איך קען.

די מעשה וואס איר ליינט און די קומענדיגע שורות איז א אמתע מעשה, איך בעט איבער אויב איינער וועט וויי טוען דער ארטיקל... די נעמען וועלן זיין אביסל געטוישט, און די פרטים וועל מיר צי'וויש'ען עטוואס...
יונתן, א 5 יאריגע בחנטע אינגל וואוינט אין פאריז אן איינציג קינד צו זיין טאטע חיים יהושע שטיינהארץ, און זיין מאמע פרומע, יונתן שפאצירט זיך אינדרויסן פון הויף, ווען זיין מאמעס טאטע הרב שלמה ווייס, זיצט זיך דארט אין די זייט, ער קוקט אין א ספר און פון צייט צו צייט בליקט ער אויפן קינד, זיין טאכטער פרומע איז אביסל מאדערנעזירט געווארן און גליטשט פון דרך, איר שידוך איז צוגעגאנגען נישט וויאזוי דער טאטע האט געוואלט, זי גייט מיט די אייגענע האר, דער מאן ערלויבט זיך צו קוקן די אייפאן בעצם יום השבת באהאלטענערהייט, (רח"ל!!!!) און דער זיידע טרערט צוזעענדיג דער זיסער יונתן ארום לויפן מיט א קליין קאפעלע, די פאות קורצער ווי די הארעלעך, ער דערמאנט זיך די שווערע צייטן אין שווייץ ווען דער ראש ישיבה הרב קאפעלמאן פלעגט מיט מסירות נפש אריינבאקן אין די בחורים התלהבות אין תורה שבירת התאוות ומידות רעות, און דא... אזא בראך! א איידעם א באם, די טאכטער א פרוצה... שוין! וואס איז דא צו טוען? מסתמא גארנישט.. טראכט זיך ר' שלמה.

ביז... יענעם פרייליכען ל"ג בעומר, ווען דער משפחה האט מחליט געווען זיך ארויסצוען פון פאריז און חונה זיין די געצעלטל אין אנטווערפן, אה! א האפענונג, נאך דערצו ווען יונתן איז געשיקט געוווארן מיט דער זיידע פונפראאנאויס, אויפן עראפלאן זיצט זיך ר' שלמה און וואשט אויס דעם קלייין מוח'ל, באקט אריין ריכטיגע חינוך, הנהגה מיט א ריכטיגן חיות...

איך קען נישט מאריך זיין אין די פרטי פרטים פון די מעשה, מיר וועלן אריבער מישן די בלעטל צו א האלבע יאר דערויף.
יונתן לערנט אין א היימישע חסידישע חדר, מיט שיינע געקלרייזעלטע פאות, די מאמע האצקעט ארום אין פאריז, אמאל מיט די מאן און אמאל אן אים, זי פרעגט ניטאמאל אויפן קינד וואס לעבט מיטן זיידן, דער זיידע טרייסט זיך מיט דאס ביסל נחת..

גייט דורך נאך א האלבע יאר, און דער צולאזטע קאפל דערמאנט זיך אריבערצוען קיין אנטווערפן און עס הייבט זיך אן א מלחמה אויפן חינוך פון יונתן..
די מלחמה נעמט נישט צו לאנג, איין טאג קומט די מאמע אן אין חדר, די מלמדים קוקן חלילה נישט אויף איר, ווי דער הלכה ווייזט צו, און די מאמע רופט ארויס יונתן אינדרויסן מיט אנטשלאסענקייט, "ער גייט היינט לערנען אין פובליק סקול".

אבער, צו איר אנטוישונג, ברענגט מען נישט איר קינד, מיטן תירוץ אז ער איז היינט נישט און חדר, יענעם צופרי איז געווען די לעצטע טאג וואס זי האט געגעבן א גלעט איר בן יחיד'ל.

פאר גאנצע דריי יאר האט די מאמע נישט געזעהן יאסעלע, יא!!! איר קענט שוין טוישן די נעמען פון די מעשה.. צום יאסעלע שוכמאכער פרשה.

דער זיידע ר' נחמן שטארקעס לעבט שוין לאנג נישט, דער קינד האט א טאטע און א מאמע וואס וויינען יעדע נאכט און לעכצען צו זעהן דעם בן יחיד'ל, אבער "עסקנים" זענען מקיים "זשיהאד ווערזשען" פון תורת משה, און זענען מציל נפש אחת מישראל, דער אינגל איז זיבן יאר!!! יא! אזוי ווי דו הערסט! זיבן יאר, אבער דער תירוץ איז אז יוסעלע "וויל" זיין פרום. אויב האסטו א זיבן יאריג קינד? יו געט דע פאוינט!!

רבי'ס און רבנים שעמען זיך צו מוחה זיין, זיי זענען אין פארגעלעגענהייט, מען קען דאך נישט "הייסן" איבערגעבן קינד לשמד רח"ל..

איך בין נישט משיג בכלל וויאזוי קען מען בכלל פארטיידיגן אזא התנהגות.....

איידער איך ענדיג דא און גיב איבער דעם פלאטפארמע פארן עולם, וויל איך מחזק זיין מיין פאזיציע מיט איטליכע פאקטן:

אויף קול מבשר זאגט ר' משה גערטנער וויכטיגע פרטים איבערן פרשה, אז 1) יוסעלע האט מתחילה נישט געוואלט מודה זיין אז ער איז יאסעלע, ביז... ער האט געזעהן די מאמע און איז "אריינגעפאלן אין איר ארעמס".. ווער האט נישט געזעהן די נייע יואלי לעבאוויטש טרערן ווידאוי, דאס איז ווען עס רעדט זיך פון א טאטע, על אחת אלף אלפי אלפים ווען די מאמע איז אין באטראכט, נאך גיבט ער צו א וויכטיגע פרט צום פרשה, אז 2) יוסעלע איז נישט באליידיגט אויף די פרומע אזוי ווי די "עסקנים" ווילן פארשמירן די עוולה אויף אונז אלע, ער איז באליידיגט אויף א יעדן וואס האט געהאט א חלק אין אוועקרייסן א קינד פון א מאמע, און צום לעצט 3) איז ער דארט מודיע דעת קדשו פון הרה"ק רבינו מסאטמאר, אז מען זאל צוריקגעבן דעם קינד, אויפן זעלבן אינטערוויא קומט ארויף ר' ישראל געליס א נאנטער חבר פון יוסעלע, און גיבט איבער א פרישער אויפדעקונג!! 4) מרס, גערטנער האט געזאגט פאר יוסעלע אז "זי האט קיינמאל נישט געוואוסט אז מען האט אים צוגענומען פון זיין מאמע", זי האט נישט געוואוסט פונקטליך פרטי הפרשה, ווער עס קען אביסל פון איר היסטאריע ווייסט אויף 100 פראצענט אז זי האט נישט מורא געהאט פון זאגן דעם אמת פאר קיינעם, זי האט אין איר לעבן קיין ליגענט געזאגט.

ובזה גמרתי, ואידך פירושא זיל גמור...

ראשעקאל האט געשריבן:נעמט'ס ארויס טישא'ס און הערטס יואלי לעבאוויטש

א קינד דארף זיין טאטע און מאמע

https://vimeo.com/148811498

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:22 pm
דורך Kool man
אהן אריינרעדען אין די יאסעלע פרשה, טוה מיר א טובה און פארגלייך עס נישט צו יואלי לעבאוויטש סטארי, און נישט צו די מעשה וואס ער ברענגט ארויס אין זיינע גראמען, דו ברענגסט בעיסיקלי אויף א כלליות'דיקע נושא, צי מעהג מען העלפען א זיידע אדער אנדערע פאמיליע מיטגליד אוועקנעמען א קינד פון פרייע עלטערען וואס ווילען אראפ פירען דעהם קינד פון וועג.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:26 pm
דורך moshav zekeinim
ריזיג אראפ געלייגט.

האט סאטמאר רב געהאלטן אז מען זאל צוריק געבן דאס קינד?

גראדע ווייס איך פון א פרשה מיט א פרוי וואס איז מאדערנעזירט געווארן, און געוואלט מודערנעזירן אירע קינדער, און איר משפחה האט איר געוואלט צוריק האלטן מיט געוואלד, אבער סאטמאר רב הערנדיג דערפון האט געהאלטן אז מען טאר נישט ניצן קיין שום צוואנג מיטלען קעגן איר ווילן. די משפחה האט אבער יא געניצט צוואנג און ערפאלגרייך איר פארשטעלט דער וועג פון מודערנעזירט ווערן (נישט אפגעפארן), מען האט איר אוועקגענומען די קינדער בתחבולות שונות, ארויסגעלאזט א שם אז זי איז א חולה נפש ועוד מעשים אשר לא יעשו.

דאס ווייבל איז געווארן מער אויסגעלאשן פון טאג צו טאג, און אפאר יאר דערויף האט זי געמאכט איר לעצטער החלטה אין איר טראגישער לעבן, און זיך גענומען דאס לעבן זאגנדיג מיט איר לעצטער אטעם פארן אייביגן רוה, אז זי וויל מער נישט לעבן.

השם ינקום דמה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:33 pm
דורך בלויע רעקל
Kool man האט געשריבן:צי מעהג מען העלפען א זיידע אדער אנדערע פאמיליע מיטגליד אוועקנעמען א קינד פון פרייע עלטערען וואס ווילען אראפ פירען דעהם קינד פון וועג.


דוכטצעך אז די האסט א טעות אין די מעשה.

דער זיידע האט שוין נישט געלעבט ווען די וועלט האט זיך איבערגעדרייט.

איך האב געברענגט די ווידיאו ווייל עס ברענגט ארויס אז = אן אריין גיין אין פרטים, מיש דיך נישט אריין צווישן א טאטע און א קינד, און נישט קיין חילוק ווי א שטארקע פאונט די האסט ביסטו נישט גערעכט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:33 pm
דורך moshav zekeinim
קולמען, עס איז יא איין נושא, ווייל אז מען ווייסט וואס דאס מיינט אפטיילן א קינד פון א טאטע, אז דאס איז כאילו הורגם, דאן וועט נישט זיין אזא גרויסע שאלה צו מען מעג עס צונעמען פון פרייע עלטערן.

גלייך ווי היינט פארשטייט יעדער אז מען קען נישט איבערגעבן א קינד פאר א מאלעסטער כדי אים צו ראטעווען פון ווערן אפגעפארן. אדער א פשוט'ערער משל, מען "הארג'עט" נישט קיין קינד כדי אים צו ראטעווען פון גליטשן פון דרך.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 5:26 pm
דורך געוואלדיג
בלויע רעקל האט געשריבן:
דער זיידע האט שוין נישט געלעבט ווען די וועלט האט זיך איבערגעדרייט.


דער זיידע האט געלעבט און געווען א רויסע חלק אןי די גאנצע רודעריי.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 5:42 pm
דורך בלויע רעקל
גערעכט.. איך האב יעצט נאגגעקוקט.

דער זיידע איז געווען און עירפארט מיט די מאמע אים צו באגריסן.

ער האט זיך אבער ארויסגעלאזט פון די פרשה ווען די גיורת מרת בלוי האט זיך אריינגעלייגט..

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 6:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט צו דא איז דער פאסיגסטע פלאץ דאס אראפצושרייבען, אבער דא באלאנגט עס אויך.
א איד זאגט מיר אז זיין זוהן האט זיך גע'גט און די ווייב איז למעשה אינגאנצען פריי יעצט. א צוועלף יעריג מיידעל און א צען יעריג אינגעל האבען זיי און זיי האבען קאסטאד"י צוזאמען. א האלבע וואך ביי איהם און א האלבע וואך ביי איהר. זי וויל ארויסממופען פון א פרומע געגענט צו א מאדערנע געגענט צוזאמען מיט איהר חבר וואוינען צוזאמען. דער זיידע וויל עס אפשטעלען. איך פרעג איהם צו ער האלט טאקע אז א קינד אן א מאמע איז בעסער ווי מיט א מאמע, זאגט ער מיר א. זיין זון האט חתונה געהאט, קענען די קינדער וואוינען מיט א שטיפ - מאמע. ב. ס'איז דא א הלכה'דיגע נושא, וויבאלד די צוועלף יעריגע טאכטער האט אן איסור יחוד מיט'ן באיפרענ"ד, און דאס איז ביהרג ואל יעבור (הלכה'דיג, נישט קנאי'ש גערעדט) און ממילא איז דער טענה אז מ'הרגע'ט א קינד' נישט וויכטיג.

וואס האלט דער עולם?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 6:26 pm
דורך בלויע רעקל
די פרשה איז אנדערש ווייל עס איז דא א טאטע אינוואלווט, זיי האבן חתונה געהאט מיטן דעה אויפצוצוען קינדער ע"ד התורה, די מאמע קען נישט טוישן די ראל"ס אין מיד"ל א"ף ד"ע געי"ם, און דער טאטע האט די רעכטן ע"פ קאורט וע"פ דין תורה אויפצוצוען דאס קינד אויפן וועג ווי מען האט חתונה געהאט.

און אויך עס רעדט זיך בכלל נישט פון אוועקרייסן דאס קינד פונעם מאמע, אויך נישט איר אנרייצן אז די מאמע וויל איר נישט, די רעדע איז נאר ווי זי זאל שלאפן און עסן וכדו'....

אבער זייינע פאונטס לכאורה זענען נישט ריכטיג, ווער איז מחוייב מיטן יהרג ואל יעבור? דער טאטע? / זיידע? און א שטיף מאמע איז נישט קיין ערזאץ פאר א מאמע.

אגב איך קען א פרשה ווי די מעשים רעים פון איינע פון די עלטערן האט צוגעברענגט אז די קינדער זענען סאך שטערקער אין אידישקייט, סא שפילן גאט איז נישט קיין קלייניקייט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 6:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער צוועלף יעריג מיידעל איז מחוייב אלס אוועק צו געבען נישט עובר זיין אויף יחוד. אפילו מ'וויל גלויבען דער גוזמא אז אוועק נעמען קינדער פון א מאמע איז רציחה, איז זי אויך מחוייב דערין.
דער קאורט איז יעצט נישט וויכטיג, די שאלה איז וואס איז ריכטיג. מ'עט שפעטער זיך אן עצה געבען מיט'ן קאורט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 6:38 pm
דורך בלויע רעקל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער צוועלף יעריג מיידעל איז מחוייב אלס אוועק צו געבען נישט עובר זיין אויף יחוד. אפילו מ'וויל גלויבען דער גוזמא אז אוועק נעמען קינדער פון א מאמע איז רציחה, איז זי אויך מחוייב דערין.
דער קאורט איז יעצט נישט וויכטיג, די שאלה איז וואס איז ריכטיג. מ'עט שפעטער זיך אן עצה געבען מיט'ן קאורט.

מען נעמט דאך נישט צו די קינד פון די מאמע, זי קען נאך רעדן, וויזיטן וכו'

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 6:40 pm
דורך moshav zekeinim
איך מיין טאקע אז ע"פ הלכה מעג מען אוועק נעמען א קינד פון עלטערן וואס קענען אפפירן די קינדער פון אידישן וועג, וע"פ חסידות מעג מען אויך אוועק נעמען א קינד פון עלטערן אויב זיי נייגן אפ מדרך החסידות, ולפנים משרת הדין מעג מען צוטיילן דעם קינד פון די עלטערן, טאמער זעהט מען אפילו א שינוי כל שהוא ביי זיי. וע"פ סוד ו'הויכע רבישע ענינים מעג מען בכל בכל אופן. ועל זה קינן התנא הקדוש, קשה זווגו של אדם כקריעת ים סוף, ווייל אז עס איז פארהאן אזויפיל היתירים צוצורייסן זווגו של אדם עם יוצא חלציהם, איז עס קשה כקריעת ים סוף

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 6:44 pm
דורך moshav zekeinim
בלויע רעקל, טאמער הייסט דאס ביי דיר נישט צו נעמען פון די מאמע, דאן מיין איך אז דו זאלסט טוישן דיין רעקל צו שווארץ, כמנהג כל החסידים הפנטיים והכזבנים.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 7:25 pm
דורך דולה ומשקה
moshav zekeinim האט געשריבן:ריזיג אראפ געלייגט.

האט סאטמאר רב געהאלטן אז מען זאל צוריק געבן דאס קינד?

גראדע ווייס איך פון א פרשה מיט א פרוי וואס איז מאדערנעזירט געווארן, און געוואלט מודערנעזירן אירע קינדער, און איר משפחה האט איר געוואלט צוריק האלטן מיט געוואלד, אבער סאטמאר רב הערנדיג דערפון האט געהאלטן אז מען טאר נישט ניצן קיין שום צוואנג מיטלען קעגן איר ווילן. די משפחה האט אבער יא געניצט צוואנג און ערפאלגרייך איר פארשטעלט דער וועג פון מודערנעזירט ווערן (נישט אפגעפארן), מען האט איר אוועקגענומען די קינדער בתחבולות שונות, ארויסגעלאזט א שם אז זי איז א חולה נפש ועוד מעשים אשר לא יעשו.

דאס ווייבל איז געווארן מער אויסגעלאשן פון טאג צו טאג, און אפאר יאר דערויף האט זי געמאכט איר לעצטער החלטה אין איר טראגישער לעבן, און זיך גענומען דאס לעבן זאגנדיג מיט איר לעצטער אטעם פארן אייביגן רוה, אז זי וויל מער נישט לעבן.

השם ינקום דמה


יא, ס'דערמאנט מיר די מעכעליסט פרשה, ווען מדי בני משפחת לויפער האט געפייניגט מיט שרעקליכע גייסטישע יסורים דעם היינט באקאנטע ניקלשבורג'ער רבי שליט"א על לא דבר.

פון איהם אויך האט מען צוגענומען זיין ווייב און קינדער, פארוואס? ווייל די לויפערס ובראשם ר' אברהם ימ"ש אבד"ק גהינם והגלילות האבען געהאלטן אז ער איז... ח"ו... כ'ווייס אליינס נישט. דערנאך האט דער אותו רשע געדרוקט דעם תולדות יעקב יוסף אויף זיין אייגענע נאמען, רצחת וגם ירשת.

אלעס אונטער דער נאמען פון סאטמאר...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:09 pm
דורך chusid
לגבי יאסעלע שוכמאכער געדענק איך הערן פון אפאר מקורות אז דאס התנגדות פון סאטמאר רבי איז געווען ווייל ער'ט נישט געזען קיין תכלית דערון ווייל מען וועט סייווי טרעפן דאס קינד צום סוף, אבער זיין התנגדות איז נישט געווען מאראליש אדער לטובת הילד

Re: א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:14 pm
דורך ירא שמים
moshav zekeinim האט געשריבן:בלויע רעקל, טאמער הייסט דאס ביי דיר נישט צו נעמען פון די מאמע, דאן מיין איך אז דו זאלסט טוישן דיין רעקל צו שווארץ, כמנהג כל החסידים הפנטיים והכזבנים.

און איך מיין דו זאלסט טוישן דיין נאמען צו… #אנטיסעמיט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:25 pm
דורך [NAMELESS]
moshav zekeinim האט געשריבן:בלויע רעקל, טאמער הייסט דאס ביי דיר נישט צו נעמען פון די מאמע, דאן מיין איך אז דו זאלסט טוישן דיין רעקל צו שווארץ, כמנהג כל החסידים הפנטיים והכזבנים.

ראסיסט!! וואס האסטו אנטקעגן מיין רעקל?...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:30 pm
דורך [NAMELESS]
דולה ומשקה האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:ריזיג אראפ געלייגט.

האט סאטמאר רב געהאלטן אז מען זאל צוריק געבן דאס קינד?

גראדע ווייס איך פון א פרשה מיט א פרוי וואס איז מאדערנעזירט געווארן, און געוואלט מודערנעזירן אירע קינדער, און איר משפחה האט איר געוואלט צוריק האלטן מיט געוואלד, אבער סאטמאר רב הערנדיג דערפון האט געהאלטן אז מען טאר נישט ניצן קיין שום צוואנג מיטלען קעגן איר ווילן. די משפחה האט אבער יא געניצט צוואנג און ערפאלגרייך איר פארשטעלט דער וועג פון מודערנעזירט ווערן (נישט אפגעפארן), מען האט איר אוועקגענומען די קינדער בתחבולות שונות, ארויסגעלאזט א שם אז זי איז א חולה נפש ועוד מעשים אשר לא יעשו.

דאס ווייבל איז געווארן מער אויסגעלאשן פון טאג צו טאג, און אפאר יאר דערויף האט זי געמאכט איר לעצטער החלטה אין איר טראגישער לעבן, און זיך גענומען דאס לעבן זאגנדיג מיט איר לעצטער אטעם פארן אייביגן רוה, אז זי וויל מער נישט לעבן.

השם ינקום דמה


יא, ס'דערמאנט מיר די מעכעליסט פרשה, ווען מדי בני משפחת לויפער האט געפייניגט מיט שרעקליכע גייסטישע יסורים דעם היינט באקאנטע ניקלשבורג'ער רבי שליט"א על לא דבר.

פון איהם אויך האט מען צוגענומען זיין ווייב און קינדער, פארוואס? ווייל די לויפערס ובראשם ר' אברהם ימ"ש אבד"ק גהינם והגלילות האבען געהאלטן אז ער איז... ח"ו... כ'ווייס אליינס נישט. דערנאך האט דער אותו רשע געדרוקט דעם תולדות יעקב יוסף אויף זיין אייגענע נאמען, רצחת וגם ירשת.

אלעס אונטער דער נאמען פון סאטמאר...

דער דאראגער האט טאקע גע'רצח'ט און גע'רודפ'ט אבער ער האט דאכצעך גארנישט געהאט מיט די קינדער צוטוהן. די ווייב און קינדער פרשה איז געווען מעשי ידיו להתפאר פון זיין געוועזענעם שוואגער, א באוואוסטער מענטשן רעכט אקטיוויסט וד"ל.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:32 pm
דורך קאווע טרינקער
אז סאטמאר רב וואלט געהאלטן אז מ'זאל צוריק געבן יאסעלע, וואלט אזוי געשעהן... נאר וואס דען, אז צום סוף האט מען פארלוירן, מוז מען זאגן אויף צוריק אז סאטמארע רב האט טאקע געזאגט בלא בלא בלא...

אז דר'עולם קאמאנדעוועט אז די לימודי חול איז בשפל המצב, דאן קומט אפיר א מקורב וואס עדות'ט אז אותו זקן רביה"ק האט זיך טאקע תמיד מתמרמר געווען און געהאלטן אז ענגליש איז גאר וויכטיג....

ווארט נאר אפאר יאר ווען ס'וועט זיין עדות אז סאטמאר רב האט מייסד געווען די עירוב אין וויליאמסבורג און אפילו TAG

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:34 pm
דורך [NAMELESS]
רות בלויא שרייבט אין איהר בוך אז זי האט פרובירט אריינצוגיין רעדן מיט סאטמאר רב דערוועגן און מען האט איהר נישט געלאזט.

Re: א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:37 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך גלייב נישט אז גרטנר'ס זענען אזעלכע סאטמוירים אז מ'קען שפארען פון זייער מעשים דעת קדשו פון רבי'ן. זיי ענדלען דער נטו"ק פון היינט מיט זייער שייכות צו סאטמאר

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:39 pm
דורך [NAMELESS]
די גערטנער'ס זענען מעיקרא נישט קיין סאטמארע.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:45 pm
דורך [NAMELESS]
בלויע רעקל האט געשריבן: יוסעלע האט מתחילה נישט געוואלט מודה זיין אז ער איז יאסעלע, ביז... ער האט געזעהן די מאמע און איז "אריינגעפאלן אין איר ארעמס"..

לאו דווקא. ס'האט גענומען דעם מאמען, מיט דער שוועסטער, א שווער שטיקל ארבעט צוריקצוגעוואונען דעם קינד'ס הארץ. ליין דא

בכלל איז אינטערסאנט צו ליינען די פרשה פון רות בן דוד'ס זייט ווי זי גיבט עס אראפ אין איך אוטאביוגרף שומרי העיר (PDF) פון עמ' 83 און ווייטער.
די פגישה פון יוסלה מיטן מאמען איז אין עמ' 145.

פון איסר הראל (ראש המוסד) איז אויך דא א בוך אויף די פרשה מיטן נאמען 'מבצע יוסל'ה'